Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

א תפילה פאַר אַ קאַמידיאַן

זונטאג אוקטובר 23, 2011 3:32 pm

נאך וואס כ'האב געמאכט א ווערטל מיט איינעם, און כ'האב מיך געכאפט ממש סקונדעס נאכדעם ווי שטארק ער איז געטראפן געווארן דערפון, ממש א שוגג פון מיין זייט. האב איך מיר באקלערט, צו מאכן דעם דאזיגן געבעט

ב''ה

א תפילה פאַר אַ קאַמידיאַן
[פארפאסט דורך: מנשה לוסטיג]
רבוש''ע איך דאנק דיר זייער, אז דו האסט מיר געגעבן די ארגינעלע טאלאנטן און חושים צו משמח זיין כלל ישראל דיין ליבע פאלק, און אזוי ארום מאכן שמייכלען דיין וואונדערליך באשאפענעם וועלטל.
בעט איך דיר רבוש''ע, אז ס'זאל חלילה נישט ארויסקומען א צער פאר קיין שום יודיש נשמה, דורך מיינע ווערטער און פעולות, און היט מיך אויס, כ'זאל נישט עובר זיין אויף קיין שום עבירה אין די תורה, דורך די פרייליכע ארבעט, נישט קיין לשה''ר, רכילות, צו חלילה הלבנת פנים – פארשעמונג, בידיעתי צו שלא בידיעתי.
סיי ווען מיר זעמער משמח, סיי ווען מיר זאגן זיך אפ, זאל קיינער נישט געטשעפעט ווערן. מ'זאל אונז נישט מקנה זיין מיט בלונדע שנאה וקנאה, מיטן מתנה וואס דו רבוש''ע האסט אונז געשאנקן. אדרבה, די גוטע תוצאות פון די וואס זענען געווארן בשמחה דורך אונז, זאלן מגין זיין אויף אלעס גוטס.
און רבוש''ע, ווייסט דאך גוט, אז אויכעט איך דארף זיין פרייליך שטענדיג, און אינעם זכות פון משמח זיין יודישע קינדער, זאלן מיר זוכה זיין צוזיין בשמחה תמיד, כדי צו קענען דינען דיר רבוש''ע, מיט שמחה און צופרידנקייט אייביג.
די פרייליכע עבודה זאל שטענדיג גוט געלונגען, געב אונז די ריכטיגע ווערטער אין מויל און געדאנקן, ערליכע פרייליכע געדאנקן, און מיר זאלן נהנה זיין דעפון אויכעט, סיי גרויס געלט און סיי פיל סיפוק.
און אין דעם זכות, זאלן מיר שוין זוכה זיין, אז דו זאלסט אויסלייזן דיין פארפלאגטן פאלק ישראל, פונעם לאנגן גלות, פון עצבות צרות און ענגשאפט, מיר זאלן שוין זוכה זיין צום לעכטיג פרייליכע גאולה בכלל ובפרט, בגוף ובנפש. אמן.

~

Advertisement

זונטאג אוקטובר 23, 2011 3:49 pm

בלייבט אונז נאר צו ענטפערן דערויף "אמן", אבער נישט סתם "אמן", נאר ווי מנשה לוסטיג אויפן טעלעפאן מיט זיין באבן

אומעיןןןןןןןןן

זונטאג אוקטובר 23, 2011 11:20 pm

אמן, געוואלדיג אפשר דארף מען נאר טוישן דעם קעפל אויף תפילה למשמח?

זונטאג אוקטובר 23, 2011 11:25 pm

א קאמידיאן מיינט נישט א משמח, און נישט קיין לץ און נישט קיין דזשאויקער, נאר בדחן. אבער היינט טייטש א בדחן נאר סטענד אפ. ממילא מוז מען זוכן עפעס מער פאסיג, דערווייל איז די תפילה ממילא אין יידיש, ממילא איז קאמידיאן פונקט גוט

זונטאג אוקטובר 23, 2011 11:38 pm

דאנציגער האט געשריבן:א קאמידיאן מיינט נישט א משמח, און נישט קיין לץ און נישט קיין דזשאויקער, נאר בדחן. אבער היינט טייטש א בדחן נאר סטענד אפ. ממילא מוז מען זוכן עפעס מער פאסיג, דערווייל איז די תפילה ממילא אין יידיש, ממילא איז קאמידיאן פונקט גוט

וואס גערעכט איז גערעכט.

מאנטאג אוקטובר 24, 2011 10:42 am

מ'זאל אונז נישט מקנה זיין מיט בלונדע שנאה וקנאה, מיטן מתנה וואס דו רבוש''ע האסט אונז געשאנקן.

מתוך נוסח התפילה

אמן, כן יהי רצון.
שרייב א תגובה

Advertisement