עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
זונטאג אוקטובר 02, 2011 1:51 pm
איז די מעשה אז איך וואוין אין א עלטערע בילדונג טאפ פלאר, ביי יעדע שטארקע רעגן באגלייט מיט ווינטן רעגנט אריין ביי 2 צימערן וואס לויפן מיטן זעלבן וואנט (די לענדלארד איז נישט שטארק בייהילפיג)
רופן א ראפער? כ'ווייס דאך נישט צו די פראבלעם איז מיטן דאך, ער קען זיך נאר אויס אין זיין פעלד, איז די שאלה וועם רוף איך וואס זאל מיר קענען דיאגנזירן די פראבלעם?
Advertisement
זונטאג אוקטובר 02, 2011 1:57 pm
וואס מ'האט געטון ביי מיר? מ'האט אויפגעשניטן די דאך און געקוקט פון ווי די וואסער קומט
זונטאג אוקטובר 02, 2011 2:00 pm
ביי מיר קומט עס מענלי פון די וואנט, די וואנט איז שוין אויפגעשניטן זייט איירין אבער ס'האט נאכנישט ערענסט אריינגערעגענט זייט דעמאלס, ווי לאנג קען מען ווארטן...
זונטאג אוקטובר 02, 2011 2:06 pm
וואס הייסט דאס דער לענדלארד איז נישט בייהילפיג?
צאל נישט קיין רענט ביז עס ווערט פאראכטען
זונטאג אוקטובר 02, 2011 2:09 pm
כאב געהאט דעם פראבלעם און מיטן לענדלארד איז א פראבלעם ווייל די הויז איז א שטיקל שותפות מיט א ברודער... בקיצור נישט אזוי גלאטיג..
ביז עס איז געקומען איירין און צומארגנס האבעך אנגערופן דעם לענדלארד, אז איך צאל מער נישט ביז עס ווערט פאראכטן,
למעשה די פראבלעם איז געווען אז די דרעין פייפ איז געווען צובראכן "אין די וואנט", מהאט אויפגעשניטן די שיטראק, פאראכטן דעם פייפ, און דער לענדלארד האט ווייטער באקומען זיין רענט...
זונטאג אוקטובר 02, 2011 2:15 pm
שנאפס האט געשריבן:למעשה די פראבלעם איז געווען אז די דרעין פייפ איז געווען צובראכן "אין די וואנט"
סאו ווער האט "למעשה" אנדטעקט די פראבלעם?
זונטאג אוקטובר 02, 2011 2:16 pm
נישט איך, כאב נאר געזאגט דעם לחש און סהאט געהאלפן
ער האט גערופן איינעם וואס פארשטייט דערצו
זונטאג אוקטובר 02, 2011 2:37 pm
אקעי, ביי מיר ארבייט נישט דעם לחש פאר סאם ריזען פינטעל
אויב קענסטע מיר געוואויר ווערן ווער דער פארשטייער איז געווען וועל איך דיר שטארק דאנקבאר זיין
זונטאג אוקטובר 02, 2011 3:01 pm
בעצלתיים ימך המקרה, ובשפלות ידים ידלוף הבית.
דו ברויכסט א פראפסיענעלער ראפער, ביינונז אין ווילי פעסט איז דא עטליכע היימישע אידן אין דעם פעלד.
זונטאג אוקטובר 02, 2011 3:10 pm
farshlufen האט געשריבן:ביינונז אין ווילי פעסט איז דא עטליכע היימישע אידן אין דעם פעלד.
כ'דארף נישט עטליכע, איינס איז מיר גענוג, א נאמען/נומבער ביטע
יישר כח
זונטאג אוקטובר 02, 2011 3:44 pm
אמאל האב איך גענוצט פיליפס ראפינג, זיין נומער איז גאנץ זיכער אין די ב"ד.