טיכטיגער האט געשריבן:קענדי'ס האט געשריבן:ווייסעך פון וועמען די רעדס טאקע געוואלט גיין צי אים דאס מאל ווען ער האט אנגעפאנגען אבער פאר די פרייז האט מיר מיין דיין געזאגט אז איך זאל מיר נאך פרעגן קודם
און איך האב באקומען בעד אינפא
אבער קען זיין אונז האמער ביידע זיך נאך געפרעגט ביי די זעלבע מענטש
רעדן צו איין מענטש איז קיינמאל נישט גענוג, אבער פון די פון וועם איך רעד, האב איך שוין גאנץ א ברייטע ליסטע אבער "קיינער" איז נישט ארויס צופרידן.
נישט באקאנט מיט ספעציפישע קורסן, אבער גאר אסאך מאל האט עס מיט ראנג עקספעקטעישאנס. מען צאלט די פאר דאלער און מען מיינט אז דער גייט דיר אריינשטופן א הארדדרייוו מיט אלע אינפאו און טאלאנט אין קאפ. נאדא! שטא אזא זאך!
איינער וואס גייט אריין צו סיי וועלכע קורס "און וויל אליינס אנקומען ערגעץ", מאכט זיכער אז דער קורס איז דער זיך פארקוקן און די עפפארט דארף ער אליינס אריינלייגן בשעת'ן קורס און שלא בשעת'ן קורס, און בטוח אז ער וועט האבן עפעס דערפון.
דער מעלה פון א קורס (און גוי'ע "קאלעדזש" קורסן - כ'ווייס נישט וועגן עכטע דעגריס כ'רעד פון אזאנע אומנות קורסן - זענען פונקט אזוי) איז אז עס גיבט דיר א שטיקעלע פרעימווארק פון סדר הלימוד, חזרה, דיבוק חברים, און צומאל איז שווערער זיך צו נארן. דאס אלעס האסטו נישט מיט ווידיאו קורסן און דאס מאכט זייער שווער פאר רוב מענטשן צו פאולאוען א ווידיאו קורס בשלימות און פרעקטיסן וכדו'.