Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

חול המועד חדר[?] - שני פעמים חי?

מאנטאג אוקטובר 10, 2011 12:00 pm

תהלה לקל גדיים נעשו תישים געלויבט דעם לעכטיגן גוטן באשעפער אז די קליינע וואקסן שוין אונטער, והנה און אט קריג איך א צעטל אין די היצטיגע ערב יום טוב פון יעדעס אינגל באזונדער אז עס גייט זיין חוה"מ חדר גאנצע צוויי טעג, מיט א פראגראם פון איין טאג מיט עפעס א רעדנער א קיצור א באנטש פאן און אויף צוויי טעג דערויך אן אויספלוג צו עפעס א פארק א גוטע אנדערטהאלבן שעה צו פארן.

ברם, צו דעם קומט אבער אטטעטשירט א פרייס טעג פון $36 פער קינד! פרעג איך די געוואלדאוונע קושיא מה לי ולצרה הזאת אויף וואס ברויך איצט אין די פארנומענע עריו"ט טעג שפענדן אן עקסטערע פאר דאללער אויף דברים של מה בכך וואס איך האב קיינמאל אזויפיל געשפענט גייענדיג פריוואט חוה"מ האלטן און נאכדערצו אוועקנעמען פון די קינדער דעם געווענליכן הנאה פון גיין חוה"מ האלטן מיטן אייגענעם טאטן?

וידענא אז מיר אלס קינדער זענען אויך געגאנגען צו אדווענטשערלענד, אבער דאס האט נישט געקאסט קיין מאיאנטעק.

Advertisement

מאנטאג אוקטובר 10, 2011 12:21 pm

האסט ווייזט אויס געמאכט דאס זעלבע בייט ווי דער הייליגער בארדיטשובער רב און פאר די עוונות חטאים ופשעים באקומען מחילה סליחה וכפרה מיט א באנוס פון בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות מיט ח"י ח"י וגומר

מאנטאג אוקטובר 10, 2011 12:28 pm

פארשלאפן ס'איז ווייט נישט אזוי
כ'רעד נישט אויב ביסטו אויך אין די מאד צו גיין האקן א גוד טיים אין די זא, אבער אויב נישט, ווען דו דארפסט פארן אין די זא קאסט דיר א שינע אפותוקי יעדעס קינד באזונדער, פלאס געז טאל, עסן אויפן וועג, וכו' וכו' (אפגערעדט האט מען נישט קיין אייגענע קאר צו גענוג גרויס פאר די משפחה און מען דארף דינגען עפעס)
אזוי שיקסטו די קינדער אין חיידער אריין, און דו קענסט זיך זעצן האקן א פאר בלעטער אין סוכה
אדער זיך אביסל אויסלופטערן דא אין וועלטל

מאנטאג אוקטובר 10, 2011 12:39 pm

בן בוזי, איר רעדט ווי א חסיד'ישער איד.

מי יודע, יאך גיי ב"ה יעדעס חוה"מ ערגעץ מיט די קינדער - וואס דאס גיי איך סיי ווי דארפן טאן פאר די אנדערע געשוויסטער - אבער עס קאסט ווייט נישט אזויפיל.

כך אני נוהג כי כן ראיתי ושמעתי מאבותי, דאס גרעניצט זיך ניטאמאל מיט האצקענען, נאר פארקערט מיט געדולד און צוגעלאזענקייט לייגט מען אריין גענוג אין די קינדער סיי אויפן וועג אוו סיי אין פלאץ ובודאי אז מ'גיט אכט וואו מ'גייט און דאס אויך נאר נאך א פולן סקעדזשועל אין שול.

מאנטאג אוקטובר 10, 2011 1:20 pm

מיר איז עס אויסגעקומען מער ווי 3 מאל חי פאר צוויי קינדער
און די פארגאנגענע יארן האט מיר דאס גיין אליין חולמויעד האלטן געקאסט מער..ווי מי יודע שרייבט שוין

בלייבט נאר איבער צי וואונטשען פאר די וואס פירן עס אן... איינער זאל ביטע ציענדיגן
לעצט פאראכטן דורך פאטאקי08 אום מאנטאג אוקטובר 10, 2011 1:22 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג אוקטובר 10, 2011 1:21 pm

farshlufen האט געשריבן:בן בוזי, איר רעדט ווי א חסיד'ישער איד.

מי יודע, יאך גיי ב"ה יעדעס חוה"מ ערגעץ מיט די קינדער - וואס דאס גיי איך סיי ווי דארפן טאן פאר די אנדערע געשוויסטער - אבער עס קאסט ווייט נישט אזויפיל.

כך אני נוהג כי כן ראיתי ושמעתי מאבותי, דאס גרעניצט זיך ניטאמאל מיט האצקענען, נאר פארקערט מיט געדולד און צוגעלאזענקייט לייגט מען אריין גענוג אין די קינדער סיי אויפן וועג אוו סיי אין פלאץ ובודאי אז מ'גיט אכט וואו מ'גייט און דאס אויך נאר נאך א פולן סקעדזשועל אין שול.


נו נו, זייער פיין, איז ווער זאגט דו דארפסט אים שיקן אין חדר?
איך ווייס נישט וואס איז ביי ענק, אדער דא ביי אונז אין קרית יואל איז עס אפשענעל אויף יעדע טאג באזונדער

מאנטאג אוקטובר 10, 2011 1:23 pm

יא יא דאס יאר גייט מען האבן דאנציגער....
לאמיר האפן די קינדער וועלן הנאה האבן

מאנטאג אוקטובר 10, 2011 1:24 pm

פארשלאפן קיינער צווינגט נישט צי גיין סאיז אפשענאל

ביי די וועי מיין אינגלס ת"ת קאסט 32 צוויי טעג

מאנטאג אוקטובר 10, 2011 1:43 pm

אונגארישער האט געשריבן:פארשלאפן קיינער צווינגט נישט צי גיין סאיז אפשענאל

ביי די וועי מיין אינגלס ת"ת קאסט 32 צוויי טעג


די ת"ת פאר מיינע קינדער בעט 24 אויב צאלט מען חול המעוד איז 26

מאנטאג אוקטובר 10, 2011 2:55 pm

היכי תמצא אז הוצאות בניו לתלמוד תורה מיט הוצאות שבתות וימים טובים טרעפן זיך צוזאם....
שרייב א תגובה

Advertisement