בלאט 3 פון 4

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 8:30 pm
דורך Ron Paul
כ'פלעג אויך צינדן אינעם מנורה. פאר א יאר האט זיך גענומען טראפן אויל פון איין רערל, מוזיך צימדן אין גלעזעלעך. יא, א חתונה מאלל מנורה...

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 11:41 pm
דורך קיקיון
לכאורה האט געשריבן:.....אויב מען שפריצט אן דעם קנויט מיט אויל..........
פארדינסט נאך א הידור אז די צונדסט אן שמן און נישט פאראפין אזוי זאגט דער פסקי תשובות אז עס איז א גלייכע זאך כאטש ער ברענגט פון להורות נתן און הרה"ג ר שלמה זלמן א' זצ"ל אז עס הייסט ג'צינדען שמן

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 12:44 am
דורך סאכדעס
קיקיון האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:.....אויב מען שפריצט אן דעם קנויט מיט אויל..........
פארדינסט נאך א הידור אז די צונדסט אן שמן און נישט פאראפין אזוי זאגט דער פסקי תשובות אז עס איז א גלייכע זאך כאטש ער ברענגט פון להורות נתן און הרה"ג ר שלמה זלמן א' זצ"ל אז עס הייסט ג'צינדען שמן

נישט פארשטאנען קיין איין ווארט.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 12:58 am
דורך לכתחילה אריבער
כדי שלא להשאיר דברי קיקיון בלתי חלק ,אכתוב מה שנראה כוונתו.

ער האט פארשטאנען אז ער צינד מיט פערטיגע קנויטען וואז איז באשמירט מיט פארגליווערטע פארעפין, געווענדליך איז דאס רויט. אויף דעם זענען דא וואס זענען מחמיר צו לייגען אביסעל אויל אויף די קנויט, כדי אז די הדלקה זאל זיין מיט אויל וואס איז מהדרין, און נישט מיט פערעפין. אבער ווי איך האב פארשטאנען, און מן הסתם סאכדעס אויך, צינט ער מיט קאטענע קנויטען וואס ער מאכט אליינס, אדער עכ"פ נישט באשמירט, ממילא איז נישט נוגע די ההערה

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 7:08 am
דורך msp
דאכטזיך אז די סברא פון די פארשעוה'טע קנויטען איז אז עס איז נאר להעמיד הפתילה
ממילא הייסט עס נישט געצינדען שעוה בכלל
דרך אגב וואס האלט דער עולם
מיין מאמע ע"ה פלעגט אלעמאהל צינדען גרויסע ווייסע לעכט אויף שבת
און אזוי טוט אויך מיין רביצין
מיין ברודער זז"ג האט געהייסען זיין ווייב צו צינדען אויף בוימעל
און באמת איז דאס טאקע מנהג ירושלים מקדמת דנא
אבער איך קווענקעל מיר אביסעל משנה צו זיין פון מיין מאמע'ס מנהג.....

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 9:28 am
דורך קיקיון
בענין די COATED קנויטען איז דער הסבר א סך פשוטער
ווילאנג דאערט ביז דער פאראפין (נישט שעוה) צילאזט זיך שוין בשכת הדלקה


דרך אגב וואס האלט דער עולם
לפי השערתי איז רוב פון די עש"ק אויל צינדערס פון דעם וועלטעל צינדען אויל אלס הוספה אויף די לאנגע ווייסע
בבקשת מחילה פון דעם עולם א ענגליש מליצלה אויב מ"ש וועט וועלען וועט ער עס מסביר זיין
your dilemma is aesthetic vs esoteric

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 10:50 am
דורך לכאורה
לכתחילה אריבער האט געשריבן:כדי שלא להשאיר דברי קיקיון בלתי חלק ,אכתוב מה שנראה כוונתו.

ער האט פארשטאנען אז ער צינד מיט פערטיגע קנויטען וואז איז באשמירט מיט פארגליווערטע פארעפין, געווענדליך איז דאס רויט. אויף דעם זענען דא וואס זענען מחמיר צו לייגען אביסעל אויל אויף די קנויט, כדי אז די הדלקה זאל זיין מיט אויל וואס איז מהדרין, און נישט מיט פערעפין. אבער ווי איך האב פארשטאנען, און מן הסתם סאכדעס אויך, צינט ער מיט קאטענע קנויטען וואס ער מאכט אליינס, אדער עכ"פ נישט באשמירט, ממילא איז נישט נוגע די ההערה

אקוראט אזוי.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 10:52 am
דורך שנאפס
msp האט געשריבן:דאכטזיך אז די סברא פון די פארשעוה'טע קנויטען איז אז עס איז נאר להעמיד הפתילה
ממילא הייסט עס נישט געצינדען שעוה בכלל
דרך אגב וואס האלט דער עולם
מיין מאמע ע"ה פלעגט אלעמאהל צינדען גרויסע ווייסע לעכט אויף שבת
און אזוי טוט אויך מיין רביצין
מיין ברודער זז"ג האט געהייסען זיין ווייב צו צינדען אויף בוימעל
און באמת איז דאס טאקע מנהג ירושלים מקדמת דנא
אבער איך קווענקעל מיר אביסעל משנה צו זיין פון מיין מאמע'ס מנהג.....


מיר צינדען אלע ווייסע ליכט, און צוויי ליכט מיט אויל

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 11:06 am
דורך msp
שנאפסי
זענען די צוויי אויל לעמפלעך אין דעם חשבון פון די משפחה?
אדער אן טאפ אף דעט?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 11:07 am
דורך farshlufen
לכאורה האט געשריבן:
yankelshister האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:אגב, היי יאר האב איך מהדר געווען צו צינדן אין די זילבער פון די מנורה גופא, אן קיין גלעזלעך.

ביזט אויך מהדר צו העלפן די בני בית אויספיצען די זילבער נאך יו״ט?

איך פלעג דאס טאקע נישט טוהן ביז יעצט מהאי טעמא, היי יאהר איז אויסגעקומען צו מאכן א שמועס דערוועגן און עס איז געבליבן אז מען וואשט סייווי אויס דעם גאנצן מנורה ווייל עס ווערט אנגעטראפט פון אלע זייטן, איז שוין נישט קיין גרויסע חילוק וואו מען צינדט.

פרוביר הייס צו מאכן די מנורה רערן ותראה וויפיל אויל עס וועט זיין איינגעזאפט איבעראל.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 11:12 am
דורך תרגום יונתן
שנאפס האט געשריבן:מיר צינדען אלע ווייסע ליכט, און צוויי ליכט מיט אויל

מיר צינדן אויך אזוי.

msp האט געשריבן:שנאפסי, זענען די צוויי אויל לעמפלעך אין דעם חשבון פון די משפחה? אדער אן טאפ אף דעט?

שמור וזכור. ביי מיר עכ"פ.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 11:13 am
דורך לכאורה
farshlufen האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
yankelshister האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:אגב, היי יאר האב איך מהדר געווען צו צינדן אין די זילבער פון די מנורה גופא, אן קיין גלעזלעך.

ביזט אויך מהדר צו העלפן די בני בית אויספיצען די זילבער נאך יו״ט?

איך פלעג דאס טאקע נישט טוהן ביז יעצט מהאי טעמא, היי יאהר איז אויסגעקומען צו מאכן א שמועס דערוועגן און עס איז געבליבן אז מען וואשט סייווי אויס דעם גאנצן מנורה ווייל עס ווערט אנגעטראפט פון אלע זייטן, איז שוין נישט קיין גרויסע חילוק וואו מען צינדט.

פרוביר הייס צו מאכן די מנורה רערן ותראה וויפיל אויל עס וועט זיין איינגעזאפט איבעראל.

איז דאס אן עצה טובה וויאזוי צו רייניגן די מנורה? אדער ווילסטו עפעס אנדערש ארויסברענגן דערמיט.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 11:20 am
דורך יוראפ
תרגום יונתן האט געשריבן:
msp האט געשריבן:שנאפסי, זענען די צוויי אויל לעמפלעך אין דעם חשבון פון די משפחה? אדער אן טאפ אף דעט?

שמור וזכור. ביי מיר עכ"פ.

אפאר יאר נאך די חתונה האט מיר מיין מאמע זז"ג געזאגט אז זי האט במסורה פון איר מאמע צוצולייגן נאך אן אויל ליכטל ביי יעדן קינד, למעשה האב איך עס געוואלט טון אויך ביי מיר, אבער אזוי ווי מ'האט שוין געהאלטן אפאר יאר נאך די חתונה איז שוין געווען שווער עס צו טוישן.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 12:47 pm
דורך מאנ-יימער
לכאורה האט געשריבן:אגב, היי יאר האב איך מהדר געווען צו צינדן אין די זילבער פון די מנורה גופא, אן קיין גלעזלעך.

איך ניץ די אלומינום גלעזלעך וואס דאס גייט אינגאנצן אריין אין די בעכערלעך פון מיין מנורה אזוי קומט אויס אז די לעכט ברענען ארויס פון די מנורה גופא און די מנורה ווערט נישט צו שטארק באשמירט מיט אויל

די אילומינום גלעזל
Capture.JPG
Capture.JPG (10.39 KiB) געזעהן געווארן 657 מאל


מיין מנורה
C111.jpg

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 1:07 pm
דורך לכאורה
מתכת איז טאקע מער מהודר ווי גלאז [דאכט זיך], אבער כסף איז מער ווי ברזל.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 1:16 pm
דורך טייבעלע
קוק אריין אין ספה"ק חסד לאברהם להרה"ק רבנו ר' אברהם אזולאי מעין ב' נהר נח,
ער רעכענט דארט אויס די מדריגות אין וואס איז חשוב'ער צו צינדן.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 1:18 pm
דורך תרגום יונתן
אין אוצר הלכות שרייבט ער אז די גלאז ווערט בטול צום גרויסן זילבערנעם מנורה. ס'טייטש, עס הייסט נאך אלץ געצינדן אין זילבער.

מיין פראגע איז, אויב איך גלייך בעסער גלאז, נישט צוליב די פראקטישקייט דערפון, נאר טאקע אלס די שיינקייט דערפון (איך האב זייער ליב די מראה פון די שיינע ליכטיגע אויל אינעם קריסטאלן גלאז), אויב זילבער וועט פאר מיר נאך אלץ זיין א הידור אדער נישט.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 1:48 pm
דורך טייבעלע
אז די גלאז ווערט בטל צו נישט, איז דא א רעדע אין די פוסקים טייל זאגען יא און טייל זאגען אז נישט.

דיין חביבות צו גלאז נעמט נישט אוועק די חשיבות פון זילבער, נאר דו האסט דא אן ענין פון חביב, און קען זיין אז חביב קודם, אבער חביב איז נישט שייך קעגען הידור מצוה.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 1:52 pm
דורך farshlufen
טייבעלע האט געשריבן:קוק אריין אין ספה"ק חסד לאברהם להרה"ק רבנו ר' אברהם אזולאי מעין ב' נהר נח,
ער רעכענט דארט אויס די מדריגות אין וואס איז חשוב'ער צו צינדן.

ןהיעב"ץ העתיקו בסידורו.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 2:04 pm
דורך קיקיון
aluminum איז נישט ברזל און די וואס זענען חושש אויף דעת האג"מ מאכען נישט קיין ברכה אויף די טבילה ער האלט אז עס נישט קיין מקבל טומאה
וא״ כ מוכרחין לומר דלא כל מתכות הם בדיני טומאה אלא הששה מינים שנאמרו בפירוש סימן כ"ב



וכתב רבנו אברהם אזולאי ז״ל בספרו חסד לאברהם כי יש 15 מדריגות , ודרגה 1 זו מזהב , דרגה 2 כסף , 3 נחושת בצבע זהב , 4 נחושת בצבע אדום , 5 ברזל , 6 בדיל , 7 עופרת , 8 אבן , 9 זכוכית , 10 עץ , 11 חרס מצופה , 12 חרס חדש לא מצופה , 13 קליפת רימון , 14 קליפת אגוז , קליפת עץ אלון . העתקתי מ????

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 11, 2012 5:23 am
דורך msp
די אלומיניום לעמפעלעך פון מאן יימער זעהט אויס עס האט נאך א הידור אז עס קען שטיין פאר זיך אליין
עס זעהט אויס ווי די אונטערשטע חלק איז פלאך
אין קובץ המועדים פון מכון ירושלים האב איך געזעהן די ליסטע פון מהר"א אזולאי

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 11, 2012 6:10 am
דורך msp
איז עס נישט קיין דין אז מען דארף האלטען דער שמש המדליק אין די האנט ווען מען מאכט די ברכות להדליק און שעשה נסים?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 26, 2013 5:05 pm
דורך ווינקל
ארויף לכבוד חנוכה.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 4:05 am
דורך msp
יעצט געזעהן אין די געשעפטען א מין לעכט וואס איז פון שמן זית אויסגעמישט מיט פאראפין
האט דאס די מעלה פון שמן זית?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 7:28 am
דורך msp
כהאב דא געטראפען א גאנצע מערכה בהאי ענינא
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 7%A6%D7%A7