עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דאנערשטאג אוקטובר 06, 2011 8:53 pm
ב''ה איז עס די ערשטע מאל וואס מאך א סוכה (כאשוין נישט קיין כוח צו שלעפן צו די שווער אדער צום פאטער זז''ג) האב איך מיר באשטעלט א שיינע לייטער'ס סוכה עס איז ממש א בריז אויפצושטעלן א מחי'ה
אבער וואס עס פלאגט מיר איז וויאזוי געט מען אנייצע מיטן הענגן שיינע זאכן?? אקעי די סחורה ארום האט ב''ה געארבעט מיט עקסטריעם וועלקרא פון האום דיפא , אבער וואס טו איך מיט די וועלענסעס (די פארהאנג) וויאזוי הענג איך סחורה אויף סחורה? וועלקרא ארבעט נישט שוין אראפגעפאלן 10מאל
וואס טוט מען מיט שטערנס ? כאב פראבירט מאונטינג טעיפ עס האלט פונקט פאר צווי שעה
איז דערוילעם טאקע מקפיד נישט צו סטעיפלען דערין? וואס געשעט טאמער מען סטעיפלט עס ?
איך עפרישיעיט עני גוטע עצה
יישר כח למפרע
Advertisement
דאנערשטאג אוקטובר 06, 2011 9:50 pm
!glue gun works wonders
דאנערשטאג אוקטובר 06, 2011 10:21 pm
tnx will try that one
פרייטאג אוקטובר 07, 2011 1:48 am
וואס טוט זיך מיט סעפטי פין'ס ??
לענ"ד דארף עס זיין זייער גוט
פרייטאג אוקטובר 07, 2011 5:05 am
גליון האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט סעפטי פין'ס ??
לענ"ד דארף עס זיין זייער גוט
מיר האבן שוין פראבירט יעדן מיטל פון דאבל סיידעד טעיפ ביז עפעס א קלעי און אלעס אינדערמיט...
גלאו גאן האט געארבייט ס'בעסטע!
פרייטאג אוקטובר 07, 2011 7:41 am
אבער מיט גלאו גאן בלייבט דאך די ברעטער שמוציג דערנאך, נישט אזוי?
זונטאג אוקטובר 09, 2011 8:44 am
אויפריכטיג האט געשריבן:אבער מיט גלאו גאן בלייבט דאך די ברעטער שמוציג דערנאך, נישט אזוי?
ביי לייטערס סוכה נישט און פאר די וואס ניצען נישט קיין סחורה ארום די סוכה דארף וועלקרא זיין זייער גיט סקען בלייבן די שטיקעל וואס מ'לייגט אויפן וואנט פארן קימעדיגע יאר אויב לייגט איר שטערנס אויף דח זעלבע פלאץ בערך יעדעס יאר
זונטאג אוקטובר 09, 2011 11:38 am
קונצען האט געשריבן:אויפריכטיג האט געשריבן:אבער מיט גלאו גאן בלייבט דאך די ברעטער שמוציג דערנאך, נישט אזוי?
ביי לייטערס סוכה נישט און פאר די וואס ניצען נישט קיין סחורה ארום די סוכה דארף וועלקרא זיין זייער גיט סקען בלייבן די שטיקעל וואס מ'לייגט אויפן וואנט פארן קימעדיגע יאר אויב לייגט איר שטערנס אויף דח זעלבע פלאץ בערך יעדעס יאר
ס'פלאגט מיר שוין עטליכע יאהר, מיינע קינדער הענגן אויף די נוי סוכה, און ווען מען האלט נאך פאר'ן ענדיגן הייבט מען שוין אהן דעם צווייטן ראונ"ד פון איבערקלעבן, ביז מ'וויינט און דאן ווייסט מען שוין נישט וואס צו טוהן (ס'דערמאנט מיר שטענדיג פון די צעטל קלעבער אין ירושלים, ער גייט איינמאל ארום הענגן מודעות, ווען ער איז פארטיג דעם ערשטן ראונ"ד גייט ער צום צווייטן מאל מיט פרישע מודעות).
כ'האב געקלערנט אפשר פון קלעבן וועלקרא"ו ארינגס און ארום אויף די אייזענע פרעימ"ס אינמיטן דעם פענא"ל, און אויף דעם ארויף קלעבן די נוי סוכה, אולי וועט דער מיטל העלפן.
זונטאג אוקטובר 09, 2011 2:22 pm
אויפריכטיג האט געשריבן:אבער מיט גלאו גאן בלייבט דאך די ברעטער שמוציג דערנאך, נישט אזוי?
איין פליק און עס איז אראפ.
זונטאג אוקטובר 09, 2011 3:42 pm
פרעגער האט געשריבן:קונצען האט געשריבן:אויפריכטיג האט געשריבן:אבער מיט גלאו גאן בלייבט דאך די ברעטער שמוציג דערנאך, נישט אזוי?
ביי לייטערס סוכה נישט און פאר די וואס ניצען נישט קיין סחורה ארום די סוכה דארף וועלקרא זיין זייער גיט סקען בלייבן די שטיקעל וואס מ'לייגט אויפן וואנט פארן קימעדיגע יאר אויב לייגט איר שטערנס אויף דח זעלבע פלאץ בערך יעדעס יאר
ס'פלאגט מיר שוין עטליכע יאהר, מיינע קינדער הענגן אויף די נוי סוכה, און ווען מען האלט נאך פאר'ן ענדיגן הייבט מען שוין אהן דעם צווייטן ראונ"ד פון איבערקלעבן, ביז מ'וויינט און דאן ווייסט מען שוין נישט וואס צו טוהן (ס'דערמאנט מיר שטענדיג פון די צעטל קלעבער אין ירושלים, ער גייט איינמאל ארום הענגן מודעות, ווען ער איז פארטיג דעם ערשטן ראונ"ד גייט ער צום צווייטן מאל מיט פרישע מודעות).
כ'האב געקלערנט אפשר פון קלעבן וועלקרא"ו ארינגס און ארום אויף די אייזענע פרעימ"ס אינמיטן דעם פענא"ל, און אויף דעם ארויף קלעבן די נוי סוכה, אולי וועט דער מיטל העלפן.
די אריגענעלע קשיא איז, אויב איינער סטעיפלט די פענעלס? כאשוין פראבירט גלו גון אין מפטירין כדאתמול...
מיר האבן געמאכט שיינע דרעיפס וועלענסעס ממש ווי א דיינונג רום (לקיים תשבו כעין תדורו )
צו האט עמיצר שוין געהאט די סארט אישו?
זונטאג אוקטובר 09, 2011 8:09 pm
מיין אידענע האט איינגעקויפט עפעס א מאטעריאל וואס הייסט פאנ-טעק, עס קוקט אויס ווי א בלויע קלעבעדיגס, העמער זען צו דאס וועט האלטן די נוי סוכה.
זונטאג אוקטובר 09, 2011 8:24 pm
עס האלט נאר גרינגע זאכן
זונטאג אוקטובר 09, 2011 8:48 pm
נו, פשוט'ע שטערנס זענען דאך נישט אזוי שווער.
זונטאג אוקטובר 09, 2011 8:50 pm
יא יא, דו קענסט פרובירן, ביי מיר האבן די שטערנס געהאלטן די ערשטע טעג
קען זיין איך האב עכטע שטערנס וואס זענען געמאכט פון צענדליגער פאפירן, די היינטיגע איז נאר געפרינט
זונטאג אוקטובר 09, 2011 9:02 pm
איך האב אויך געהעריגע שטערנס, איך גלייב אז מיט א גרויסן שטיק פון די קלעבאכץ וועט זיך עס האלטן אי"ה.
זונטאג אוקטובר 09, 2011 9:10 pm
אויפריכטיג האט געשריבן:איך האב אויך געהעריגע שטערנס, איך גלייב אז מיט א גרויסן שטיק פון די קלעבאכץ וועט זיך עס האלטן אי"ה.
טאמער די לייגסט נישט קיין סחורה איז עס זייער פיין
זונטאג אוקטובר 09, 2011 9:15 pm
שקויעך, איך וויל פארשטיין.
מאנטאג אוקטובר 10, 2011 1:31 pm
אויפריכטיג האט געשריבן:מיין אידענע האט איינגעקויפט עפעס א מאטעריאל וואס הייסט פאנ-טעק, עס קוקט אויס ווי א בלויע קלעבעדיגס, העמער זען צו דאס וועט האלטן די נוי סוכה.
קענסט שוין גיין איינקויפן עפעס אנדערש, ווייל נאך א חזקה פון דריי אפגעמוטשעטע יאהרן, האב איך אויפגעגעבן אויף דעם - עס האלט נישט!!!
מאנטאג אוקטובר 10, 2011 2:15 pm
נאכן פרובירן אלעס איז די 3M COMMAND וואס ווערט פארקויפט אין אלע הארדווער געשעפטן געווען די בעסטע.
עס קאסט טאקע אפאר רייניש יעדן יאר.
מאנטאג אוקטובר 10, 2011 8:10 pm
וואס איז דאס?
דינסטאג אוקטובר 11, 2011 8:49 am
דאס איז אזא סטיקער וואס מען קלעפט ארויף אויפן נוי סוכה, און דערנאך לייגט מען די נוי סוכה אויפן וואנט.
די מעלה דערפון, ווען מען וויל ארפנעמען די סטיקער פון וואנט, שלעפט מען א שטיקל דערפון, פון אונטען אראפצו, און עס קומט אראפ כאילו לא היה.