עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מאנטאג דצמבר 19, 2011 7:18 pm
וויזוי נאר איז די מנהג דא.....איך ווייס נישט אויב סידא אזא אשכול איך האב געזוכט מיט די פשוטה..... נישט געקענט טרעפן...... ווייס נישט וויזוי צוניצן פאר געשריטענע זוכן...... אויב שאין דא ביטע צאמשמעלצן........
פאר אלעם וויל איך מודיע זיין איך האלט יעצט אינמיטן פארן אין דאס אנדרוידל טאנצט אין שפרינגט..., אויב איז דא א טעות הדפו"ם, ביטע מיך מוחל זיין למפרע.
יעצט צום ענין, די חנוכה טעג איז אט אט שוין דא, מ'דארף שוין איינקויפן די צוגעהערן, אויל, שמשים, גלעזער (ווייל לעצטע יאר האבן זיך צובראכן אפאר ווען די קינדער זעהען אדארך געלאפן), זילבער פאפיר פאר די מנורה טישלעך, שמשים, און וואס נאך? עם, עה.... אה, נר מצוה זייגערלעך צו וויסן ווען די האלבע שעה ענדיגט איך.
איינס פון די וויכטיגע זאכן וואס מען דארף זיך איינהאנדלען אויף צו צינדען די מנורה איז קנויטן. אחוץ אויב איר צינדט די פערטיגע גרייטע פעקלעך וואס מען ברעכט אפ א שטיקעלע פון די.... (און מטינקט עס איין אין.....עהם......) און מצינדט עס אהן .....
(דרך אגב אזוי שרייבענדיג דערמאן איך זיך א מעשה שהיה, פאר א צוויי יאר צוריק בין איך געפארן צו מיין עלטערן אויף שבת חנוכה, אויפן וועג האט אנגעהויבן צו שנייען אין סאיז געווארן א שניי שטארם אזוי שטארק אז מיר זענען גיבליבן שטעקן אויפען וועג, סאיז געווארן שפעטער און שפעטער, אזש סאיז געווארן די שקיעה, דער דרייווער, א :יעקישע איד, ווייסט נישט פון קיין {חסידישע} מעשיות ער נעמט ארויס זיין 'רעדי פעק' מנורה, לייגט עס ביים פענסטער פון קאר 'פרסומי ניסי', ברעכט אראפ ס'דעקל, מאכט א ברכה אין געצינדן.
להלכה ווייס איך נישט צו פרסומי ניסי איז פריער אדער צינדן דארט וואו מען שלאפט?)
צוריק צום ענין פון קנויטן, ווי האב איך געהאלטן? יויש ווי איך בין פארפארן..... עס זענען דא פארשיעדענע סארטן קנויטן: פערטיגע ווי פתיל צף, איינגעדרייטע קנויטן פאר די רערלעך. סעמי פערטיגע, די וואס מען דארף נאך ענדיגן איינדרייען, כדי יוצא צוזיין דאס אליין מאכן. אין די מהדרין מן המהדרין מאכן אליינס די קנויטן.
ווען איך בין געוועהן אין ישיבה האב איך באמערקט אז די בחורים וואס מאכן אליין קנויטן געבן זיך עפעס נישט קיין עצה, אלץ נאך אפאר מינוט האט זיך אנגעהויבן די עבודה פון 'הטבת הנרות', מ'האט גענומען דאס שוועבעלע מיט וואס מען האט אנגעצונדן די שמש, און אנגעהויבן צו ריקען די קוילן ארויף און אראפ, רעכטס און לינקס....
אבער זארגטס ענק נישט דאס איז נאר געוועהן די ערשטע צוויי נעכט, נאכדעם ווען סישוין געווען צופיל לעכט, האט מען זיך ענדליך מייאש געווען פון זיך ארום שפילען.
נא? וואס איז מיט מיך? נע, איך ווייס יא וויזוי צו מאכן די קנויטן, מיין טאטע מאכט דאך יעדעס וואך דעם זיבעטען אזוי, און דאס ברענט פונעם. אנהייב ביז'ן סוף די זעלבע, הערליך, שיין, און דער עיקר: סמאכט זיך 9.99% נישט קיין קוילן.
-------------------------------------
המשך יבוא אי"ה
⅙איך האף נאך צוקענען ענדיגן דעם ארטיקל ערגעץ פאר חנוכה
Advertisement
מאנטאג דצמבר 19, 2011 8:27 pm
וועלקאם בעק יאפין (וואס פשט פון דיין ניק?)
ישר כח פאר'ן ארויפברענגען אויפ'ן אויבערפלאך א 'ברענעדיגע' טעמע. איך האף אז דו וועסט ארויסגעבן דעם סוד נאך פאר'ן ערשטן ליכטל.
איך פלעג מאכן יעדן שבת די קנויטן, אבל דא עקא, עס פלעגט נישט אויסברענען ביז אונטן. דערפאר האב איך אנגעהויבן נוצן 'נר מצוה'ס' קנויטן און עס ברענט ביז'ן לעצטן טראפ.
אויך פיר איך זיך איינצובייגן דעם קנויטל צוריק אינעם גאלדענעם יל.. אופס, צינור הפלא, אזוי באקומט דאס נישט קיין קויל אין קאפ.
מאנטאג דצמבר 19, 2011 8:52 pm
יואלי, אפשר ביזטו מער מסביר, איך מוטשע זיך יערליך מיט די צינור הפלא, איך גלייך זייער דעם צינור אבער די קנויטן נישט. דערפאר לייג איך אריין דערין די וואטע קנויטן, אבער עס פארלעשט זיך גלייך און מען דארף ציען די קנויטן פון אלע זייטן, ווי יאפין האט שוין דערמאנט.
איז דאס עפעס אן עצה אז די ליכטלעך זאלן ברענען שיין און ציכטיג?
יישר כוחכם
מאנטאג דצמבר 19, 2011 9:00 pm
כדי וואטע קנויטן זאלן ברענען שיין, דארף מען עס צוזאמדרייען מיט די הענט עס זאל זיין נישט מער ווי א אכטל אינטש דיק.
ביים שפיץ ברויך מען אזוי מאנעוורירן עס זאל ווערן אביסל דינער, ווי א טורעם, אבער נישט צו דין.
ביים גיסן די אויל גיסט דירעקט ארויף אויפן קנויט עס זאל זיך גיט איינזאפן.
דער עיקר איז וויפיל עס שטעקט זיך ארויס פונעם צינור; צווישן א 1/2 און 5/8 פון א אינטש, נישט מער!
די לעצטע איז געזאגט געזאגט געווארן ביי אלע אנדערע קנויטן אויך.
כדי עס זאל נישט באקומען די "פחמין" די קוילן, טאר עס נישט זיין צו דיק און נישט זיך צופיל ארויסשטעקן.
כדי עס זאל אויסברענען ביזן ענד, ווענדט זיך בעיקר אין וועלכע סארט אויל איר נוצט; איך האב שוין גענוצט כמה שמני זית און די פון ליבערס אדער שווארץ (די ליטער באטל) ברענט גאר גאר גוט.
אויך לאזט דאס נישט איבער די שטארקע גערוך.
מאנטאג דצמבר 19, 2011 9:15 pm
וואס איז דאס ליטער באטל?
מאנטאג דצמבר 19, 2011 10:01 pm
מן הסתם מיינט ער די סארט אויל
liebers-100extra-light-olive-oil-34-oz-parve-39452.jpg
מען קען עס
קויפן אנליין.
מאנטאג דצמבר 19, 2011 10:02 pm
יא דאס.
מאנטאג דצמבר 19, 2011 11:18 pm
עס האט מיט די אויל און עס האט מיט די קנויטן.
איך נוץ די א.ד. אויל, און איך פלעג מאכן אייגענע קנויטן, עס פלעג אמאל יא אויסברענען און אמאל נישט. דערפאר האב איך אנגעהויבן נוצן
נר מצוה'ס קאטאן קנויטן.
איך נוץ צוויי אויפאמאל, צוזאמגעדרייט אביסל, איינגעבויגן אויף האלב (אדער וויפיל עס פעלט זיך אויס פאר'ן צינור) און עס ברענט זייער שיין.
דאס אנגיסן דעם שפיץ מיט אויל העלפט אויך זייער גוט, אז עס זאל נישט ווערן פארברענט גלייך ווען מען צינדט דאס אן.
מאנטאג דצמבר 19, 2011 11:19 pm
שכוח ,א אשכול להלכה ולמעשה
וואס איז לגבי צוצוגיסן וואסער אין די ליכט??
יא גוט אדער נישט גוט כ'מיין איז דאס פראקטיש אדער סתם נערווען?
דינסטאג דצמבר 20, 2011 7:39 am
יישר כח פאר די טיפס
ווען מען גיסט די אויל דירעקט אויפן קנויט, דאן איז עס צו נאס, עס געדויערט לאנג די צינדען און עס טראפט אריין וואקס פונעם שמש אין די אויל[עני טיפס דאס צו פארמיידען?]
אני נוהג צו גיסן אינעם גלעזל און אפאר טראפלעך אויפן זייט פונעם קנויט,
נאך א טיפ: קינמאל נישט לאזן די שפיץ ענדיגן מיט א הארעלע, נאר אפשניידן שיין.
דינסטאג דצמבר 20, 2011 7:48 am
שוין יארן וואס איך נוץ די נר מצוה לאנגע וואטע קנייטן, געדאפעלט, איינגעבויגן אין צווייען און צוזאמענגדרייט שיין און טייט מיט די רערלעך, ב"ה עס ברענט שיין און הערליך א [אייגענטליך 3] ברכה צו מאכן.
די מעלה פון ליעבערס שווארטץ אויל האב איך געמיינט אז דאס נאר מיינס אן איינרעדעניש, דערווייל זע מיר אז כנדערע מערקן דאס אויך.
---
ישר כחכם פאר די עצות.
דינסטאג דצמבר 20, 2011 7:57 am
פארשלאפן, דו בייגסט אויך צוריק אריין די קנויטן אינעם רערל?
---
איך ווייס צו עס איז דוקא די 2, ווארשיינליך אלע extra light אוילן.
דינסטאג דצמבר 20, 2011 8:17 am
יא ר' יואל, געדאפעלט, איינגעבויגן און דערנאך צוזאמענגעדרייט.
נאך א מעלה פון די סארט קנויטן, אז די בנים ת"ח זען ווי דער טאטע מאכט אליינס קנויטן כמבואר בדברי המו"ץ דעירנו.
דינסטאג דצמבר 20, 2011 8:21 am
ווארום האט געשריבן;ווען מען גיסט די אויל דירעקט אויפן קנויט, דאן איז עס צו נאס, עס געדויערט לאנג די צינדען און עס טראפט אריין וואקס פונעם שמש אין די אויל[עני טיפס דאס צו פארמיידען?]
ערגעץ וואו אין דעם וועלטל איז געשטאנען אז מזאל האלטן דעם שמש אין פריזער אזוי טראפט ער נישט
וועלמיר עס פראבירן היי יאר אי"ה
דינסטאג דצמבר 20, 2011 8:49 am
farshlufen האט געשריבן:
נאך א מעלה פון די סארט קנויטן, אז די בנים ת"ח זען ווי דער טאטע מאכט אליינס קנויטן כמבואר בדברי המו"ץ דעירנו.
נר מצוה האט שוין א נייע אייטעם צו מאכן אליינס קנויטן ממש ווי דער טאטע
www.nermitzvah.com/
דינסטאג דצמבר 20, 2011 8:50 am
יישר כחכם
דינסטאג דצמבר 20, 2011 9:34 am
איך ווייס נישט וואס ליגט דארט, אבער איך צאל נאר 05 פינס פאר א פעקל וואטע , אים
ן דאס האלט זיך פאר מער פון א גאנץ יאר (שבת) אין חנוכה. ו
דינסטאג דצמבר 20, 2011 12:13 pm
יאפין מיר ווארטען אויף דיין המשך
דינסטאג דצמבר 20, 2011 12:28 pm
איך בעט איבער די עולם. אבער כבין געווארן יעצט זעהר פארנומען האבעכעס קודם ארויפגעלייגט,
אין איך האב נישט קיין כח וויייטער צו טראכטען
ביטע דער וואס קען זאלט צילייגען זיין אייגענע עקספיריענס
דינסטאג דצמבר 20, 2011 12:44 pm
aperlscript האט געשריבן:שכוח ,א אשכול להלכה ולמעשה
וואס איז לגבי צוצוגיסן וואסער אין די ליכט??
יא גוט אדער נישט גוט כ'מיין איז דאס פראקטיש אדער סתם נערווען?
מ'לייגט וואסער כדי די לעכט זאל נישט ברענען ביז צופרי
אבער איך ווייס נישט צו ס'איז גוט מיט קאטן קנויטן
יאפין האט געשריבן ;;נא? וואס איז מיט מיך? נע, איך ווייס יא וויזוי צו מאכן די קנויטן, מיין טאטע מאכט דאך יעדעס וואך דעם זיבעטען אזוי, און דאס ברענט פונעם. אנהייב ביז'ן סוף די זעלבע, הערליך, שיין, און דער עיקר: סמאכט זיך 9.99% נישט קיין קוילן. הייסעעסט אז 90% פראצענט מאכטעס יא קוילן?????
דינסטאג דצמבר 20, 2011 1:52 pm
יא, די פריזער האט פיין געארבעט, אדאנק דיר!
מיטוואך דצמבר 21, 2011 6:00 am
איין בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער
מיטוואך דצמבר 21, 2011 8:34 am
ווארום האט געשריבן:יא, די פריזער האט פיין געארבעט, אדאנק דיר!
ביי מיר אויך ב"ה
לאמיר געבן פולע קרעדיט פאר "ים רויבער" אין שאץ מאץ ארטיקל
viewtopic.php?f=3&t=9835&start=50
מיטוואך דצמבר 21, 2011 3:55 pm
יאפין האט געשריבן:איין בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער

אייגן געמאכטע קנויטן? זעט אויס גאנץ דיק, אזוי מאכט דיין טאטע?
מיטוואך דצמבר 21, 2011 7:06 pm
טאקע דא ליגט די סוד, די דיקע קנויטן מאכט א שיינע ברייטע פלאם וואס איז הערליך שיין.