Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

גליון "בנין עדי עד" בעניני שלום בית

זונטאג ינואר 22, 2012 3:54 pm

רבותי מען האט שוין דאכט זיך מיר אלע פאליטיק'ס (איך מיין דאך זיכער נאר וועלטליכע) דורכגעטון, און וואס איז מיט שלום בית? לאמיר נישט אויסזאגן הויעך וואס טוט זיך ביי אונז.....

עס איז לעצטנס ארויסגעקומען א הערליכער גליון "בנין עדי עד" וועגן שלום בית, גוט פאר יעדן, תלמידי חכמים, בעלי בתים, מענער, פרויען, אלע טרעפן זיך דאס פלאץ דארט, זייער שיין געשריבן, און אלעס צו די זאך, מיט א געשמאק, איך האב געבעטן דעם מוציא לאור ער זאל ארויף קומען אויף אייוועלט, אביסל צו געבן פארזוכן פאר אונזער עולם, אבער ער איז אפגעשפארט פון דעם אינטערנט (זיין אימעיל איז טאקע פון ישיבה נט...), איך האב פארגעשלאגן צו זיין דער פארמיטלער.

די מעלה איז אויך אז ער איז דרך אגב אויך א שרייבער און עס איז שיין געשריבן אז עס צוגייט אין די ביינער

האט עס שוין דער עולם געזען? עס האלט שוין אן די אכטע וואך אין א צי, מען קען דאס באקומען דורך שיקן א אימעל צו אים אליין binyan@yeshivanet.com אדער אויף לדעת, ער זאגט אז ער וויל דאס בשום אופן נישט צושפרייטן אין בתי מדרשים, דאס איז צו ערנסטע סחורה עס זאל זיך דרייען, כאטש עס איז געווענליך נישט שעדליך פאר קינדער

אגב. יעדער קען אים אליין פרעגן שאלות אויף אי מעיל [בחנם] וועגן שלום בית, ער ענטפערט זייער גוט, דאס איז זיין אימעיל binyan@yeshivanet.com

נו לאמיר הערן עפעס וועגן דעם?

פאלגענד איז א אויסצוג פון איינס פון די הערליכע ארטיקלען וואס איז געווען אין גליון ד', פרשת מקץ
איך בין א תימנ'ער

אריינקומענדיג זיבן אזייגער אינדערפרי אין בית המדרש, בין איך ערשטוינט געווארן צו טרעפן נאנט צום טיר א פרומער איד אנגעטהון אינגאנצן ווייס, מיט א מאדנעם טורבאן אויפן קאפ, ער זיצט אויף זיינע פיס וואס זענען פארלייגט פון אונטן, און א חומש פארנט פון אים, אבער דאס איז... איבערגעדרייט, און ער שאקלט זיך דערויף מיט א מאדנעם ניגון.
דער בילד האט מיר אויסגעזען ווי עס רעדט זיך דא פון איינעם וואס איז נישט אינגאנצן ביים קלארן זינען, עס איז מיר תיכף ארויפגעקומען א שמייכל, זיכער עפעס א רחמנות וואס דרייט זיך דא אין געגנט, אבער זיין געזיכט האט אויסגעזעהן גאנץ איידל, אפשר גאר איז דאס איינער פון מיינע שכנים וואס איז פלוצלינג אראפ פון זינען?
שטייענדיג אזוי פארוואונדערט הער איך ווי א אינגערמאן שושקעט פארן צווייטן אין אויער, "וואס זוכט דא דער תימנ'ער?".
איך האב אפגעאטעמט אה, ער איז א נארמאלער מענטש, ער איז א תימנ'ער.
וויאזוי איז ער מיטאמאל געווארן נארמאל?
ווייל ער איז א תימנ'ער.
ווען ער וואלט געווען א געבוירענער אין אונזער געגנט, וואלט איך זיכער געזאגט אז ער איז בארירט געווארן ל"ע, אבער אז ער איז א תימנ'ער איז שוין אלעס גוט און פארשטענדליך.
ווייל - אין תימן קליידט מען זיך אזוי, אין תימן לערנט מען אזוי, און אין תימן זיצט מען אזוי, און צוליב דעם איז אלעס וואס ער טוט "נארמאל" און פארשטענדליך, ווייל אזוי האט מען אים אויפגעצויגן און אזוי פירט זיך זיין סביבה, און נאר דאס ווייסט ער, און נאר דאס קען ער.
ריכטיג, אויב ער וויל זיך באזעצן ביי אונז אין געגנט וועט ער זיכער מוזן טוישן זיין געוואוינהייט, ער וועט זיצן נאר אויפ'ן באנק מיט די פיס אראפ, און לערנען אין א ספר מיט די אותיות אויסגעדרייט צו אים, און אפשר אויך אנטהון א חסידישן הוט, אבער ביז ער געוואוינט זיך איין, איז ער רעספעקטירט, ער איז א תימנ'ער!
דער מדרש זאגט אויף דעם פסוק מוציא אסירים בכושרות: דער רבונו של עולם שטעלט צוזאמען זווגים, ער הענגט אן א קייט אויף איינעם וואס איז אין איין עק וועלט, און בינדט אים צוזאמען מיט אן אנדערן וואס וואוינט אין די אנדערע עק וועלט און מאכט זיי חתונה.
מען קען זיך אביסל ווינדערן אויף דעם מדרש, וויפל שידוכים קענט איר וואס איז געווארן צווישן מענטשן פון איין עק וועלט צו די צווייטע?, נישט צופיל, דאכט זיך אז רוב שידוכים ווערן אויסגעפירט לאקאל, גאר א שטארקע מינדערהייט צווישן די שידוכים וואס ווערן טעגליך אויסגעפירט זענען פון צוויי קאנטינענטן, און דאס איז שוין אפילו היינטיגע צייטן מיט אלע שנעלע און באקוועמע טראנספארטאציע, וואס איז שוין געווען אמאל ווען די איינציגסטע מיטל ארומצורייזן איז געווען א אייזל אדער א קעמל, איז דען בכלל אויסגעפירט געווארן שידוכים פון איין עק וועלט ביז די צווייטע?, כמעט וואס נישט.
מעגליך אז די כוונה פון מדרש איז אונז צו לערנען גאר עפעס אנדערש.
יעדער מענטש פאר זיך איז א גאנצע וועלט, אזוי ווי די גמרא זאגט, כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, ווען מען ראטעוועט איין אידיש קינד, איז אזוי ווי מען וואלט געראטעוועט א גאנצע וועלט, און אודאי איז יעדע משפחה פאר זיך א עולם מלא, און זיכער יעדע קרייז און קהלה.
עס קען זיין א פאר פאלק פון צוויי משפחות וואס וואוינען טיר ביי טיר, און אפילו האבן נאנטע משפחה פארבינדונג, און עס איז אזוי ווי עס האבן חתונה געהאט צוויי מענטשן פון צוויי עקן וועלט.
ווייל יעדע משפחה האט זיך אירע אייגענע מנהגים, חומרות, קולות, פרינציפן, השקפות, און פארהייליגטע באגריפן. אויב מען וועט נישט פארשטיין אז דעם אנדערנ'ס מנהגים, חומרות, פרינציפן און השקפות, זענען עכ"פ אזוי נארמאל ווי מיינע, און מען דארף דאס רעספעקטירן, איז דאס א גוטע רעצעפט פאר מחלוקת.
אסאך מענטשן זענען שטארק איינזיטיג, זען נאר וואס ביי זיי איז גוט און פרום, און נאר א מנהג וואס איז ביי זיי פארהייליגט איז א מנהג, און וואס נישט, האט בכלל נישט א זכות צו עקזעסטירן אויף דער וועלט, און צוליב דעם ווערן דעם אנדערנ'ס חומרות און קולות, מנהגים און הלכות, השקפות און מיינונגען, אראפגעקוקט און אוועק געמאכט, אזוי אז ווען עס קומען זיך צוזאם צוויי מענטשן פון אזעלכע צוויי פרעמדע וועלטן, ווערט א וועלט מלחמה, עכ"פ אין הארץ, נישט פארשטייענדיג וויאזוי קען ער זאגן אדער טראכטן אזוי?
און נישט דוקא ביי א מנהג איז אזוי, נאר אפילו ביי פשוט'ע טאג טעגליכע זאכן, וואס ביי די משפחה איז דאס אנגענומען און "נארמאל" און ביי א צווייטע איז דאס אינגאנצן ארויס פון נארמאל, ביי די משפחה איז מען מקפיד צו עסן פלייש נאר מיט א גאפל, און ביי די משפחה דוקא מיט די הענט, ביי די משפחה צינדט מען חנוכה ליכט מיט א הוט, און ביי די משפחה דוקא מיט א שטריימל בעקיטשע.
משפחה א' מאכט א שנעלע סעודה, משפחה ב' מאכט א לאנגע סעודה, ביי משפחה א' ווערט 9:30 נאכט, און ביי משפחה ב' ווערט נאכט הערשט 12:00, ביי משפחה א' גייען די אינגלעך קורצע רעקלעך און ביי משפחה ב' איז דאס טריפה, משפחה א' האלט דוקא יא פון טרונקען אראנדזש דזשוס אינמיטן די וואך, און ביי משפחה ב' איז דאס מותרות, און אזוי הונדערטער זאכן, וואס מען באגעגענט זיך נאך די חתונה מיט אנדערע איינפירונגען און געוואוינהייטן.
אויף מארגן פון די שבע ברכות איז ליפא אהיימגעקומען געשפאנט נאכן דאווענען, און ערווארטעט א העכסט געשמאקן פרישטאג וואס זיין אשת חיל וועט אים אהערשטעלן, דער טיש איז טאקע געווען הערליך צוגעגרייט, די אייער שפייז האט געשמעקט, די קעיז און די יאגורט מיט די פוטער זענען געווען אויסגעשורה'ט מיט א ספעציעלן סדר, און אין די סאלאט האט זי אריינגעלייגט וואסערע גרינצייג עס איז נאר געווען צובאקומען אין געשעפט, און פארשטייט זיך צוגעלייגט שיינע איינגעדרייטע נעקפינ'ס.
אבער... די ברויט איז געלעגן אויפן טיש פארפרוירן, די נעכטיגע ברויט איז געווארן אריינגעלייגט אין פריזער, און ארויסגענומען געווארן ווי נאר ער איז אריינגעקומען.
ליפא האט נישט געקענט צו זיך קומען פון זיין ווייב'ס נארישקייט "ברויט אין פריזער, וואסערע מאדנע זאך איז דאס" פארשטייט זיך אז ער האט דאס נישט געזאגט, אבער די פרישטאג האט שוין געהאט ביי אים יענעם טעם, וויפל ער האט פרובירט האט ער דאס נישט געקענט באגרייפן, "ביי אונז איז נישט דא אזא זאך, יעדן טאג ווערט געקויפט פרישע ברויט, די נעכטיגע, באקומען די פייגלעך, אדער אין בעסטן פאל מאכט מען פון דעם באָנדאַש".

וואס ליפא האט נישט געוואוסט איז, אז ער האט חתונה געהאט מיט א תימנער משפחה, און ביי זיי איז העכסט נארמאל אריינצולייגן די ברויט אין פריזער, און פארוואס דען נישט? מען ווארט פינף מינוט און עס איז דא פרישע ברויט, נאר חלות האלטן זיך גוט אין פריזער?.
ווען מען האט חתונה, דארף מען פארשטיין צוויי פארקערטע באגריפן. איינס, אז די אלע נייע און אינטרעסאנטע איינפירונגען וואס די זעסט און אנטדעקסט, איז נישט מאדנע, נאר העכסט נארמאל ביי יענע משפחה וואס זענען בעצם גאר א פארשטענדליכע משפחה, און נאר אין דיינע אויגן איז דאס ווילד פרעמד, און צווייטנ'ס, אז נישט אלעס וואס דו האלטסט אז נאר אזוי איז נארמאל און מענטשליך, וועט א צווייטער אויך פארשטיין, דוקא וועט ער האלטן אז די אנדערע וועג איז מער נארמאלער.
ווייל עס איז באמת נישט דא קיין שום מעסטער אויף איינפירונגען פון משפחות וואס אלס גייט אריין אין די קאטאגאריע פון "נארמאל" און וועלכע איז "נישט נארמאל", ביי יעדע משפחה איז אלעס וואס זיי טוען העכסט נארמאל – עכ"פ ביי זיי אין די אויגן – אז נישט וואלטן זיי דאך דאס נישט געטון, און אפילו דו זעסט דאס נישט אזוי, איז דאס נאר צוליב דעם אז דו ביזט אויפגעוואקסן ביי א צווייטע משפחה, וואס האט געהאט אנדערע "נארמאלע" איינפירונגען.
מען דארף וויכטיג ארויסגיין און זיך עפענען די אויגן, און זען פאר זיך א גרויסע וועלט, מיט טויזנטער אידישע משפחות וואס זענען אלע נארמאל, יעדע משפחה פאר זיך האט זיך זייער הונטערגרונד, און זייערע סיבות, צו זייערע נארמאלע איינפירונגען, טראכט נישט אז די קלוגע מענטשן אויף די וועלט, זענען אריינגעפאלן נאר ביי דיר אין די משפחה, בסך הכל איז דיין משפחה איין איינציג צווישן אנדערע טויזנטער משפחות, לאז איבער אביסל פלאץ פאר אנדערע משפחות צו אקאמאדירן ביי זיי עטליכע קלוגע מענטשן און נארמאלע איינפירונגען, וואס איז עכ"פ גוט פאר זייער משפחה.
און דאס מיינט אודאי נישט מען זאל אנהייבן גרינגשעצן אין די אייגענע משפחה, אדרבה, מען דארף גיבן א פלאץ פאר יעדן, מיינע געוואוינהייטן איז גוט ווייל פאר אונזער משפחה איז דאס געווען גוט, און דיינע געוואוינהייטן איז אויך גוט און שיין ווייל ביי דיין משפחה איז דאס געווען דאס בעסטע.
פארשטיי אז ביי זיי אין די משפחה לעבן אסאך נארמאלע און פארשטענדליכע מענטשן, און לויט זייערע אומשטענדן, סיבות, און מעגליכקייטן, איז דאס לכאורה געווען דאס בעסטע פאר זיי.
עס קען אפשר זיין אז זיי האבן אויך א געוויסע טעות און נישט ריכטיגן בליק אויף א זאך, און דאס איז די סיבה וואס זיי פירן זיך אזוי, אויב אזוי, זענען זיי נאך אלס "נארמאל" נאר געוויסע סיבות וואס דו ווייסט נישט, האבן גורם געווען זיי זאלן אזוי פארשטיין און טראכטן, זיי זענען נאך נישט "אומנארמאל".
די ספרים זאגן, אז די שיינקייט פון די בריאה איז דאס וואס אלע באשעפענישן און מענטשן זענען אנדערש, עס זענען נישט דא קיין צוויי באשעפענישן אויף דער וועלט וואס זענען די זעלבע, אזוי אויך יעדע רגע און יעדע סקונדע איז די וועלט אנדערש, און יעדער מענטש אליין האלט זיך כסדר אין איין טוישן, און דאס איז די וואונדער פון דעם רבש"ע, מה רבו מעשיך ה'.
עס ווילט זיך פרעגן פאר די מענטשן וואס האלטן אז נאר וואס זיי פארשטייען און טוען איז גוט, וויאזוי וואלט אויסגעקוקט די וועלט ווען אלע וואלטן זיך געפירט און געטון אזוי ווי דו פארשטייסט? דאכט זיך אז דו וואלסט נישט געוואלט צו לאנג זיך דרייען דא, עס וואלט געווען עפעס אזוי טרוקן, נישט אינטרעסאנט, אומעטיג, ווייל די פראכט פון דעם אויבערשטנס וועלט, און דער חיות און פרישקייט פון מענטשן, זענען די פארשידענע כאראקטער'ס און מנהגים, און דאס אנדערשקייט פון איינער צום צווייטן אין יעדן הינזיכט אין לעבן. און אויסער דעם, ווען אלע וואלטן געווען ווי דיר, מיט וואס וואלסטו געווען אויסגעצייכנט?.
וואס איז דער תועלת פון אזא צוגאנג?
איינמאל מען קוקט אן מיט א ריכטיגן בליק דעם צווייטנ'ס התנהגות, און מען פארשטייט אז אפגעזען ווי נארמאל / אומנארמאל זיין התנהגות איז אין מיינע אויגן, טוט ער דאס ווייל "ער איז א תימנ'ער", און ביי זיי איז דאס נארמאל און גוט, און ווען איך וואלט געווארן אויפגעצויגן ביי זיי וואלט איך געטון די זעלבע זאך, און פארשטאנען פונקט אזוי, און געהאט די זעלבע השקפות, בלייבט מען אויף יענעם מיט א רעספעקטפולן בליק.
און אז מען פארשטייט די סיבה פארוואס יענער טוט אזוי, און מען רעספעקטירט דאס, איז שוין גרינגער זיך דורכצוקומען וויאזוי די פאר פאלק זאל למעשה איינפירן ביי זיי אין שטוב, ווייל ווען דער תימנ'ער – דער שותף אין לעבן מיט וועמען מען האט חתונה געהאט – זעט אז מען מאכט נישט אוועק זיינע געוואוינהייטן, און זיינע מנהגים, און דאס איז רעספעקטירט און פארשטענדליך, לאזט ער זיך גרינגער הערן, און זיך דורכרעדן מיט פארשטאנד און רעספעקט, צו איז די געוואוינהייט גוט געווען נאר פאר דיינע עלטערן, אדער איז דאס פאר "אונז" אויך גוט.
עס קען זיין אז נאר ביי זיינע עלטערן האט דאס אויסגעפעלט, און יעצט פעלט דאס שוין נישט אויס, אין תימן האט מען געלערנט מיט א פארקערטע חומש, ווייל עס איז נישט געווען גענוג ספרים האבן זיך עטליכע געמוזט אויסלערנען ליינען פארקערט, אז מען וועט אפלאכן פון אים, וועט ער זיך שטעלן אויף זיין מנהג ווי אימער ער וועט פארן, און בלייבן מיט דעם, אז מען וועט אים רעספעקטירן, וועט ער דאס פארשטיין אז מען האט דאס געטון ווייל עס איז געווען א מאנגל אין ספרים, און ער קען דאס רואיגערהייט טוישן.
ווייל ווען דו האסט יענעם אפגעגעבן דעם ריכטיגן כבוד, און ביידע פארשטייען, אז איך טו אזוי ווייל מען האט מיר אזוי אויסגעלערנט, דו טוסט אזוי, ווייל מען האט דיר אזוי אויסגעלערנט, און קיינער פארדינט נישט צו ווערן אראפגעקוקט אדער אראפגעריסן, און מען רעספעקטירט איינער דעם אנדערן, קען מען באקוועם און גרינג איבערשמועסן, וויאזוי מען זאל זיך פירן צווישן זיך, וויבאלד קיינער פילט נישט ווי דער צווייטער וויל אים דא באזיגן און אונטערדרוקן, ביידע איינפירונגען זענען גוט, די שאלה איז נאר וואס איז דאס בעסטע און גוט פאר "אונז".
(דאס איז געווען פרשת מקץ, פרשת ויגש איז געווען א שיינע המשך אונטער דעם קעפל "איך בין א תימנ'ער")
לעצט פאראכטן דורך יוראפ אום מאנטאג ינואר 23, 2012 10:55 pm, פאראכטן געווארן 5 מאל בסך הכל.

Advertisement

זונטאג ינואר 22, 2012 3:56 pm

לדעתי אויב איזעס אזוי ווי דו זאגסטט - ברויך דער אשכול זיין אינעם איש את רעהו יעזורו אפטיילונג

זונטאג ינואר 22, 2012 3:58 pm

איך האב עס למעשה דא אהערגעלייגט, ווייל איך האב געהאט אפאר אפציעס וואו עס צו לייגן, איך האב נישט געקענט באשליסן וואו עס איז די ריכטיגע פלאץ, זאלן די מנהלים "שלום" מאכן וואו עס באלאנגט (אויב נישט קען מען זיך אפשר פארבינדן מיט די מו"ל)

זונטאג ינואר 22, 2012 4:01 pm

גליון ח' - פ' וארא

ווער עס וויל א פי די עף פון איינס פון די פריערדיגע גליונות קען מיר שיקן אין אישי

זונטאג ינואר 22, 2012 4:03 pm

יוראפ, יישר כח!

זונטאג ינואר 22, 2012 4:04 pm

גיימערעס ארויספרינטן און אהיימנעמען.
איין מינוט...
די ווייבער מעגן דאס אויך ליינען?

זונטאג ינואר 22, 2012 4:04 pm

ני וודאי פארדעם איז עס דאך אידיש
עס איז א מורא'דיגע גליון איך ליין עס א יעדע וואך כמעט עס איז ממש מחי'ה נפשות

זונטאג ינואר 22, 2012 4:05 pm

האלטסט ס׳וועט נאך עפעס אויפטוהן ביי מיר?

זונטאג ינואר 22, 2012 4:07 pm

ליין עס אדורך, וועסטו געוואויר ווערן...

זונטאג ינואר 22, 2012 4:07 pm

גראדע די עלטערע אידן האבן נישט קיין געדולד צו דעם זיי זענען שוין אווער מיט די זאכן

זונטאג ינואר 22, 2012 5:08 pm

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:האלטסט ס׳וועט נאך עפעס אויפטוהן ביי מיר?

:lol: יו מעיד מי לעףף, פימפל, פינטל.
געפין אויס פין א ברסלב'ער, אויב דיינע ווערטער געפונען פלאץ בכלל.

זונטאג ינואר 22, 2012 5:23 pm

בשער בת רבים; תחזקנה ידיכם, הרב 'יוראפ', אלו באנו לכאן נאר פאר דאס, דיינו.

אויבן אויף איז דאס נאר א שפיץ פון א בארג, ווי וואס עס קען נאך אלץ אויפטוהן אי"ה,

יישר חילכם.

זונטאג ינואר 22, 2012 5:37 pm

קוקט אויס פיין
ווער איז דער יצחק לויפער
שם אביו? שם חותנו? קרייז? מבקש? ס"ס? (אפשענעל)

זונטאג ינואר 22, 2012 5:47 pm

מי יודע האט געשריבן:קוקט אויס פיין
ווער איז דער יצחק לויפער
שם אביו? שם חותנו? קרייז? מבקש? ס"ס? (אפשענעל)

עס איז נישט קיין סוד אבער איך ווייס נישט צו עס דארף דא ארויפקומען פונקטליך מיט אלע דיטעילס
אגב עס איז שוין אביסל ארומגערעדט געווארן ביי גליונות לשב"ק ושם תמצאנה
אויב דארפסטו עפעס מער קענסטו מיר אנפרעגן אין אישי

זונטאג ינואר 22, 2012 9:10 pm

דא קען מען דאונלאודען אלע פריערדיגע גליונות

זונטאג ינואר 22, 2012 9:36 pm

שכוח יוראפ

זונטאג ינואר 22, 2012 10:57 pm

שקויעך יוראפ קיפ אפ

זונטאג ינואר 22, 2012 11:01 pm

איך מיין אז איר זאלט אויך שיקן א שכח פארן אנגעגעבענע EMAIL ADDRESS וועט ער האבן חשק אנציגיין

זונטאג ינואר 22, 2012 11:49 pm

מי יודע האט געשריבן:קוקט אויס פיין
ווער איז דער יצחק לויפער
שם אביו? שם חותנו? קרייז? מבקש? ס"ס? (אפשענעל)

ער איז נישט סתם יצחק לויפער, נאר הרב. אויסערדעם וואס ער איז א בר אוריין און א יודע ספר, לערנט ער פאר א שיעור אין שו"ע הל' שבת יעדן שבת צופרי בביהמ"ד בית שמואל (הגר"א קרויס שליט"א) אויף מירטל עוועניו אין וומ"ס.

מאנטאג ינואר 23, 2012 7:59 am

ער איז אויך דער כותב פון די חידו"ת הרה"ג ר"א קרויס שליט"א [זיי האבן שוין אפאר מאל דערמאנט זיין נאמען אין זייער גליון פניני השער]

מאנטאג ינואר 23, 2012 8:35 am

אויב איינער קען ביטע ארויף לייגן א פי די עף, מיין פילטער לאזט מיך נישט אריין אין די סייט

מאנטאג ינואר 23, 2012 11:41 am

עס איז גרעסער ווי איי וועלט ערלויבט, קענסט מיר שיקן אין אישי דיין אימעיל אדרעס קען איך דיר עס מזכה זיין

מאנטאג ינואר 23, 2012 1:12 pm

אנקעטע: זאל איך מיך אריינמישן אין א סעפערעישן (ריב לו לא) ווען איך האלט אז איך קען גארנישט אויפטוהן?

מאנטאג ינואר 23, 2012 1:14 pm

חס וחלילה
אפילו דער אינגארישער נאר העט נישט ארבעטן ווען ער ווייסט אז ער וועט נישט אויפטוהן

מאנטאג ינואר 23, 2012 1:24 pm

האמת אגיד כ'האב זיך נישט געפלאנט אריינצומישן אין די נארישע (נערישע) פייטס, איך האב נאר געפרעגט צו מאכן א שטיקל שטורעם דא, אין ענדליש זאגט מען "נעקסט טיים העוו א בעטטער טריי"
שרייב א תגובה

Advertisement