עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מאנטאג פבואר 20, 2012 7:52 pm
פארוואס שרייבט עטס ענק נישט איין צו באקומען די גליונות אויף אימעיל?
Advertisement
מאנטאג פבואר 20, 2012 8:51 pm
מאשקע האט געשריבן:פארוואס שרייבט עטס ענק נישט איין צו באקומען די גליונות אויף אימעיל?
מ'קען ארויפריקן די מספר התגובות דורך אימעיל?
מאנטאג פבואר 20, 2012 10:28 pm
כ׳האב געוואלדיג הנאה פון די גליונות, ער שרייבט זייער שטארקע פונקטן; אגב, עס קוקט מיר אויס לויט׳ן סטיל פון די מאמרים, אז דער לאנג טערמיניגער פלאן איז אז פון די מאמרים זאל ענגילטיג ווערען א ספר.
אלענפאלס זאל ער זעהן הצלחה מרובה במעשי ידיו.
מאנטאג פבואר 20, 2012 11:14 pm
די גליון איז צו באקומען יעדע וואך אויף
www.ladaat.net/gilionot.php
דינסטאג פבואר 21, 2012 10:54 am
איך האב געפרעגט דעם בעל הבנין שליט"א וועגן ארויסגעבן א ספר, און ער האט דאס באשטעטיגט, און ער האט צוגעלייגט אז "איינס" פון די סיבות פון ארויסגעבן דעם גליון, איז כדי צו קענען הערן הערות, תגובות, אדער קריטיק, פון דעם עולם, אזוי אז דער ספר זאל קענען ארויסקומען בעז"ה מיט א שלימות, און אדרבה שיקט אריין הערות דורך אימעיל צו
binyan@yeshivanet.com און ער איז זייער דאנקבאר פאר אלע וואס שיקן אים אריין זייערע הערות וואס העלפט אסאך צו, אזוי אויך קען מען אנפרעגן אויף אי מעיל אלע שאלות בנוגע שלום בית און ער וועט אי"ה ענטפערן, מען מוז נישט ארויסשרייבן א נאמען, יעדע שאלה וועט בעז"ה באקומען א תשובה.
אגב וויל איך אייך פרעגן ר' שטארק זיך, אז דו האסט הנאה פון די גליונות, צו האסטו דאס מודיע געווען אויך פאר הרב לויפער? לויט ווי איך ווייס האט ער נישט קיין אינטערנעט און ער זעט נישט וואס דו שרייבסט דא, חיזוק קען יעדער נוצן.
אגב דא איז די משפטים.
דאנערשטאג מרץ 01, 2012 1:22 pm
א גילוי נפלא, וויאזוי עס האבן אויסגעזען די ווינדא"ו שעיד"ס אין המן'ס פאלאץ, קוקט אריין אין גליון פון די וואך, אין די צווייטע אידישע ארטיקל
דינסטאג אפריל 24, 2012 2:20 pm
מעלדונג פונעם מו"ל:
צוליב סיבות וועט נישט ארויסקומען דער גליון די קומענדיגע צוויי - דריי וואכן. האפנטליך אז בעז"ה וועלן מיר קענען ממשיך זיין נאכדעם ארויסצוגעבן וועכנטליך אזוי ווי ביז יעצט
פראגעס וועלן ווייטער געענטפערט ווערן - אויף אימעיל - בסייעתא דשמיא.
מיט אנטשולדיגונג
דאנערשטאג מאי 10, 2012 11:33 am
די גליון איז שוין צוריק אין קראפט!
דאנערשטאג מאי 10, 2012 2:51 pm
א גרויסן דאנק מיין שלום בית האט ממש געהאנגן אויף א האר
נאך א מזל די גליון איז צוריק אין קראפט!
דאנערשטאג מאי 17, 2012 7:32 am
לטובת ולידיעת הציבור, פונעם היינטיגן גוט מארגן (עקרת הבית) פליג בלעטל אין וומסב"ג:
אויב זענט איר געגאנגען זוכן הילף פאר שלום בית, חינוך, פראבלעמען מיט קינדער, און איר האט נאכנישט געטראפן קיין הילף, דאן רופט דעם מומחה וואס איז endorsed דורך רוב גדולי ישרא', איר וועט אי"ה געהאלפן ווערן אין גאר א קורצע צייט strictly confidential call or text דוד מאיר גאנץ 646 872 9963
פרייטאג יוני 15, 2012 12:25 pm
נישט געקומען די וואך?
זונטאג יוני 17, 2012 9:59 am
ווינקל האט געשריבן:נישט געקומען די וואך?
נאופס - לא זכינו
דאנערשטאג יולי 12, 2012 1:20 pm
נאך א לענגערע אפשניט, איז ארויסגעקומען טאקע די וואך נאך א אינהאלטספולן גליון
קוקטס אין אייער אי מעיל (טאמער איר זענט דארט אויפגעסיינט)
דאנערשטאג יולי 12, 2012 1:29 pm
אה, פיינע נייעס.
(פונקט נעכטן נאכט האב איך צוריקגעזוכט וויפיל וואכן ס'פעלט שוין, און מסופק געווען אויב כ'זאל נאכאמאל מעורר זיין דא.)
דאנערשטאג יולי 12, 2012 5:07 pm
ברוך ה', ענדליך
דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:40 am
די וואך איז ווידער ארויסגעקומען א הערליכע גליון
די וואך איז עקסטער אינטרעסאנט און וויכטיג ספעציעל פאר די נשים
איר וועט נישט חרטה האבן אויב זיי וועלן דאס ליינען
דאנערשטאג יולי 26, 2012 3:36 pm
די וואך האב איך ב"ה ערהאלטן נאך א פרישע גליון אין מיין אימעיל אינבאקס
דינסטאג יולי 31, 2012 11:13 am
לענ"ד אז ער איז אביסל ארויס פון זיין ליניע די וואך. ער זאגט פיין, אבער... א בחינה ווען מען וויל מעורר זיין א אינגערמאן צום דאווענען, זאגט מען די קינדער קוקן...
דינסטאג יולי 31, 2012 3:46 pm
אלץ איינער וואס איז אייביג בעמק השווה, און גיבט אכט צו זיין נייטראל בנוגע ווער איז גערעכט די פרוי צו די מאן, איז אינטרעסאנט אז נאך די מאן געשטימטע ארטיקל אין פרשת מטו"מ איז נישט נאכגעקומען א פרוי געשטימטע ארטיקעל...
דינסטאג יולי 31, 2012 4:50 pm
לענ"ד איז די פאריגע וואכעדיגע ארטיקל געווען פרויאיש געשטימט ער איז פשוט מסביר אז מ'דארף מאכן א פלאן אויב מ'גייט נישט געווינען די לאטערי
דינסטאג יולי 31, 2012 4:59 pm
ווינקל האט געשריבן:לענ"ד אז ער איז אביסל ארויס פון זיין ליניע די וואך. ער זאגט פיין, אבער... א בחינה ווען מען וויל מעורר זיין א אינגערמאן צום דאווענען, זאגט מען די קינדער קוקן...
וואס מיינסטו צו זאגן?
מיטוואך אוגוסט 01, 2012 10:05 am
חכם לב האט געשריבן:ווינקל האט געשריבן:לענ"ד אז ער איז אביסל ארויס פון זיין ליניע די וואך. ער זאגט פיין, אבער... א בחינה ווען מען וויל מעורר זיין א אינגערמאן צום דאווענען, זאגט מען די קינדער קוקן...
וואס מיינסטו צו זאגן?
גם אני לא הבנתי דברי כבוד הרב ווינקל שליט"א
דינסטאג אוגוסט 07, 2012 11:49 am
אנשטאט זאגן ר' איד איר דאווענט נישט! זאגט מען די קינדער... וואס קינדער ווען קינדער, דער איד דאווענט נישט קיין מלה אחת.
ער איז מאריך אף איבער די שעדליכקייט פון זיין אנגעבינדן אין די ווירטואלע וועלט, און שטופט עס אריין אין שלום בית.
דינסטאג אוגוסט 07, 2012 4:34 pm
וואו רעדט ער דארט פון דאווענען? (אפשר האסטו דיך געפילט געטראפן ווייל דו טעקסט ארום ביים דאווענען???....)
ער ברענגט ארויס דארט צוויי נקודות
איינס: ער ציהט א שטריך פון די עבודה זרות ביים חורבן בית המקדש צו די היינטיגע עבודה זרות, און גערעכט! דאס איז בלויז א געדאנק אן א שייכות צו שלום בית.
צוויי: ער ברענגט ארויס אז דאס אז די קינדער זאלן ח"ו נישט זיין געראטן, איז א גרויסער גורם דאס אז די עלטערן האבן נישט קיין ריכטיגע קאמיוניקאציע צווישן זיך און קשר מיט די קינדער...
ווען דער נער וואלט נישט געווען אונזערס ליידער...
שאל נא יעדן איינעם וואס האט נאר צוגערירט דער נושא פון שלום בית וועסטו הערן אז שוין איינמאל האט דאס שייכות.
מיטוואך אוגוסט 08, 2012 12:38 pm
נו, די דאווענען איז דאך נאר געווען א משל.
איך רעד טאקע פון נקודה איינס. געשניטן שטיקער פון ווירטואלע סאשעליזם, און געצויגן א שטריך צו שלום בית.