בלאט 2 פון 4
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 4:27 pm
דורך מוטשע נישט
איך פלעג מיר אויך יארן לאנג מוטשענען מיט די קנויטן מאכן, מיין טאטע זז"ג האט מקפיד געווען אליין צו מאכן די קנויטן אבער צוליב דעם האט מען זיך די גאנצע האלבע שעה זיך ארום געשפילט מיט אנצינדן, אויסלעשן, שניידן, ארויף רוקן, אראפרוקן, וכו' וכו', עס איז געווען פארט פון די פיקטשער. ווען נר מצוה איז ארויסגעקומען מיט די טולס פעקעדש איז דאס ממש געווען כמים קרים על נפש עיפה. איך האב זיי אויסגעניצט ביזן סוף יעדע טול עקסטער.
למעשה האב איך די לעצטע פאר יאר באשלאסן אז ס'איז נישט קיין תכלית און איך האב מיר אריינגעלייגט צו קענען מאכן שיינע קנויטן וב"ה עתה הרחיב לנו, די פארגאנגענע יאר איז מיר דאס ענדליך געלונגען. איך וועל אראפשרייבן די אנווייזונגען בערך לויט ווי איך האב עס דאן פארשריבן ביי מיר.
1) פאר די וואטע קויפט מען א באקס COTTON BALLS.
2) נוץ די צינורות המשובח פון נר מצוה
3) מען ראללט אויף די קאטן באלל ביז עס ווערט פלאך.
4) נעם אראפ א שטיקל וואס די ברייט איז בערך האלב פונעם ברייט פונעם באלל און די לענג איז בערך צוויי מאל ווי די צינור.
5) קיינמאל שטעל נישט צוזאם צוויי שטיקלעך קאטן וואס זענען געווען עקסטער.
6) ראל צוזאם די קאטן צווישן די צוויי הענט, ביים אנפאנג דרוק נישט צו שטארק צוזאם די קאטן.
7) ווען עס ווערט שוין א קנויט דאן ראלל שטערקער עס זאל ווערן פעסט.
8) די קנויט זאל זיין גאנץ דיק אז עס זאל אנפילן בערך צוויי דריטל פון די חלל פון די רינג פונעם צינור, אויב איז דאס דין דאן ביי סטעפ 4 נעם מער פונעם ברייט פונעם באלל.
9) געווענטליך וועט זיין א בערגל ביי די צוויי עקן, שנייד אראפ פון איין זייט ביי די נקודה ווי עס איז שוין דיק און לויפט אייניג (קארג נישט).
10) לייג אריין די קנויט אינעם צינור מיטן אפגעשניטענעם עק אויף אראפ.
11) שנייד אצינד אפ פון אויבן און לאז איבער בערך א דריטל אינטש וואס זאל זיך ארויסשטעקן העכער די צינור.
12) נעם עס ארויס און גיב עס נאכאמאל א דריי צוזאם עס זאל זיין פעסט.
13) לייג עס צוריק און גיס ארויף אויל דערויף.
14) ביים צינדן וועט עס דויערן עטוואס לענגער ביז די פלאם וועט כאפן וממילא איז כדאי צו נוצן א דריפללעס שעוה ליכט אדער א לאנגע שוועבל.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 25, 2011 3:56 pm
דורך ווינקל
אקעי העמיר פראבירן.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 26, 2011 10:16 am
דורך ניק ניק
א הערליכן דאנק פאר מר. מוטשע ניש פאר די קלארע אנווייזונג, כאבעס נעכטן געליינט און תיכף אויספראבירט און איך זאג אייך הערליכע ליכטעלעך איינס ביי איינס ממש ביזען אויסברענען,
איך האב פראבירט צו כאפן עפעס שיינע בילדער אבער איך האב נישט מצליח געווען צילוב וואס די לעכט שפיגלט צירוק
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 26, 2011 12:24 pm
דורך ווינקל
קרעדיט: מוטשע
בהעלותך את הנרות - עצות אין פראקטיק
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 10:11 am
דורך ידיד
וואס איז די פשט פונעם קליינעם זילבערנעם קריגל וואס הענגט אויף יעדע מנורה, איינער ניצט עס?
אפילו איך זאל עס וועלן ניצן איז דאך עס ממש פיצל ס'גייט כמעט גארנישט אריין דארט.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 10:24 am
דורך yankelshister
זכר להפך אחד שמן טהור שנמצא בחותמו של כה״ג.
ועוי״ל דה״ה כהקופסא קטנה של גפרורים שנותנים הנשים על הטס נרות השבת, דע״פ רוב אין משתמשים בזה כלל, ועכ״ח צ״ל דנותנים אותו שם רק לנוי. וה״ה בהפך של המנורה, עיקרו עשייתו לנוי הוא.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 12:49 pm
דורך משזר
פארוואס ברענען מיינע ליכט קיינמאל ניש געהעריג, אסאך מאל אפילו ניש קיין האלבע שעה, ווייסט איינער דעם טריק?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 1:14 pm
דורך ידיד
וועלעכע סארט שמן זית ניצטו? ס'האט געווענליך צו טוהן מיט דעם, די ביליגע אוילן ברענען נישט צו גוט, ניץ עקסטרע ווירדזשין אדער עקסטרע לייט אויל און א גוטע קנויט.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 1:28 pm
דורך לכאורה
ידיד האט געשריבן:וועלעכע סארט שמן זית ניצטו? ס'האט געווענליך צו טוהן מיט דעם, די ביליגע אוילן ברענען נישט צו גוט, ניץ עקסטרע ווירדזשין אדער עקסטרע לייט אויל און א גוטע קנויט.
קנויטן מאך איך אליינס מיט וואטע, כמנהג אבותי ורבותי.
אבער איך בין נייגעריג צו וויסן אויב עס איז א חילוק לגבי הידור מצוה צי מען צינדט מיט עקסטערע ווירדזשין אדער עפעס אנדערע סארט שמן זית. [איך האב געקויפט עקסטערע ווירדזשין, אבער די זאץ מאכט מיר נערוועז].
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 1:31 pm
דורך משזר
ידיד האט געשריבן:וועלעכע סארט שמן זית ניצטו? ס'האט געווענליך צו טוהן מיט דעם, די ביליגע אוילן ברענען נישט צו גוט, ניץ עקסטרע ווירדזשין אדער עקסטרע לייט אויל און א גוטע קנויט.
דאס ניץ איך טאקע.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 1:32 pm
דורך טייבעלע
געפען/ליבערס קאלד פרעס עקסטרע ווירדזשין ברענט די בעסטע, געווענדליך בלייבט נישט איבער קיין זייכער אויל,
קנויט מאכט נישט צופיל אויס, נאר עס זאל זיין פיין אויסגעארבעט.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 1:33 pm
דורך ידיד
לכאורה האט געשריבן:ידיד האט געשריבן:וועלעכע סארט שמן זית ניצטו? ס'האט געווענליך צו טוהן מיט דעם, די ביליגע אוילן ברענען נישט צו גוט, ניץ עקסטרע ווירדזשין אדער עקסטרע לייט אויל און א גוטע קנויט.
קנויטן מאך איך אליינס מיט וואטע, כמנהג אבותי ורבותי.
אבער איך בין נייגעריג צו וויסן אויב עס איז א חילוק לגבי הידור מצוה צי מען צינדט מיט עקסטערע ווירדזשין אדער עפעס אנדערע סארט שמן זית. [איך האב געקויפט עקסטערע ווירדזשין, אבער די זאץ מאכט מיר נערוועז].
לכאורה (נד"נ) איז הידור מצוה וועלכע ס'ברענט די שענסטע, דוכט זיך אז עקסטרע לייט.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 1:40 pm
דורך קיקיון
פון
industry standards זעהט נישט אויס אז virgin or extra virgin זאל
האבען א שייכות מיט
זך נאר די קוואליטעט לגבי
עסען
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 1:46 pm
דורך טייבעלע
און אויך איז וויכטיג ביים אנהייב צינדען זאל די קנויט נישט שטיין צופיל אפגעריקט פונעם אויל,
דאס הייסט עס זאל נישט זיין קיין מפסיק וואס דורך דעם וועט ער זיין אפגערוקט פונעם אויל,
לאמיר זאגען צום ביישפיל אז דו ניצט צינוריות זאל די אויל אהנקומען אהנהייב צינדען ביז אויבן
וואו דער פייער ברענט, נישט לאזען קיין ריוח מיט אהנפילען די אויל נאר א דריי פערטעל גלאז,
ווייל דאס שאפט אנהייב א שוועריגקייט צו ארויף צוען די אויל ביז אויבן, אבער אויב פון אנהייב
איז עס כדבעי וועט עס ווייטער ציען גוט ביז צום סוף.
מיר צינד יעדע וואך שב"ק נאר מיט שמן זית אין גרויסע גלעזלעך, מיט וואטע קנויטען, אדער פשתן,
און עס קען אמאל ברענען ביז א שעה פאר'ן זמן מוצש"ק.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 1:48 pm
דורך לכאורה
פאר טייבעלע,
אויב מען שפריצט אן דעם קנויט מיט אויל, מעג דאס גלעזעלע זיין דריי-פערטל פיל, דער עיקר עס זאל נישט תיכף אפברענען ביז אונטן.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 1:52 pm
דורך טייבעלע
לכאורה האט געשריבן:פאר טייבעלע,
אויב מען שפריצט אן דעם קנויט מיט אויל, מעג דאס גלעזעלע זיין דריי-פערטל פיל, דער עיקר עס זאל נישט תיכף אפברענען ביז אונטן.
עס וועט נישט העלפען נאר פאר א פאר מינוט, פראביר דאס אויס.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 1:53 pm
דורך לכאורה
איך האלט דאס אין איין פרובירן, יעדן עש"ק און יעדן חנוכה ליכטל.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 2:03 pm
דורך טייבעלע
דו רעדסט אז די פייער פונעם ליכטעל בלייבט פון אויבן אינדרויסען פונעם גלעזל די גאנצע צייט ביז דאס אויסברענען,
אדער עס לויפט אראפ מיט די אויל נידריגער?
ווי גרויס ברייט איז די גלעזלעך וואס די נוצט?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 2:10 pm
דורך לכאורה
זייער שמאלע גלעזלעך, דער קנויט קען נישט אראפפארן מיטן פייער, ווייל עס ליגט אין אן אייזערנע רערל.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 2:28 pm
דורך טייבעלע
האסטו דא צוויי מעלות, איינס אז עס איז שמאלע גלעזער, און די צווייטע אז די קנויט ליגט אינעם רער און איז נישט אפען צו לופט,
אויב מ'וועט נוצען די פשוטע אייזענדלעך וואס האלטען דעם קנויט אויבן, בין איך שטארק מסופק אז עס זאל אנהאלטען ברענען אפי'
אין שמאלע גלעזלעך.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 7:49 pm
דורך לכאורה
אגב, היי יאר האב איך מהדר געווען צו צינדן אין די זילבער פון די מנורה גופא, אן קיין גלעזלעך.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 8:05 pm
דורך טייבעלע
אזוי פירן מיר זיך אויך.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 8:06 pm
דורך yankelshister
לכאורה האט געשריבן:אגב, היי יאר האב איך מהדר געווען צו צינדן אין די זילבער פון די מנורה גופא, אן קיין גלעזלעך.
ביזט אויך מהדר צו העלפן די בני בית אויספיצען די זילבער נאך יו״ט?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 8:09 pm
דורך טייבעלע
פיצען זילבער ביי אונז איז סיי ווי מיין ארבעט, איך האב דאס ליעב צו טוהן, נאך ביי מיינע עלטערען פלעג איך דאס טוהן.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2012 8:16 pm
דורך לכאורה
yankelshister האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:אגב, היי יאר האב איך מהדר געווען צו צינדן אין די זילבער פון די מנורה גופא, אן קיין גלעזלעך.
ביזט אויך מהדר צו העלפן די בני בית אויספיצען די זילבער נאך יו״ט?
איך פלעג דאס טאקע נישט טוהן ביז יעצט מהאי טעמא, היי יאהר איז אויסגעקומען צו מאכן א שמועס דערוועגן און עס איז געבליבן אז מען וואשט סייווי אויס דעם גאנצן מנורה ווייל עס ווערט אנגעטראפט פון אלע זייטן, איז שוין נישט קיין גרויסע חילוק וואו מען צינדט.