Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

נערווירנדע אי מעיל אדווערטייזמענט מעסעדזשעס

זונטאג אוקטובר 30, 2011 11:45 am

ווען איר ווילט עפעס קויפן אויפן געוועב ביי סיי וועלכע קאמפאני, מוז מען אויספילן די אי מעיל אדרעס און פון דאן און ווייטער ווערט איר באהאגלט מיט עט ליעסט 10 מעסעדזשעס א טאג
און טאמער האט איר איינגעקויפט ביי 5 קאמפעניס דאן באקומט איר א קיימא לן פון 60 א טאג....
שטעלט זיך די שאלה וויזוי ווערט מען פון זיי פטור?
א דאנק פון פאראויס...

Advertisement

זונטאג אוקטובר 30, 2011 11:46 am

מארק עז ספעם

זונטאג אוקטובר 30, 2011 11:51 am

יישר כוחכם
אז מ'רעד מיר שוין, וואס מיינט דאס ספעם?

זונטאג אוקטובר 30, 2011 11:58 am

רוב מאל וועט ביים סוף פונעם אימעיל שטיין א לינק וואו מ'קען זיך אנסובסקרייבן. פארשטייט זיך ביי נארמאלע קאמפאניס.

זונטאג אוקטובר 30, 2011 11:59 am

יעדע קאמפעני וואס שיקט עימעליס איז דא אין קליינע ווערטער אינטן פון די עימעיל א ווארט uncribbed מען דריקט עס איינמאל און פון יענעם קאמפעני באקומסטו מער נישט אבער מען דארף דריקן אויף יעדע קאמפעני עקסטער

זונטאג אוקטובר 30, 2011 12:00 pm

אויסער דעם, ביים איינקויפן ווען איר דארפט אריינלייגן אייער אימעיל אדרעסס, וועט רוב מאל זיין די אפציע צו אויסקלויבן וואסערע אימעילס איר ווילט באקומען.

זונטאג אוקטובר 30, 2011 12:01 pm

moshele11211 האט געשריבן:יעדע קאמפעני וואס שיקט עימעליס איז דא אין קליינע ווערטער אינטן פון די עימעיל א ווארט unsubscribe מען דריקט עס איינמאל און פון יענעם קאמפעני באקומסטו מער נישט אבער מען דארף דריקן אויף יעדע קאמפעני עקסטער

זונטאג אוקטובר 30, 2011 12:04 pm

גיוואלדיג האט געשריבן:יישר כוחכם
אז מ'רעד מיר שוין, וואס מיינט דאס ספעם?


דואר זבל עפ"ל

זונטאג אוקטובר 30, 2011 12:56 pm

מען דארף וויסן נישט ארויסציגעבן די אימעיל פאר אינטערנעט אדווערטייזערס ווי למשל "קליק בענק מארקעטער" אין אויך פאר אימזינסטע אינפארמאציע אבער מען מיז קודם אריינלייגן די אימיעל אפי' זיי שרייבן אז זיי פארקויפן נישט אייער אינפארמאציע, בדידי הוה עובדא, אין יעדע טאג ווערט מיין אינבאקס פיל מיט זייערע אימעיל עדס אין מען UNSUBSCRIBE זיך אין אודך א צוויטע קאמפעני.
מען דארף אויך וויסען נישט צי דאונלאעדן קיין שום אינזינסטע סאפטווער וואס איר האט נישט וועריפייד אז דאס איז קראנט, איך האב איינמאל זיך איינגעהאנדעלט א אימזינסטע וויירוס סקענער אין הערט דאס איז געווען איין גרויסע גניבה ארויסצישיירן געלט פין אימוויסענדע, אנהויב איז עס אימזינסט אבער עס קימט שטילערהייט ציגעטשעפעט א פראגראם וואס נאך א שטיק צייט וועקט ער זיך אויף אין הייבט אן צי אלארעמען אז די גאנצע קאמפיאטער אין אנגעשטעקט אין עס איז אין א סכנה זיך צי ציברעכן אין מען מיז זיך עמערזשענסי איינהאנדלען א ספעציעלע סאפטווער עס אויסצירייניגען, אין די באהאלטענע פראגראם איז אנגעשטעלט אז עס פארמאכט אלע פאנקשענס פינעם קאמפיאטער אין איר טרעפט זיך אין א מצב אז איר קענט נאר אנצינדען אדער אויסלעשן אייער כלי, אבער גארנישט טאן נאר ער איז פיל מיט בליציגע ווארעננאנגען, עס שטעלט אן אז איר קענט נישט גיין אפי' אויפן וועב צי קויפן א טראסטבארע סאפטווער איר קענט נישט ציקימען אויפן נעט צי קיינען נאר ציזייערע פאלטשע סייט ווי פאר $80 איינקויפן מיט א קרעדיט קארד זייער סאפטווער זיי שטעלן זיך אהער זייער אפישעל, ווי אפי' א אנליין רעפרעזענטעטיוו צי אייך סערווירן, אין ממש ניסים ביז אפאר מיניט נאכען אקטעוויזירען זייער פראגראם איז אלעס צירוק צים בעסטען ארדענונג אין איר רעט זיך איין אין פיעלט ציפרידען ממש אז זיי האבן אייך געראטעוועט אייער כלי וואס באמת זענען זיי ניטאמאל א וויירוס קלינער נאר זיי האבן פשוט דיך קודם אנגעשטעקט אין נאכדעם פאר אפאר $ צירוק ערמעגליכט צי זיך באגיין ממש מעשה בעה"ב ביי דיר אינדערהיים, גראדע נעקסטע אינדערפרי באקים איך א טעלעפאן קאל פין טשעס באנק צי איך אטערעזירט די נעכטענדיגע טרענזאקציע ווין זיי האבן עפעס פארדאכטען אויף דעם אין איך מיט איין שמחה זאג איך יא אוודאי זיי האבן געראטעוועט מיין כלי, די מעשה איז נישט פארטיג נאך אפאר וואכן אודך די זעלבע מעשה מיט א צוויטע קאמפעני פראגראם נאמען מיט ווארענאנגען אז עס איז אנגעשטעקטאין איך האב זיך גענימען זיכען מיין סאפטווער וואס לעצטע מאל האב איך זיך באצאלט ואיננו, נישט דא אין אודך איך קען זיך נישט רירן, איך האב שוין אנגעהויבן צי טראכטען אז סאמטינג איז ראנג אין איך האב געטוישט מיט א צווייטע לאג-אין אין קאמפיאטער אין אלעס ארבעט דארט גיט האב איך פארשטאנען אז איך בין אין א סקעם, דארט האב איך געקענט זיך קאנעקטן צים וועב איך האב געקאנטאקט א טראסטבארע קאמפעני אין זיי האבן געלאזט ביי מיר אקטעוויזירען א פראגראם אין עס האט אויפגעכאפט פשוט עס דרייט זיך א אימגעווינשענע גאסט ביי מיר אין ער לעשט אויס די פאנקשען MODE פינעם קאמפיאטער אין שרייט אז עס איז אנגעשטעקט בעת וואס ער טיט דאס אליין כדי די זאלסט קויפן ביי עם נאך אזא פראגרעם וואס וועט עס טיען נאכאמאל נאך א שטיק צייט ווי לאנג איר וועט זיך לאזען. אין אויך האבן זיי באקימען אייער קרעעדיט קארד אינפארמאציע פאר קימענדיגע גניבות. שטייט וויט פין די אלע אימזינסטע גארבעדטש

מאנטאג אוקטובר 31, 2011 4:49 pm

איך האב איין אימעיל וואס דאס איז פאר קאמפאניס וואס איך מיז געבן א אימעין אבער איך בין נישט אינטערסירט צו ליינער זייערע אימעילס
ווען זיי שיקן א רעסיט שיק איך די אימעין צו מיין רעגעלע אימעיל account
יענע אימעיל קוק איך קיינמאל נישט אן
שרייב א תגובה

Advertisement