Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג ינואר 23, 2012 1:28 pm

איך האלט אז ס׳איז דא איין זאך וואס צו טוהן לגבי די סעפערעישאנס (אויב ס׳נישט צו שפעט ה"י)
ס׳זאל זיך יעדער יונגערמאן - וואס האלט שוין 5-6 יאר נאך די חתונה - אויפשטעלן און עדות זאגן אז אים איז אויך נישט גרינג אדורך די שנה ראשונה ושני׳, מ׳האצעך געאמפערט, געהאט פארשידענע דיפערענצן, אבער... ס׳איז אדורך!
מ׳לערנט זיך אויס מיט די צייט, מ׳ווערט מער צוגעוואוינט איינער צום צווייטנס נאטורן, און מ׳דארף נישט וועגן דעם אין די ערשטע יאר צוויי זיך מייאש זיין, נאר ענדערש טראכטן אז ס׳וועט נאך קומען בעסערע צייטן. ודו"ק כי נכון הוא.

נעמט דעם בילד דא, און לייגט דאס אלץ אייער דעסקטאפ בעקגראונד
cufflink hebrew 02.JPG

ס׳איז שטארק וויכטיג!

Advertisement

מאנטאג ינואר 23, 2012 3:44 pm

מזל טוב לכבוד הרב ר' יצחק לויפער שליט"א לרגל הולדת הבת למזל טוב

מאנטאג ינואר 23, 2012 11:02 pm

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:איך האלט אז ס׳איז דא איין זאך וואס צו טוהן לגבי די סעפערעישאנס (אויב ס׳נישט צו שפעט ה"י)
ס׳זאל זיך יעדער יונגערמאן - וואס האלט שוין 5-6 יאר נאך די חתונה - אויפשטעלן און עדות זאגן אז אים איז אויך נישט גרינג אדורך די שנה ראשונה ושני׳, מ׳האצעך געאמפערט, געהאט פארשידענע דיפערענצן, אבער... ס׳איז אדורך!
מ׳לערנט זיך אויס מיט די צייט, מ׳ווערט מער צוגעוואוינט איינער צום צווייטנס נאטורן, און מ׳דארף נישט וועגן דעם אין די ערשטע יאר צוויי זיך מייאש זיין, נאר ענדערש טראכטן אז ס׳וועט נאך קומען בעסערע צייטן. ודו"ק כי נכון הוא

עס איז כדאי צו ליינען דעם בנין עדי עד גליון ב' (וישלח שנה זו) א גרויס חלק שנה ראשונה פראבלעמן - בעיקר די וואס קומט פון דעם וואס מען איז געווארן אפסעט - קען געלעזט ווערן, און לויט ווי איך הער איז געפלאנט מיט די צייט פארשידענע ארטיקלען געווידמעט דירעקט פאר שנה ראשונה

דא האט עטס אלע פריערדיגע גליונות

דינסטאג ינואר 24, 2012 12:50 pm

א גרויסן דאנק פאר זייער נייגעריג פאר זיין זאפטיגע הילף

דינסטאג ינואר 24, 2012 1:49 pm

מזל טוב רב שמחה ונחת לרגל הולדת בתו למז"ט
און א גרויסן דאנק פאר די פארבעסערונג און מיין שלום בית
פון היינט אן קוק איך אן מיין ווייב ווי א תימנ'ער............
לעצט פאראכטן דורך סביב העולם אום דינסטאג ינואר 24, 2012 1:57 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג ינואר 24, 2012 1:50 pm

שכוח יוראפ
העלמער עס ליינען צוביסלאך

דינסטאג ינואר 24, 2012 2:07 pm

א גרויסן יישר כח זייער נייגעריג

מיטוואך ינואר 25, 2012 5:53 am

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:איך האלט אז ס׳איז דא איין זאך וואס צו טוהן לגבי די סעפערעישאנס (אויב ס׳נישט צו שפעט ה"י)
ס׳זאל זיך יעדער יונגערמאן - וואס האלט שוין 5-6 יאר נאך די חתונה - אויפשטעלן און עדות זאגן אז אים איז אויך נישט גרינג אדורך די שנה ראשונה ושני׳, מ׳האצעך געאמפערט, געהאט פארשידענע דיפערענצן, אבער... ס׳איז אדורך!

לדעתי ליגט אין די ווערטער א גרויסע טעות.
איך קען מענטשן וואס האבן אין די ערשטע יארן זיך נישט אין גאנצן אן עצה געגעבן, שפעטער ביי די יארן וואס און שטוב איז ב''ה פארנומען מיטן מגדל זיין די קינדער, גייט דאס טאקע אדורך אזוי ווי מר. פאטאשאפ שרייבט, אבער ווען סקומט די יארן וואס די קינדערלעך ווערן גרויס און פליען אוועק פון שטוב, און האבן חתונה. פלאצט אויס די שלום בית אויף א געפערלכ'ן אויפן.

מיטוואך ינואר 25, 2012 9:59 am

זיידענע בעקיטשע האט געשריבן:

ביידע זענען גערעכט -
געווענליך אויב מען האט א ציהל אנצוקומען צו א ריכטיגן שלום בית און מען טוט עפעס צו דעם, אדער אליין, אדער מיט די הילף פון אנדערע, ווערט דאס זיכער בעסער און בעסער, און אזוי איז ביי גאר אסאך מענטשן, אז אנפאנג איז זייער שווער, אבער מיט די צייט גלייכט מען זיך אויס [איינס פון די סיבות פארוואס שנה ראשונה איז שווער, איז ווייל מען איז נאך שטארק צוגעבינדן צו די עלטערן, און דאס שטערט זייער שטארק צו בויען א ריכטיגן קשר, ווי עלטער מען ווערט און מען בינדט זיך אויף פון די עלטערן, קען מען זיך בעסער פארבינדן, פארשטייט זיך אז דאס איז נאר אחד מני אלף פון די סיבות פון שנה ראשונה שוועריגקייטן]
אבער די וואס האבן גארנישט געטון צו דעם, בלייבט די טענות און תרעומות אינווייניג, עס ווערט נישט כמעט נישט קיין שינוי, מען באהאלט דאס נאר פון די קינדער, אבער אין הארץ טראגט מען זיך ארום מיט גיפט, [כאטש עס איז כמעט אומעגליך צו באהאלטן און עס קלאפט זיכער אויס ערגעץ - זע אויך וועגן דעם נושא גליון בנין עדי עד גליון ג' פרשת וישב], און ווען די קינדער האבן חתונה פלאצט דאס אויס.
אבער עס איז נאך אלס בעסער ווי זיך אפטיילן, ווייל סוף כל סוף האבן די קינדער כאטש א [אויבנאויף] נארמאלע שטוב,
און אדרבה יביאו האברכים ויעידו על עצמם וויאזוי זיי האבן זיך אן עצה געגעבן, און דערמיט העלפן אנדערע אויך.

מיטוואך ינואר 25, 2012 12:20 pm

דאס אידעך א לעצטיגע מאדע
נאכן חתונה מאכן די קינדער גט מען זיך אפ

מיטוואך ינואר 25, 2012 12:31 pm

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:דאס אידעך א לעצטיגע מאדע
נאכן חתונה מאכן די קינדער גט מען זיך אפ

:lol: :lol: :lol:
נעבעך א ביטער געלעכטער

מאנטאג ינואר 30, 2012 1:50 am

אויב איינער קען זאל מען ביטע ארויפלייגן די גליון פון פרשת בא

מאנטאג ינואר 30, 2012 5:55 am

די פייל איז צו גרויס, הגודל המירבי המורשה הוא 256 KiB.

מיטוואך פבואר 01, 2012 12:39 am

א דאנק פאר די ניק יוראפ פארן אריינשיקן.

מיטוואך פבואר 01, 2012 9:58 am

זייער נייגעריג האט געשריבן:א דאנק פאר די ניק יוראפ פארן אריינשיקן.

און א דאנק פאר זייער נייגעריג פארן ארויף לייגן

מיטוואך פבואר 01, 2012 10:32 am

סביב העולם האט געשריבן:
זייער נייגעריג האט געשריבן:א דאנק פאר די ניק יוראפ פארן אריינשיקן.

און א דאנק פאר זייער נייגעריג פארן ארויף לייגן

נו אוודאי א דאנק פאר אים!!

דאנערשטאג פבואר 02, 2012 2:42 pm

די וואך איז דא א פרישע מעלדונג אויף דעם לעצטן בלעטל פון דעם גליון אז מען בעט בכל לשון של בקשה נישט צושפרייטן דעם גליון אין בתי מדרשים נאר האלטן פריוואט.
פארשטייט זיך אז מען קען - און מען זאל - דאס ארום שיקן צו באקאנטע און גוטע פריינט, אבער נישט צושפרייטן אויף די טישן אין בית מדרש.

גליון י' - פרשת בשלח

דאנערשטאג פבואר 02, 2012 8:52 pm

גליון י' - פרשת בשלח

דינסטאג פבואר 07, 2012 2:30 am

איך האב געהערט א גוט ווארט,
בחורים פרעגן וויאזוי מען זאל רעדן מיט איר פאר די באשוי, זיי וואלטן ענדערש געדארפט פרעגן וויאזוי מען זאל רעדן מיט איר נאך די חתונה...

פרייטאג פבואר 10, 2012 12:39 pm

יתרו?

פרייטאג פבואר 10, 2012 12:53 pm

די גליון פון די וואך פרשת יתרו

ליינטס און האט הנאה!

זונטאג פבואר 12, 2012 3:21 pm

שקויעך יוראפ

זונטאג פבואר 12, 2012 4:11 pm

ס'איז א גוטע משל די תימנע ס'ברענגט שטארק ארויס די חילוק פון 'פאני' ווס 'דיפרענט' ער שמועסט אבער נישט אויס די פאקט אז ווייניג ווילן טאקע הייראטן תימני נישט ווייל ז'זענען פאני נאר ווייל זענען דיפרענט פארשטייסט?

זונטאג פבואר 12, 2012 6:01 pm

קיין איין פרוי איז נישט אזוי דיפרענט פון א מאן, ווי א תימנ'ער איז אנדערש פון אונז. און מען האט בכלל נישט דן געווען וועגן הייראטן א תימני, דער משל פון תימנ'ע איז נאר אויף אזוי פיל מען זאל איינזען ווי ווייט מען רעספעקט א צווייטן וואס איז אזוי אנדערש פון אונז, און מען קוקט אים נישט אראפ, און ק"ו בן בנו של ק"ו נישט אראפקוקן די ווייב ווען ביי זיי אין די משפחה האט מען געטרינקען אראנזדש דזשוס ביי די שבת'דיגע סעודה און ביי דיר נישט, און אזוי אלע אנדערע קלייניגקייטן [נארישקייטן] וואס אינגעלייט אדער פרויען מאכן א גאנצע עסק און א מחלוקה פאר שטותים והבלים, אז דו ווילסט מען זאל זיך ביי דיר אין שטוב פירן אנדערש, צום ערשט מאך נישט חוזק, פארשטיי דאס, און רעד זיך דורך מיט רעספעקט צו ביי "אונז" זאל מען זיך אויך אזוי פירן, און וואס עס איז נישט שייך צו טוישן, נעם אן מיט פארשטענדעניש, עס איז דא אסאך מהלכים אין לעבן, און דאס איז איינס פון זיי.
דיפרענט זענען יעדע צוויי מענטשן, און א מאן מיט א פרוי נאך מער, אויב מען וועט נישט וועלן חתונה האבן מיט איינעם וואס איז דיפרענט, וועט מען בלייבן אן אלטער בחור... מען דארף נאר וויסן וויאזוי צו האנדלען דערמיט.

מאנטאג פבואר 20, 2012 3:16 pm

משפטים??
שרייב א תגובה

Advertisement