עצות אויפן טאג-טעגליכן לעבן

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

עצות אויפן טאג-טעגליכן לעבן

תגובהדורך שמעק_טאביק » מיטוואך אפריל 18, 2012 6:30 pm

א גוטן טייערע חברים וידידים פה בקרעטשמע והגלילות יצ"ו, הע"י.

שוין א לענגערע צייט וואס איך וויל עפענען דעם אשכול, און כ'שטופ עס אפ מיום ליום ומחודש לחודש שנים עשר, און ס'איז ממש א שאד. האב איך געטראכט יעצט גיי איך עס אויספירן מכח אל הפועל, אחזתיו ולא ארפנו עד שידי מגעת, און ארויסהעלפן יעדן.

איז אזוי:

איך בין א גרויסער ליינער. במשך פון מיין לעבן האב איך שוין אנגעטראפן טויזענטער גוטע עצות פאר כל מיני פראבלעמען און אנשיקענישן. יעדער פון אייך ווייסט מסתמא, סיי פון עקספיריענס, און סיי פון ליינען אדער הערן פון אנדערע, פילע פשוט'ע און נוצליכע עצות וועלכע קענען יעדן טאג צוניצקומען פאר טויזענטער מענטשן.

אבער א מענטש פארגעסט דאך. און ס'איז ממש א שאד נישט אראפצושרייבן די אלע עצות לפונדק אחד, ומשם תדרשנו. איך אליין האב שוין מסתמא פארגעסן שווערע הונדערטער גאר-נוצבארע עצות וואס איז האב שוין געזעהן!!

הן אמת, מיר האבן טאקע אינדיווידועלע אשכולות פאר הילף אויף פארשידענע פראבלעמען, אבער איך וויל דא מאכן אזא סארט "קיצור שולחן ערוך", קליינע עצות וואס לוינט זיך נישט צו עפענען אן אשכול פאר יעדע איינע באזונדער.

בערך די תקנות זאלן זיין ווי פאלגענד. תגובות אין דעם אשכול זאל נישט זיין מער ווי 5-6 שורות. בלויז איין עצה פער פאראגראף כדי צו פארגרינגערן דאס ליינען. נישט זיך ארום טענה'ן נאר שרייבן קורץ און שארף, צו די זאך. אז איר קענט צולייגן אייער מקור (דאקטאר, המספיק גאזעט, צייטונג, אייגענע עקספיריענס, וכדו') איז נאך בעסער. נישט רעדן פון טיפע עניני רפואה און אומ-באקאנטע געזונט פראבלעמען. פארדעם איז פאראן די באזונדערע אשכולות, המספיק גאזעט, מעלות (און פעיסבוק... לויט א טייל שרייבער). נאר פשוט'ע טאג-טעגליכע שוועריגקייטן.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מיטוואך אפריל 18, 2012 6:31 pm

פלאגט איר זיך מיט מאסקיטאס? א שטיקל "Bounce" דרייער שיעט קען זיין א גרויסע הילף. מאסקיטאס האבן דאס פיינט. הענגט אויף איינס אין אייער שטוב און ווערט פטור דערפון, אדער לייגט איינס אריין ביי אייך אין טאש און זיי וועלן שטיין ווייט פון אייך (מקור: די צייטונג).
*
די דרייער שיעטס האבן נאך נוצבארע פונקציעס. איר קענט אריינשטעלן אין אייער שיך עס זאל נישט האבן קיין ריח (לעצטנס געזעהן אין "דער איד"). דא האט איר נאך אפאר גוטע זאכן אויף וואס איר קענט עס נוצן.
*
אוועקצונעמען א ריח פון א שאפע, פריזער (מאכלים זאלן נישט האבן א פריזער טעם), און נאך אנדערע זאכן, בעקינג סאדע איז גאר גוט געאייגענט דערפאר.
*
בעקינג סאדע קען אויך ווערן גענוצט פאר פיל אנדערע זאכן. איר קענט דערמיט אויסשווענקען דאס מויל אוועקצונעמען א ריח; ארונטערלייגן אונטערן ארעם אוועקצונעמען אלע ריחות און בלויז איבערלאזן לאזן די נאטורליכע; און פיל מער. דא קענט איר זעהן איבער 50 זאכן וואס איר קענט טון דערמיט.
*
המשך יבא אי"ה
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מיטוואך אפריל 18, 2012 10:37 pm

ליידט איר פון "בליסטערס" אדער בלוטערן אין מויל?

שמירט ארויף אביסל "דארק קארן סירופ", און די ווייטאגן ווערן פארשוואונדן בעזהשי"ת (המספיק גאזעט).

* * *

"שמן זית" איז זייער הילפבאר פאר א "דייפער-רעש". עס איז גוט אריינצוגיסן שמן זית אין א שפריץ באטל, און בשעת'ן איבערטוישן דאס קינד געבן א שפריץ און ארומשמירן (הנ"ל).

* * *

אינגבער (דזשינדזשער) איז זייער א געזונטע און געשמאקע פרוכט. עס קען העלפן אנטקעגן מייגרעין קאפ-וויי אטאקעס. מען ווייקט די אינגבער אין א גלאז וואסער פאר א 15 מינוט, און מען טרינקט אויס די וואסער. (הנ"ל)

* * *

אינגבער העלפט אויכעט פאר "נאושיע" ביים פארן אויפן וועג. קינדער וועלכע פלעגן איבלען און ברעכן ביי יעדן טריפ, זענען פטור געווארן דערפון נאכן טרינקען אזא גלעזל "דזשינדזשער וואסער". (הנ"ל).

* * *

האט איר געכפאט א ברי? אסאך עצות זענען פאראנען דערפאר. שמירן האניג, אדער רויע פאטעיטאס. אבער א ווייניג באקאנטע עצה - באגיסט עס מיט בליטש! יא, עס ציפט א מינוט, עס איז פיינפול, אבער נאך קורצע מאמענטן איז אלעס כלא היו און לאזט נישט קיין זכר פונעם ברי! (הנ"ל, און מערערע רעספאנסעס פון אנדערע שרייבער האבן מודה געווען דערצו אז ס'איז בדוק ומנוסה).

* * *

בליטש קען אויך העלפן פאר "עקזימע", און "טאפ דזשאב" איז גוט אנטקעגן "סארייעסיס". (הנ"ל)

* * *

קינדער וועלכע זענען אביסל לעבעדיג און ליידן פון ADHD זאל מען געבן שטארקע קאווע, און דאס העלפט זיי "בארואיגן". (הנ"ל)
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אפריל 18, 2012 10:44 pm

צו לינדערן די שמערצן פון א ברי, קען מען אריינלייגן דאס באטראפענע פלאץ אין מילך (לכאורה געזען אין המספיק גאזעט יארן צוריק).

אוועטאר
pianist
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:07 pm
לאקאציע: ביים פיאנע

תגובהדורך pianist » מיטוואך אפריל 18, 2012 10:57 pm

פאר א שניט האב איך לעצטענס געהערט, איז גוט צו לייגען א בונדעל...צושניטען אין צווייען..(גיב אובאכט זיך נישט צו צושניידען ווען איר ווילט צוטיילען ס'בונדעל....) און לייגט עס אויפן פלאץ פונעם שניט.

די בונדעל וועט זיך צוקלעבן צו די הויט, און נאך אפאר טאג וועט עס אראפ פאלן פון זיך אליינס, די הויט וועט זיין פונקט ווי בעפאר אן קיין שום צייכען.

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מיטוואך אפריל 18, 2012 10:59 pm

רויע אייער האט מיר אמאל געהאלפן בארואיגן א ברי אויף די ראט פון מיין באבע ע"ה.

(איך בין מסופק צו עס האט נישט מיט די קעלט דערפון, און מ'קען ציען א פאראלעל מיט די מילך פון קרעמער)
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: וואו דער מח איז

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך אפריל 18, 2012 11:01 pm

אבי מ׳זאגט אז המספיק גאזעטטט איז ווערד-לאז...
זאג מיר: סי-נארמאל!? (בנעימת מונח רביע, באקצענט ירושלמי)

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » דאנארשטאג אפריל 19, 2012 11:57 am

פאר א ברי האב איך געהערט אז רויע פאטאעטס איז מוראדיג גוט
ווי אויך פאר פיבער לייגט ארויף צושניטענע רויע פאטעיטאס אויפן קאפ, דאס נעמט אריין די היץ אין זיך
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דאנארשטאג אפריל 19, 2012 12:06 pm

פאר פליגען הענגט מען אויף א זעקעל וואסער, אין א"י טוען דאס א סאך, דא איז דא א שמועס.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » פרייטאג אפריל 20, 2012 8:44 am

אויב מען קען זיך נישט אן עצה געבן מיט א פליג וכדומה וואס וויל נישט פארלאזן א צימער, זאל מען פארלעשן דעם לאמפ אין דעם צימער און אנצינדן די דרויסענדיגע, אזוי וועט דאס פליגעלע נאכגיין די ליכטיגקייט ביז וואו איר ווילט. (צום שכנ'ס קארידאר אד"ג).

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » זונטאג אפריל 22, 2012 5:12 pm

קרעדיט: קראק-פאט אין אן אנדער אשכול, וואו ער ווערט היינט געוואויר...

WD-40, די קעמיקאל ספרעי וואס קומט אייביג צוניץ, איז ארגינעל געמאכט געווארן דורך א ראקעט פירמע וואס האט פראבירט צו טרעפן א קעמיקאל וואס וועט אפהאלטן די מעטאל פון ווערן פארראסטעט דורך וואסער. ביים פערציגסטן פראבע האבן זיי ענדליך באקומען דעם פונקטליכן אויסשטעל\אינהאלט וואס זיי האבן געזוכט. דעריבער הייסט עס: WD-40 וואס מיינט:

Water Displacement, 40th test

נאכן זען ווי נוצבאר די פראדוקט איז האבן זיי עס אנגעהויבן צו פארקויפן פאר די מאסן. אויף זייער סייט האבן זיי א ליסטע מיט איבער 2,000 זאכן (פדף) פאר וואס מען קען דאס נוצן!!
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » זונטאג אפריל 22, 2012 6:05 pm

ווען מען קניפט אן נייע ציצית דרך כלל עפענט זיך דער לעצטער קניפ ווייל עס האט נישט וואס זאל אים אנכאפן,
איז דא אן עצה נאס מאכען אביסעל ביים קניפ מיט וואסער, און עס דערנאך פארשטארקערן.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » זונטאג אפריל 22, 2012 6:19 pm

באפעסטיגן דעם לעצטן קניפ און עס דערנאך איינטינקען אין הייס וואסער מאכט דעם דזשאב. בדוק ומנוסה.

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » זונטאג אפריל 29, 2012 1:38 am

ווען עס גייט ה"י בלוט פונעם נאז, העלפט א סאך מאל אז מען זאל אויפהייבן דעם קאפ אויף ארויף, און נישט אנכאפן די נאז, נאר ענדערש מיט
א פינגער עפענען ברייטער די נאז, און ארין אטעטמען דורכען נאז פרישע לופט, פארשטייט זיך קילע לופט איז בעסער, און ארויס אטעמען נאר
דורך די מויל, ווייל דאס איז ווארעמע לופט, און אז מען קען זאל מען עפענען די פריזער אריין שטעקן דעם קאפ פאר א מינוט און אריין אטעמען
די קאלטע לופט דורך די נאז, קאלטע לופט וועט פארגליווערן די בלוט דארט ווי עס שפראצט, און וועט בלאקירן דאס בלוט פון ארויס רינען, מען
זאל אכטונג געבן נישט רירען אדער בלאזען די נאז פאר די קומעדיגע 5-10 מינוט, און מען דארף זיך האלטען רואיג די גאנצע צייט.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1437
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג אפריל 29, 2012 2:12 am

ווייסט איינער אן עצה פאר ווייטאג / קראצען אויפען פיס פלאך?
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובהדורך שטרוי » זונטאג אפריל 29, 2012 8:52 am

די רבי אין חדר פרעגט; ווער האט ערשט צוריק געשלאגן,

ביי אונזער פאל, ווער האט ערשט צוריק געקראצט ?,
אז מען קראצט נישט צוריק איז א הצלה פורתא,

קען זיין באשפריצן מיט אנטי שוויצן פאודער די שיך און זאקן וואלט געהאלפן אויב דאס איז די מעשה דא אויך

אוועטאר
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובהדורך שטרוי » זונטאג אפריל 29, 2012 9:46 am

שמעק_טאביק האט געשריבן:פלאגט איר זיך מיט מאסקיטאס? א שטיקל "Bounce" דרייער שיעט קען זיין א גרויסע הילף. מאסקיטאס האבן דאס פיינט. הענגט אויף איינס אין אייער שטוב און ווערט פטור דערפון, אדער לייגט איינס אריין ביי אייך אין טאש און זיי וועלן שטיין ווייט פון אייך (מקור: די צייטונג).
*
די דרייער שיעטס האבן נאך נוצבארע פונקציעס. איר קענט אריינשטעלן אין אייער שיך עס זאל נישט האבן קיין ריח (לעצטנס געזעהן אין "דער איד"). דא האט איר נאך אפאר גוטע זאכן אויף וואס איר קענט עס נוצן.

האט עס אזא שארפע ריח, אז עס קען פארטרייבן עלעמענטן אין מענטשליכע פארמען אויכעט, צומאל אייך אליין, ראו הזהרנוכם; זאגען די מנהלים.

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מאנטאג אפריל 30, 2012 6:28 pm

שמעק_טאביק האט געשריבן:ליידט איר פון "בליסטערס" אדער בלוטערן אין מויל?


ס'איז דא א ווינדערליכע ספרעי פון ראזענפעלד פון מאנסי. עס הייסט: TFH
Thrush
Fungus
Herpes

עס פארלייכטערט אויך טשיקען פאקס, שינגעלס, פימפלס אין מויל, הש"י
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג אפריל 30, 2012 7:38 pm

שטרוי האט געשריבן:
שמעק_טאביק האט געשריבן:פלאגט איר זיך מיט מאסקיטאס? א שטיקל "Bounce" דרייער שיעט קען זיין א גרויסע הילף. מאסקיטאס האבן דאס פיינט. הענגט אויף איינס אין אייער שטוב און ווערט פטור דערפון, אדער לייגט איינס אריין ביי אייך אין טאש און זיי וועלן שטיין ווייט פון אייך (מקור: די צייטונג).
*
די דרייער שיעטס האבן נאך נוצבארע פונקציעס. איר קענט אריינשטעלן אין אייער שיך עס זאל נישט האבן קיין ריח (לעצטנס געזעהן אין "דער איד"). דא האט איר נאך אפאר גוטע זאכן אויף וואס איר קענט עס נוצן.

האט עס אזא שארפע ריח, אז עס קען פארטרייבן עלעמענטן אין מענטשליכע פארמען אויכעט, צומאל אייך אליין, ראו הזהרנוכם; זאגען די מנהלים.


געווענליכע דרייער בלעטער האבן נישט קיין שלעכטן גערוך, עס איז געמאכט צו געבן א גוטן גערוך פאר די קליידער
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

הערפיס

תגובהדורך שויתי'ניק » פרייטאג מאי 04, 2012 12:18 pm

ווער ווייסט ווילאנג איז עס קעטשי?

אויך, ווער האט עצות צו פארגרינגערן? פון וואס קומט דאס? און צו איז דא ווייטעמינען דערפאר?
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » פרייטאג מאי 04, 2012 3:22 pm

אויף האר זאל וואקסען שנעלער שטערקער, איז גוט שמן זית אדער אויל פון פלאקס קערענדלעך.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1804
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג מאי 04, 2012 3:38 pm

איינער האט אפשר אן עצה פאר פאנגיסט אויף די פינגער פין די הענט ?

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » פרייטאג מאי 04, 2012 4:31 pm

טייבעלע האט געשריבן:אויף האר זאל וואקסען שנעלער שטערקער, איז גוט שמן זית אדער אויל פון פלאקס קערענדלעך.


ווייקן הדסים און נאכדעם וואשן די האר דערמיט.
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » פרייטאג מאי 04, 2012 7:05 pm

א גיטע זייף צי וואשען א טלית?
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מאנטאג יוני 11, 2012 5:45 pm

ערגעץ האב איך דא געזעהן נישט לאנג צוריק די עצה, און היות עס האט מיר געהאלפן, וועל איך עס מיטטיילן, אין קעיס איר ווייסט נישט דערפון.

צו פארמיידן די ציפעדיגע טרערן וואס קומען ארויס ביים שניידן צוויבל, נעמט א מעטש (א שוועבעלע) אין מויל, מיט די קאפ ארויסגעשטעקט (די רויטע אינדרויסן פון מויל). די שוועבל זאפט איין די געציפעכץ און צו די אויגן איז לא נגע ולא פגע.
הפך בה והפך בה דכולה בה!


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Williamsburg און 7 געסט