עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מיטוואך אוקטובר 12, 2011 10:00 am
וואס טוט מען: מיין בעה"ב האט דער געלט מיך צו צאלן נאר פשוט אלס נאטור אויס איז עם זייער שווער זיך צו שיידען דערפון (און פון יעדער איינציג דאללער בכלל) און ווען ס'קומנט שוין יא אן די געלט (נאכן ווארטען דערויף אפאר וואכן) געט ער עס צו מיר מיט אזא Attitude כאילו ער טוט מיר יעצט די גרעסטע חסד מיטן מיך צאלן אזש ער ווערטעלט זיך צו מיר ביזן סוף פון יענער טאג "נא וועלכע וועג גייסטו היינט אהיים? איך וויל וויסן דיר צו טרעפן צו קענען מאכן א האלד אפ" און דעס איז נאכן פאקט אז מרעדט אפילו נישט פון קיין גרויסע געלטער
Advertisement
מיטוואך אוקטובר 12, 2011 10:29 am
דעריבער שרייסטו דריי מאל?
מיטוואך אוקטובר 12, 2011 10:59 am
סגעווען א טעות און למען השם קען מען נישט דעליטען אן אייגינעם אשכול
מיטוואך אוקטובר 12, 2011 11:05 am
ווער ווייסט, אפשר דארף מען טאקע אנפאנגען צו צאלן צייטליך אז ער זאל זיך צוריק זעצן אין קרעטשמע בשתי ידים און ס'וועט זיין חדש ימינו כגאולה.
צום ענין, אויב דיין בעה"ב שפילט אויף דיין נערוון ווייז אים אז 'דו ביסט שוין גרויס' און בלייב נאאיוו צו זיינע עקסייטמענטס.
מיטוואך אוקטובר 12, 2011 11:10 am
סוי די זאגטס בעסיקלי אז ווייל ער האט צוטון מיטן נערווען דעריבער שפילט ער מיט מיינע?
מיטוואך אוקטובר 12, 2011 12:12 pm
זאל צייטליך זיכן א נייע בעה''ב
מיטוואך אוקטובר 12, 2011 1:44 pm
Better late then never
no?
מיטוואך אוקטובר 12, 2011 3:21 pm
מיטלייד, been there... ,
שבת אוקטובר 15, 2011 7:34 pm
געוועזן א קלוגער מלך וואס האט געשריבן: "אל תלחם את לחם רע עין".
שבת אוקטובר 15, 2011 7:40 pm
איך פארשטיי נישט!
דער בעה"ב איז א יוד?
ביי אוהם גייט נישט אהן דער לאו פון לא תלין?
שבת אוקטובר 22, 2011 10:58 pm
אויב איז ער א איד דארף מען אים דן זיין לכף זכות אז ער ווייסט נישט דעם חומר הענין.
ידוע מפי ספרים וסופרים אז לערנען א געוויסע הלכה העלפט מ'זאל נישט נכשל ווערן דערין, סיי באופן פשוט ווייל מ'איז נזהר (און מ'ווייסט וואו איין און וואו אויס) און סיי בדרך סגולה. האט איר דאך א פשוטע עצה, שלאגט אים פאר צו לערנען צוזאמען א שיעור אין הלכות הנוגעים לממון (למשל קיצור שלחן ערוך סימנים קעט-קץ) א קורצע צייט יעדן טאג, און מאכט זיכער אז ער האלט מיט ווען מ'לערנט מענין בל תלין (סי' קפה בקש"ע).
האט הצלחה.
זונטאג אוקטובר 23, 2011 3:41 am
גם בספר אהבת חסד להח"ח מבאר הלכות זו
אולם מדבריו נראה "אז בעלי בתים האבן אלעמאל געליטען פון דעם יצר הרע"