שוועמל האט געשריבן:קעיבל, אפטימום, טיים ווארנער, וכל שום וחניכא איז אלעס VOIP.
אבער די קוואליטי פון VOIP ווענדט זיך זייער שטארק אין די קאנעקשאן, דערפאר איז קעיבל מיט שנעלע ענטערפרייס ספידס רעקאמענדעד פאר VOIP.
א VOIP מיט DSL ארבעט טאקע נישט אזוי קלאר. דאס איז א מציאות.
עס איז ריכטיג און נישט ריכטיג.
קודם איז ריכטיג אז דער קוואליטעט ווענדט זיך אסאך אינעם קוואליטעט פונעם אינטערנעט. איך נוץ אין מיין געשעפט דעם טעלעבראד'ער פאון סיסטעם און ביים מופן האב איך אנגעפרעגט זייערע טעכנישנס זאלן מיר צולייגן אלע אפציעס להורות לי הלכה למעשה.
קודם כל האט DSL א מעלה איבער קעיבל אז דער bandwidth איז דיינער. ד.ה. אנדערש ווי קעיבל וועלכע גיבט א ברייטע אינטערנעט ספיד אבער דאס איז בשותפות מיט דיינע שכנים. אויב דעם שכן פאלט איין צו זעהן א שיינעם קליפ אויף יו-טוב אדער אללע וואטשן יעצט דעם פרעזידענטס סטעיט-אוו-דע-יוניאן, קען ער דיר אפעקטירן די קוואליטעט. גארנישט אזוי ראטזאם פאר א ביזנעס ווי מיינער, מיט צענדליגער טעלעפאנען.
DSL איז אויך נישט דאס בעסטע אין אללע געגענטער. עס ווענדט זיך ווי ווייט דו ביסט פונעם צענטראלן אפיס פון ווערייזאן אדער די דארטיגע פראוויידער. ווי ווייטער דיין אפיס איז, אלץ שוואכער פאלט דער ספיד, משא"כ קעיבל האלט זיך גאנץ שטארק (ווי באוואוסט אפילו אין די קאנטרי האט מיין IP טעלעפאן געארבעט א מחי' - איך האב מיך געשפירט אינדערהיים, עממ. איך מיין, אין אפיס!!)
צו מיין מזל איז Telebroad די לעצטע שטיק צייט אן אייגענע ISP (אינטערנעט סערוויס פראוויידער) סאו זיי האבן מיר אריינגעברענגט א נאקעטן-DSL (ד.מ. א DSL אנע טעלעפאן סערוויס דערויף) און עס געצויגן פון א גאר נאנטן צענטראללע אפיס אזוי אז איך האב דאפלטע ספיד ווי געווענליך.
אגב: לגבי דעם פריערדערמאנטן פראבלעם אז VOIP ארבעט נישט אין פאל פון א בלעק-אוט, האבן זיי מיר אנגעשטעלט קודם אז אללע אומגעענטפערטע רופן פאלן אריין אין די יוזערס מעילבאקסעס, אבער זייער סוויטש קען דערשמעקן אז דער טעלעפאן איז אפגעהאקט און ער מאכט דיר דעם עקסטענשן זאל אוטאמאטיש זיך אריבערציען צום סעלפאן פון דעם באנוצער. ווי גלייך דער עלקטעריציטעט קומט צוריק, שטעלט זיך די פארווערטס אפ.
הואיל והזכירו סיפר בשבחו: אז איך דערמאן שוין מיין סערוויס פראוויידער טעלעבראד, מוז איך אים דערמאנען לשבח: איך באנוץ מיך מיט זיי פאר די לעצטע 6 יאהר און איך קען זאגן אז זיי זענען מעגליך די בעסטע רעקאמענדאציע פאר אן ערנסטע ביזנעס. אוודאי קענען די נייערע-קלענערע אויך געבן ענליכע סערוויסעס, אבער כמעט קיינער פון די אנדערע קומען נישט צו צי זייער קאסטומער-סערוויס און טעכנישע מעגליכקייטן. ממש גארנישט איז ביי זיי אוממעגליך. א חבר מיינע האט פראבירט רינג-סענטראל (נישטיגע 5 דאללער ביליגער ווי ביי זיי), הגם ער האט זיך נישט באקלאגט אויף די קוואליטי, אבער נאך איינמאל דארפן ווארטן איבער א האלבע שטונדע צוצוקומען צו א רעפרעזענטעטיוו, האט ער באלד געסוויטשט צו זיי. אומגעפער איינס ביז צוויי מינוט צו כאפן א "לייוו" מענטש. צו אלעמען האבן זיי טעקנישנס וועלכע האבן געארבעט פריער ביי "ווערייזאן" סאו ווען אימער ער מאכט זיך א פראבלעם ווייסן זיי אויף וועלכע שטאנג ארויפצוקריכן אָן צוקומען צו ווערייזאנס טובות.