Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך פבואר 15, 2012 5:41 pm

DotCom האט געשריבן:רב דארפסמאן, איך האב שטארק מורא איר זענט זיך טועה, די FDIC רעדט נישט אריין אין קיין פריוואטע אקאונט'ס אויב זיי זענען נישט די בעל בתים דערויף, קען טאקע זיין אז אויף די געוויסע בענק אין NJ זענען זיי יעצט בעל הבית, אבער נישט אויף טשעיס, דאס איז לכאורה געווען א סטריקלי 'טשעיס' דעסיזשאן, רוב מאל ווען זיי האלטן אז דער קאסטומער איז אינוואלווד אין פראוד, אדער ווען א אקאונט איז נישט גענוג אקטיוו, און דאס קאסט זיי צופיל צו אויפהאלטן, וועלן זיי דאס פארמאכן.



איך האב געכאפט א שמיעס מיט א באנק מעניטשער, און ער האט מיר געזאגט אז די FDIC גייען ארום צו אלע בענקס. ווייל אזוי ווי זיי האבען געמיזט באצאלען און געוויסע באנקס וואס האבען זיך פארמאכט ווילען זיי וואטשען פון יעצט מאל אן

Advertisement

דאנערשטאג פבואר 16, 2012 1:16 pm

א עס איז לעגאל,א באנק קען דיסיידען סיי ווען אז איינער איז נישט ראוי צו האבען א קאנטע ביי זיי.

איך האב מיטגעהאלטען א פאל אין מונטריאל, א יונגערמאן האט בייצאלט ערליך זיין מארגיטש פאר צען יאר אן קיין פראבלעם, איין נישט אזוי שיינעם טאג האט זיך דער באנק פארקויפט פאר א צוויטע באנק און יענע האבען עם געשיקט א בריוו אז אויב צאלט ער נישט זאפארט די 200 אלפים וואס איז נאך געבליבען אויפען מארגיטש גייען זיי צונעמען די הויז עס איז נישט געווען מיט וועם צו רעדען און זיי האבען מקיים פסק געווען.

דאנערשטאג פבואר 16, 2012 1:24 pm

זיי האבן מיר אויך אפגעשפארט און זיי זאגן אז איינער האט אריינגעהעקט און מיין אנליין אקאונט ממילא מאכן זיי עס צו

ווייס מער שוין פארוואס

דאנערשטאג פבואר 16, 2012 1:49 pm

מיין חבר רופט מיך אן פרעגן אויב סאיז מעגליך אז איך האב אמאל אריין געלאגט ביי טשעיס ביי אים אין אפיס פרעג איך אים פארוואס ער פרעגט זאגט ער מיך אז מהאט אים מיט נאך א חבר פונעם זעלבען אפיס אויך אפגעשפארט זייער אקאונטס האב איך זיך דערמאנט אז אפאר וואכן צוריק בין איך געוועהן דארט אין גענוצט די קאמפיוטער דארט

פרייטאג פבואר 17, 2012 12:02 pm

דוד פיישוט האט געשריבן:טשעיס איז בעצם זייער א שווערע באנק צו דיעלן מיט

נעם דיך נישט צום הארצן און עפן א אקאונט ביי פראווידענט אדער ערגעץ אנדערש


איך האב פארמאכט לעצטענס מיין אקאנט ביי פראווידענט זיי זענען צירוק געבליבן מיט א שיינע פאר יאר למשל ביי זיי נעמט נאך ערליך 2-3 ביזנעם טעג ביז ס'ווערט אוועליבעל דאס געלט און זי רעכענען די 34 דאלער אויב ס'קימט אריין א טשעק און די פאר טאג

מאנטאג מרץ 12, 2012 2:09 pm

וועלעכע באנק איז די בעסטע צו עפענען אן אקאונט ?

מאנטאג מרץ 12, 2012 2:17 pm

נישט קיין פראבלעם האט געשריבן:זיי האבן מיר אויך אפגעשפארט און זיי זאגן אז איינער האט אריינגעהעקט און מיין אנליין אקאונט ממילא מאכן זיי עס צו


נו, זיי וועלן דיר בלויז טוישן דעם אקאונט נומער וכדומ' און אלעס איז אינדערארדענונג.
אויסער אז עס איז נאך עפעס געווען.

דאנערשטאג מרץ 22, 2012 1:42 pm

פון מיין (און אנדערע מענטשן וואס איך קען) עקספיריענס וואלט איך געראטן אוועקצושטיין פון "טשעיס". איך האב אויך געהאט אן אישו, וואו זיי האבן זיך אויפגעפירט ווי געגנסטערס פון עפעס א סלאמפ געגנט אין די בראנקס. איך בין אריין צו מיין לאקאל ברענטש און גערעדט צום מענעדזשער. יענער האט געמאכט א פאר פאון קאלס מיט מיר. זעענדיג וואס דא גייט פאר האט ער מיך ארויסגערופן אינדרויסן (איך האב געהאט מיט אים פערזענליך א גוטע רילעישאנשיפ) און געזאגט: אלס מענטש עצה איך דיר צו פארמאכן דיינע אקאונטס און גיין בענקען ערגעץ אנדערש. איך אליין בענק נישט מיט טשעיס..."

דאנערשטאג מרץ 22, 2012 2:11 pm

קוק דא
קען זיין גאנץ אינטערסאנט צו זעהן מינע משוגנע מעשיות וואס מענטשן האבן געהאט מיט די חיות
שרייב א תגובה

Advertisement