עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מיטוואך נובמבר 02, 2011 11:52 am
די וואסער גייט כמעט נישט אראפ, עס נעמט לענגערע שעות, בקיצור א שווים באסיין אין העלן ווינטער. איך קען שוין מער נישט סטראשען די קינדער "אויב קומסטו נישט ארויס לאז איך ארויס די וואסער."
איינער האט אויסגעפריווטע מיטלן וואס האט געהאלפן?
Advertisement
מיטוואך נובמבר 02, 2011 12:09 pm
פרוב ערשט אריינגיסן פשוט'ע בליעטש, מעגליך וועט איר קאנען דיסאלוון די אנגעלייגטקייט פון א געמיש פון האר און פעטן.
קאן אבער מעגליך זיין אז איר ברויכט אן אדזשאסטמענט פונעם שטאפער - דאס זעהט אויס אביסל ווי די מטוטלת המוזכר בש"ס, א רונדיגער שטיקל מעטאל הענגט אראפ פונעם ליווער, צומאל ברויך מען אים מסדר זיין, אויב איר שרויפט אויף די צוויי שרויפן אויפן וואנט דארפט איר קאנען דערצו צוקומען.
מיטוואך נובמבר 02, 2011 12:13 pm
קודם יש"כ פארן פראבירן העלפן.
וויאזוי ווייס איך אויב דער רינדיגער שטיקל איז די פראבלעם?
איך בין שוין צו אים צוגעקומען אין אפילו אינגאצן ארויס געשלעפט, באדייט עס אז דאס איז נישט די פראבלעם ווייל אויב עס איז ארויס געשלעפט איז עס אינגאנצן אפען, אדער ווייס איך נישט וואס איך רעד, און קוק אויס ווי א פארמער וואס פראבירט צו זיין א פלאמבער.
מיטוואך נובמבר 02, 2011 12:32 pm
פרוביר "דרעינאו" דאס איז א שארפע מאטריאל וואס מ'גיסט אריין
מיטוואך נובמבר 02, 2011 12:38 pm
2-3 מינוט נאכן נוצן דרעינא לאז די וואסער רינען פאר אפאר מינוט, עס איז אזוי שארף אז עס קען לעכערן די פייפס
מיטוואך נובמבר 02, 2011 12:41 pm
האסט געטרייט א פלאנטשער ?
מיטוואך נובמבר 02, 2011 12:42 pm
פארגעסן צו שרייבן, כאב שוין פראבירט דרעינאו, עס האט נישט געהאלפן.
עס איז דא נאך א שטארקערע כעמיקאל, אבער איך האב מורא עס צו ניצן ווייל איך האב אלטע פייפס, דעריבער זיך איך אנדערע אויסגעפריווטע עצות אויב עס איז פארהאן אויפן
ערד-קוגל.
א פלאנדזשער האב איך אויך שוין פראבירט.
מיטוואך נובמבר 02, 2011 12:43 pm
נוץ נישט קיין שום געמיקאלן, עס וועט דיר חרוב מאכן די פייפס, (כך אמר לי פלאמבער)
ענדערש קויף (ביי האום דיפאו) אזא סנעיק וואס מען לייגט ארויף אויף א דרילער (ס׳קאסט בערך פערציג דאלער) און דריל אריין אין די לאך ווי טיף ס׳גייט שלעפ ארויס כל מה שיש בה (טו דיר אן אנדערע בגדים לקיים מה שנאמר ולבש בגדים אחרים והוציא את הדשן.....) עס איז פילייכט האר וכדומה, איך האב אזוי געטון ביי א סינק עס האט ווינדערליך געארבעט, כהאב ארויס גענומען פון די טיפעניש פון וואנט גאנצעטע שייטלען מיט האר.....
מיטוואך נובמבר 02, 2011 1:34 pm
יהי' כן, איך האף אז דיין דריל-סנעיק איז נישט געגאנגען ביז אינדיע..
מיטוואך נובמבר 02, 2011 1:42 pm
איך האב געהאט דעם פראבלעם עטליכע מאל, איך ווייס נישט ווי אלט דיין וואנע איז, אבער מיין וואנע האבן זיי געלייגט די מין שטאפער וואס מען דריקט אראפ מיט די הענט עס זאל זיך צומאכן, און דער פלאמבער האט געזאגט אז די מין שטאפער מאכט אסאך פראבלעמען, איך האב נישט געהאט קיין ברירה נאר אראפגענומען דעם גאנצן אזייערנעם שטאפער און געקויפט א פלעסטיק גומענעם שטאפער וואס מען קלעבט ארויף (ווי אמאל אינדערהיים) והכל על מקומו יבא בשלום
מיטוואך נובמבר 02, 2011 1:48 pm
farshlufen האט געשריבן:יהי' כן, איך האף אז דיין דריל-סנעיק איז נישט געגאנגען ביז אינדיע..
עבודה זרה בקבורה?.....
מיטוואך נובמבר 02, 2011 7:55 pm
דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 8:39 pm
מי יודע, איך האב אן אנדערע סארט שטאפער ווי דאס וואס לעבעדיג קינדער רעדט.
ווי עס קוקט מיר אויס איז די פראבלעם נישט האר, ענדערש די שטאפער אדער עפעס אנדערש.
לעבעדיגע קינדער ביסט נאך דא? אפשר קענסטו מרחיב זיין את הדיבור?