Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

הילף: מיין היים טעלעפאון ארבעט שוין נישט איבער א וואך

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 11:08 am

איך האב מיין סערוויס מיין טאלק ספען, (40 דאלער א חודש), און די לעצטע וואך וואס מיין טעלפאון ארבעט נישט, לויט זיי האט ווערייזאן היינט געדארפט צו קומען, אבער היינט זאגט מיר טאלק ספען אז זיי גייען הערשט קומען נעקסטע וואך, ווייל זיי האבן טויזנטער קאסטומערס מיט די זעלבע פראבלעם.

וואס טוט מען?

Advertisement

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 11:18 am

איך האב עקסטשעינדזש און די טעלעפאון מאכט אויך פראבלעמען די לעצטע וואך, איין טאג ארבעט ער יא און איין טאג נישט

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 11:35 am

שוין צייט אויפציגעבן די וואנט טעלעפאנען......
א סעללפאן סערוויס איז שוין היינט ביליגער

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 11:44 am

איך האב זיי געדראעט צו סוויטשען צו ווערזייאן אליינס, און נישט דארפן צוקומען צו א כלי שני, האבן זיי מיר געענטפערט אז ווערזייאן קאסטומערס באקומען נישט אצינד קיין שום פריאריטעט, ווייל זיי גייען מיט א סקעדזשול, און ווער עס באריכטעט די ערשטע דעם האנדלט מען די ערשטע.

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 11:49 am

עס איז פארהאן א היים סעל פאן. דאס הייסט אז דו באקומסט א בעיס, וואס דו קענסט שטעלן וואו דו ווילסט איבער אמעריקא. עס דארף נישט קיין פאון ליין, עס איז אזוי ווי א ווייערלעס טאוער.
און דו קענסט עס האבן אינדערהיים, ווען דו פארסט אוועק קענסטו עס מיטנעמען.

איך האב אמאל געמאכט א שטיקל עד פאר א קאסטומער וואס פארקויפט עס, וועגן דעם ווייס איך דערפון. אויב דו ווילסט מער אינפארמאציע, לאז מיר וויסן.

אגב, עס איז פארהאן אזא זאך ווי סעלפאן רענטאל, אויב האסט נישט אינדערהיים א איבריגע סעלפאן.

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 11:52 am

אדרבא לאז אונז וויסן, וויזוי הייסטעס?

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 12:44 pm

וועלקאם טא דע קלאב...
אלע, און איך שטרייך אונטער אלע פריוואטע טעל. קאמפאניס זענען אומבאהאלפן אין דעם אישו, ביי סיי וואספארא פראבלעמען עס קומען אונטער מיט די ווייערינג פונדרויסן, מוז מען ווארטן זייער לאנג זיי זאלן קומען עס צו פאררעכטן.

אויף פלאשינג עוו. / וואלאבאוט סט. צווישן לי און מארסי, וואו עס איז אמאל געווען נאר א קאמערשל זאון, און עס איז אויטאמאטיש נישט געווען קיין סאך טעל. ליינס, און אויפאמאל איז דער גאנצער גאס געווארן באלאגערט פון הונדערטער משפחות, (אויף פלאשינג שווימער'ס דירות, און אויף וואלאבאוט פעללער'ס דירות) און זעלבסט פארשטענדליך האט ווערייזאן נישט צוגעלייגט די נויטיגע צאל ליינס, ווייל פארוואס יא, זע האבן דאך נישט עניוועי קיין קאמפאטישאן.

איי העסטו פרעגן זיי האבן דאך יא, די אלע קאמפאניס חדתין נבוט לצפרין [וועלכע האבן שוין געגעבן שטאף פאר הונדערטער אינגעלייט צו חלומ'ען פון ווערן מיליאנערן] זענען דאך א ריכטיגע קאמפאטישאן?, איז דער תירוץ פשוט, אז הא גופא, נאר ווערייזאן נעמט קעיר פון די ווייערס, און ווען עפעס ווערט צובראכן מוז מען זיי רופן, נא העסטו זיין מיין קאסטומער העסטו צאלן טבין ותקילין יעדן חודש און כ'על דיר עס מוזן פאארעכטן אומזיסט, לוינט זיך מיר ליבערשט יעצט עס צו מאכן דויערהאפטיג ווי איידער אויפנעמען נאך אפאר צענדליג ארבעטערס וועלכע זאלן זיין ביזי נאך יעדן שווערן רעגן, אבער היות דו אידעלע וועסטאכנישט נעמען ווערייזאן, נא, צו וואס זאל איך דיר געבן סערוויס, ברעך דיר קאפ, און נאך יעדן רעגן העסטו צאלן מאה וחמישים באקעס, ווי א טאטעלע.

דאס א.ד. איז אויך געווען נאך האריקעין איירין אין קלעמענטי פראדזשעקטס אין ווילי, מיינס א באקאנטער האט פארלוירן עלעקטריציטעט ביים האריקעין כ"ח אב תשע"א, און זייענדיג א קאסטומער פון איינס פון די עידזשענסיס, האט ער צוריק באקומען עלקטריציטעט ערשט ערב סוכות תשע"ב, און יא, די וועלכע האבן געהאט ווערייזאן סערוויס, האבן שוין צוריקבאקומען פון א היפשע צייט בעפאר.

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 12:55 pm

בנימין האט געשריבן:עס איז פארהאן א היים סעל פאן. דאס הייסט אז דו באקומסט א בעיס, וואס דו קענסט שטעלן וואו דו ווילסט איבער אמעריקא. עס דארף נישט קיין פאון ליין, עס איז אזוי ווי א ווייערלעס טאוער.
און דו קענסט עס האבן אינדערהיים, ווען דו פארסט אוועק קענסטו עס מיטנעמען.

איך האב אמאל געמאכט א שטיקל עד פאר א קאסטומער וואס פארקויפט עס, וועגן דעם ווייס איך דערפון. אויב דו ווילסט מער אינפארמאציע, לאז מיר וויסן.

אגב, עס איז פארהאן אזא זאך ווי סעלפאן רענטאל, אויב האסט נישט אינדערהיים א איבריגע סעלפאן.

שטייט'ס ווייט דערפון. viewtopic.php?p=419609#p419609

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 12:56 pm

גרויזי, די ערשטע זאך באצאל דיין בילל, נאכדעם העמער זעהן ווייטער...

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 1:00 pm

שטיין ווייט? די איינציגסטע חסרון דארט וואס וועט מיך אפעקטן איז די קאללער איידי פראבלעם

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 1:02 pm

און אז מ'הערט אייך נישט קלאר איניש קיין פראבלעם?

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 1:02 pm

נאך אלס בעסער ווי נישט האבן קיין סערוויס יעדע דריטע וואך!

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 1:04 pm

ליסטן אז די ווילסט עס טרייען האביך גארניש דערגעגן... אבער זאלסט נישט קומען אהער וויינען אז די שפיל האט דיך טייער געקאסט! ליין מיין עקספירענס אין די לינק הנ"ל אויב ווילסטו עני וועי טרייען זכה לך.

יעדע דריטע וואך האסטו נישט קיין סערוועס? מיט וועכע קאמפעני ביסטו?

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 1:13 pm

איך האב אויבן געשריבן עקסטשעינדזש

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 1:19 pm

סא טויש צו ווערייזאן גראד. ווען כ'האב געהאט טראבעל מיטן ליין האביך זוי געטאן און תיכף צוריקבאקומען סערוויס. תיכף דערויף האביך צוריק געטוישן צו טעלזעק.

יעצט האביך א אנדערע אישו ווער קען העלפן.... ווערייזאן האט מיר מזכה געווען מיט פייבער-אפטיק ליין (פייאס) יעצט זאגט מיר טעלזעק מיט סעלעקטעל אז זיי קענען מיר נישט געבן סערוויס.
ווערייזאן זאגט אז צוריק גייט א קאזע...

וואס טוט מען דא?

הילף: מיין היים טעלעפאון ארבעט שוין נישט איבער א וואך

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 1:25 pm

טריי יעצט

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 3:17 pm

לאז, יישר כח! איך האב עס געטון גלייך נאכ'ן ליינען דיין תגובה. און יעצט לאמיר זעהן ווי זאכן וועלן זיך רוקן נאכדעם וואס עס וועט אריבערגיין צו זיי.

צום זאך און וויכי, קומט'ס אריין אין מיין אפיס.

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 6:16 pm

א גוטע אלטערנאטיוו צו ווערייזאן איז אפטימום. זיי קומען אראפ אינסטאלירן וואס עס פעלט אויס.

די איינציגסטע חסרון וואס עס האט איבער די טראדיציאנאלע וואנט טעלעפאנען איז אז עס ארבייט דורך אינטערנעט, אלזא, ביי א בלעקאוט האט עס נישט קיין סערוויס. אבער בנוגע קלארקייט פון שטימע הערט מען נישט קיין כי הוא זה קיין נפקא מינא. עס ארבייט מיט קעיבל, נישט מיט ווייערלעסס, וואס דאס האט איינער צוגעצייכענט דא אויבן.

ועל כולם, זייער סערוויס איז עפעס אויסערגעווענליך. סיי ווען מען האט א פראבלעם מיט די באקס פון אינדרויסן, זענען זיי גאר שנעל דא עס צו פארעכטן. די לענגסטע וואס מען ווארט אויף סערוויס - אין מיין פאר יאר עקספיריענס - איז דריי שעה!!! (זיי זאגן אויפן טעלעפאן אז ביז פיר שעה זענען זיי דא)

דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 7:56 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:א גוטע אלטערנאטיוו צו ווערייזאן איז אפטימום. זיי קומען אראפ אינסטאלירן וואס עס פעלט אויס.

די איינציגסטע חסרון וואס עס האט איבער די טראדיציאנאלע וואנט טעלעפאנען איז אז עס ארבייט דורך אינטערנעט, אלזא, ביי א בלעקאוט האט עס נישט קיין סערוויס. אבער בנוגע קלארקייט פון שטימע הערט מען נישט קיין כי הוא זה קיין נפקא מינא. עס ארבייט מיט קעיבל, נישט מיט ווייערלעסס, וואס דאס האט איינער צוגעצייכענט דא אויבן.

ועל כולם, זייער סערוויס איז עפעס אויסערגעווענליך. סיי ווען מען האט א פראבלעם מיט די באקס פון אינדרויסן, זענען זיי גאר שנעל דא עס צו פארעכטן. די לענגסטע וואס מען ווארט אויף סערוויס - אין מיין פאר יאר עקספיריענס - איז דריי שעה!!! (זיי זאגן אויפן טעלעפאן אז ביז פיר שעה זענען זיי דא)

קעיבעל פאון איז נישט די זעלבע ווי אינטענעט פאוןס.

פרייטאג נובמבר 11, 2011 1:02 am

קעיבל, אפטימום, טיים ווארנער, וכל שום וחניכא איז אלעס VOIP.
אבער די קוואליטי פון VOIP ווענדט זיך זייער שטארק אין די קאנעקשאן, דערפאר איז קעיבל מיט שנעלע ענטערפרייס ספידס רעקאמענדעד פאר VOIP.

א VOIP מיט DSL ארבעט טאקע נישט אזוי קלאר. דאס איז א מציאות.


אויף פלאשינג און וואלאבאוט ביי די נייע דירות הער איך האבן מענטשן לכתחילה נאר קעיבל\VOIP טעלעפאנען, איז דאס ריכטיג?

פרייטאג נובמבר 11, 2011 1:16 am

מען דארף נישט האבן קיין אינטערנעט צו האבן אפטימום וכדו'?

פרייטאג נובמבר 11, 2011 7:20 am

שוועמל האט געשריבן:
אויף פלאשינג און וואלאבאוט ביי די נייע דירות הער איך האבן מענטשן לכתחילה נאר קעיבל\VOIP טעלעפאנען, איז דאס ריכטיג?


צוליב די פראבלעמען אין דעם געגנט אדער ווייל אינטערנעט קעיבל איז פיל שנעלער ווי די שנעלסטע די עב על?

מי חכם האט געשריבן:מען דארף נישט האבן קיין אינטערנעט צו האבן אפטימום וכדו'?


די קעיבל קאמפאניס געבן היינט אויך טעלעפאן סערוויס אליינס.

און יעדע געגנט אדער אפילו גאס ווערט פארטרעטן דורך א צווייטע קאמפאני, אמאל אפטימום און אמאל טיים ווארנער, וכו'.

איך האב געהאט אן א שיעור פראבלעמען מיט מיין טעלעפאן קאמפאני, און נישט געזען קיין לעזונג, ביז איך האב אריינגערופן טרי וואן וואן, און זאכן האבן זיל גענומען רוקן זייער שנעל. דאס הייסט אז לויט מיין עקספיריענס פעלט נישט אויס אריבערצולויפן צו ווערייזאן צוליב די פראבלעמען.

פרייטאג נובמבר 11, 2011 12:03 pm

עס ארבייט זייער שנעל. די חברה ציטערן פון זיי
פייל א קאמפלאינט מיט די Public Service Commission

http://www3.dps.state.ny.us/W/PSCWeb.ns ... enDocument

שבת נובמבר 12, 2011 8:33 pm

יישר כח פלוימען זאפט. שוין אויסגעפילט די קאמפלעין בויגן. בלייבט איבער צו זעהן וויזוי זאכן וועלן זיך אויסקאכן.

כלנו למערכה ולד' הישועה.

זונטאג נובמבר 13, 2011 9:58 am

optimum cahrges $40 for keeping ur number
plus $$ for installing
שרייב א תגובה

Advertisement