Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ווי אזוי לעבט מען אויף אזא אינקאם?

זונטאג אוקטובר 02, 2011 7:58 am

שמועסנדיג מיט איינעם אויף גוגל טאלק, איז אויסגעקומען צו רעדן איבער דאס יקרות וואס הערשט היינט אין אלע הינזיכטן, טו מעיק א לאנג סטארי שארט, האט מיר יענער געבעטן ארויפצולייגן די שאלה פארן ציבור, האפנדיג אולי וועט ער געהאלפן ווערן מיט דעם וואס דאס ענין וועט דא אויסגעשמועסט ווערן, און אפשר וועט ער הערן עפעס א עצה ווי אזוי דורכצושטופן שווערע טעג.


דער איד דערציילט מיר, זיין אינקאם ביי וויקלי איז בערך 1800 דאלער (נאכן אראפרעכענען טעקס), ער האט א שטוב מיט 4 קינדער, און אז פאר די טעקס איז זיין יערליכע אינקאם בערך 55 טויזענט דאלער, איז ער נישט עלגיבעל פאר קיין שטאטישע זאכן, נו אויב אזוי מהיכן ירק זה חי.

מאכט ער מיר דעם חשבון אזוי:

זיין רענט איז בערך 1600 דאלער
הוצאות פון עסן בערך 1000 דאלער (א חודש)
שכר לימוד 400 דאלער
עלעקטעריק-טעלעפאן ביל בערך 350 דאלער
סעלפאן 45 דאלער
אינשורענס (לייף-פייער) 175 (צוטיילט פער חודש)
הילף אין שטוב בערך 300 דאלער (פער חודש)

קומט אויס די הוצאות א סך הכל פון 3570 דאלער

און די הכנסה ווי דערמאנט איז 3600 דאלער

יעצט ווארט א מינוט, דא איז נאך בכלל נישט אריינגערעכנט קיין סתם שטוב אויסגאבן ווי קליידער וכו' וכו' וואס מען דארף האבן אין א אידישע שטוב, אפגערעדט אז מען האט נאך נישט גערעדט פון מעשר געלט

נו אפשר ערקלערט איר מיר מהיכן ירק זה חי?

איז דא די שאלה פון ציבור, איז דא דא נאך איינער וואס האט אזא הכנסה ווי דעם איד אן קיין שום רעגירונגס פראגראם?
אויב יא, ווי באגייט מען זיך?

(אויב האט איר אביסל ענליך קענט איר אויך שרייבן)

Advertisement

זונטאג אוקטובר 02, 2011 10:04 am

מי יודע, ביטע מאך קלאר, אויב איז זיין אינקאם "ביי וויקלי" מיינט דאס אז ער מאכט 900 דאלער א וואך, קומט אויס אז סוף יאר האטער א סורפלאס

זיין לעבן קאסט עם 3750 א חודש, 12 חדשים קומטעס אויס צו 42,840 א יאר, ווידער מאכן מאכט ער 900 א וואך פאר 52 וואכן קומט אויס ער פארדינט 46,800, סאו ער האט א סורפלאס פון כמעט 4,000 דאללער א יאר, פלאס ער באקומט א טעקס ריטוירן פון א שיינע פאר טויזענט דאללער...

אויב דער יונגערמאן איז זיך גוט מסדר זיין אינקאם און עקספענסס קענער דורכטראגן די יאר נארמאל... (אן קאנטרי, שטייצעך)

ווידער אויב מאכט ער "סעמי מאנטלי" 1,800 דאללער דעמאלטס לעבט ער אין א 30 דאללערדיגע מאנאטליכע דעפיציט, אבער ער מאכט א טעקס ריטוירן, סאו ער וועט נאכאלץ ארויסגיין מיט רווח, אבער אביסל שוואכער...

מיין עצה צו דעם יונגערמאן, ער זאל טוהן עפעס זייטיג, היינט איז פארהאן טויזענטער זאכן וואס מ'קען טוהן, אנגעפאנגען פון פארקויפן אויף עמעזאן, ווערן א עידזשענט פאר עמביט, לערנען מיט קינדער, דרייוון קאר סערוויס פארט טיים.. עניטונג ווי ער קען מאכן געלט, און שוין אנהייבן אוועקלייגן געלט פאר 2 יאר ארום ווען זיין לעבן גייט עם קאסטן פיהל מער...

זונטאג אוקטובר 02, 2011 10:07 am

שווערע שאלה, דער איד מוז באמת בודזשעטירן... די שאלה איז נאר, פון וואנעט?

לאמיר איבער גיין די חשבונות

רענט: ״בערך״ 1600.
דארף מען וויסן צי דער בערך איז אויף ארויף (1625) אדער אראפ (1575)?

עסן מן הסתם קען מען פופיהל נישט פאטשקענען... אבער עס איז ראטזאם ער זאל מברר זיין וואו עס איז ביליגער, וואס עס איז איבעריג, אפשר קען מען קויפן באלק וכו׳ וכו׳... פאר ״וויק״ איז ער מן הסתם יא עלידזשיבל.. מען דארף האבן נערוון דערצו...

טעלפאן-עלעקטעריק, זאלער פראבירן היעפ.

שכר לימוד, מן הסתם האלט ער שוין נאכ׳ן זיצן מיט די קאמיטעע...

סעלפאן, קען מען קאטן אויף האלב (פאני?).

אישורענס זאלער פרעגן וויכי וויפיהל עס קאסט טורם... ווארום ער צאלט דוכט זיך טייער לויט זיין אינקאם...

הילף אין שטוב, דארף מען וויסן די סיטואציע, אבער פאר א מאמע פון פיר וואס טוט נישט עפעס אנדערש, דארף צוויי מיאות א חודש זיין די והותר... (חוץ ניסן ותשרי...)

איין אינקאם האטער פארגעסן צו דערמאנען: טעקס ריטור, לויט זיין אינקאם און פאמיליע דארף ער בלייבן מיט לערך פיר אלפים...

....
און... ער זאל צום נייעם יאר פארלאנגן א ראשזינקע... כמיין א רעיזין... א הויב אין וועידזש...
... אה וויכי האקט... דאס הייסט א פיינעשול עדווייזער...

זונטאג אוקטובר 02, 2011 10:25 am

איך קום שוין אהער נאכן אויסטענה'ן מיט אים די אלע עצות, איך האב דאך שוין אמאל גערעדט מיט וויכי דא איבער אזא נושא

יעצט, לפי האמת טוט ער שוין זייטיגע זאכן, ווייל נאר אזוי קען ער נאך עפעס אנציען, זיין טעקס ריטוירן גייט דערווייל אוועק פאר חובות וואס ער האט פון קויפן א דירה (כ'האב טאקע נישט גוט געשריבן רענט, ס'איז א מארגעטש).
פאר וויק איז מען נישט עלגיבעל מיט אזא אינקאם (וחסד לאומים חטאת), די בערך איז ארויף ס'איז 16 מיט טשענזדש.

יעצט וויכי, דיין עצה איז גוט ווען די הוצאות און הכנסות שטימען אדער ער איז שארט מיט א פאר דאלער, און נניח ער מאכט טאקע 900 דאלער, איך האב דא אראפגעלייגט א חשבון ווען די הוצאות והכנסות זענען כמעט אייניג נאך בעפארן טראכטן פון קויפן קליידער וכו' וכו' (א תהלים אין סקול, די ביכלעך אין סקול, א גמרא פאר די אינגל, א חומש פאר די אנדערע אינגל-דאס איז נאר קלייניגקייטן)
אפשר זאגסטו וויכי, וויפיל דארף קאסן הוצאות אין א אידישע שטוב מיט פיר קינדער (וואס אלע דארפן שוין שיך), וואס איז א עוורידזש און נארמאל פון קליידער וכו'.
און וואס טוט זיך מיט א רעגנדיגן טאג??
און דער איד גייט נישט אין קאנטרי, און האלט נישט אויס קיין קאר

און נאך איין שאלה איז דא נישט געענטפערט געווארן, געפינט זיך דא איינער וואס האט אויך אזא הכנסה אן קיין שום רעגירונגס בענעפיט? (קוקט אויס אז נישט...)

זונטאג אוקטובר 02, 2011 10:28 am

מיט אזא בודזשעט איז ממש א עבירה צו צאלן פאר אינשורענס (וויכי; קוק מיר נישט אן שטרענג).

און לגבי די אינקאם בעצם זאל ער מוחל זיין און זוכן א אלו"ל (די לחכימא ברמיזא), וועט אים אסאך אסאך גרינגער זיין.

זונטאג אוקטובר 02, 2011 10:30 am

באמבאסטיש האט געשריבן:מיט אזא בודזשעט איז ממש א עבירה צו צאלן פאר אינשורענס (וויכי; קוק מיר נישט אן שטרענג).

און לגבי די אינקאם בעצם זאל ער מוחל זיין און זוכן א אלו"ל (די לחכימא ברמיזא), וועט אים אסאך אסאך גרינגער זיין.

אינשורעס איז 175 א חודש, דערווייל נישט געהאלפן צופיל
איבערלאזן איז נישט די בעסטע אפשען, וייל למעשה האט ער א גוטע ארבעט, מיט אסאך בענעפיטן, און ס'שמעקט נישט איבערצולאזן אזא גוטן פלאץ נאך אזויפיל יאר

זונטאג אוקטובר 02, 2011 10:34 am

האסט נישט פארשטאנען, ער קען בלייבן אויף זיין פאזיציע, נאר די טשעק פון 900 זאל זיין צוטיילט פאר לאמיר זאגן צוויי אלו"ל'ס, וועט פעטער שמואל אים אויך געבן מתנות.

זונטאג אוקטובר 02, 2011 10:34 am

פארגעסן:
עס איז כדאי צו באגריסן א אינגערמאן וואס איז עושה הישר והטוב, און ארבעט שווער פאר זיין געהאלט בישרות ובנאמנות, איך בין זיכער אז ער וועט בעזר השם מצליח זיין, ואין שומע להקב״ה מפסיד!

זונטאג אוקטובר 02, 2011 10:37 am

דא האט מי יודע געשריבן די באדייט פון אלו"ל.

זונטאג אוקטובר 02, 2011 10:52 am

איך ווייס וואס אלו"ל מיינט, ס'איז אבער א ביזנעס וואס מען קען נישט אזוי טון דארט, דאס איז דער מציאות, איך פארשטיי עס אויך נישט

איך זע דער עולם האט עצות
איך וויל פרעגן שטערקער, איז דא איינער דאהי וואס מאכט אונטער 6 טויזענט דאלער א חודש און האט נישט פון די אלע חאזעריי?
איך בעיס יעצט אויף מיינע הוצאות והכנסות, איז מעגליך מיט א שטוב פון 5 ועוד צו פארדינען אונטער 6 אן לעבן פון די רעגירונג?

זונטאג אוקטובר 02, 2011 11:00 am

דא איז דא מער ווי איינער וואס באקומט גארנישט פון די גאווערמענט, ס'איז נישט גרינג, אבער מ'קענעס דורכשטופן...

ווי געזאגט אויף פען און פעיפער ביסטו נישט גערעכט, ער האט א סורפלאס פאר זיין טעקס ריטוירן, און מיט זיין טעקס ריטוירן האטער א 8,000 דאללערדיגע סוירפלאס, און ווי געשריבן אויב דארף ער מער פון דעם זאלער טוהן עפעס זייטיגס. (וואס ער קען מאכן דערפון אסאך געלט און דאס זאל עווענטועל ווערן זיין אפיציעלע ביזנעס)

די פראבלעם וואס איך זעה דא איז אז ער דארף באצאלן חובות, (פלאס דו האסט אויסגעלאזט א שיינע פאר מאנטאליכע עקספענסעס וואס יעדער האט.) און אויף דעם איז נאכאמאל די עצה ער זאל ארבייטן אווערטיים, זיך אביסל אנשטרענגען יעצט, ווי איידער ווען ער וועט האלטן ביי די שפעטערדיגע סטעידזש און "אביסל זיך אנשטרענגען" וועט שוין נישט זיין גענוג. (אויב מעגליך מעג זיין ווייב אננעמען עפעס ארבייט...)

באמבאסטיש, איך עגרי אז ס'איז מעגליך אז ער צאלט איבער פאר זיין אינשורענס, אבער צו זאגן אז ער זאל אינגאנצן נישט צאלן פאר קיין אינשורענס איז ראנג!

מי יודע, פון דיין לעצטע תגובה זעהט אביסל א ליכטיגקייט ביי ענדע... ער צאלט מארטגידזש, ווי האלט ער? וויפיל יאר? אפשר נאך אביסל קענער ריפיינענסן און אפצאלן די חובות, אדער סתם נידערן זיין מארטגידזש פעימענט? ס'דא אסאך צו פארשטיין און צו טוהן...

זונטאג אוקטובר 02, 2011 11:08 am

מארגעטש האלט ער ממש אנהייב, און האט גראדע א נידריגע רעיט וואס איז נישט שייך צו גיין צופיל אראפ דערמיט
חובות (פון קויפן די דירה) האט ער אויף אוועקצוגעבן די נעקסטע פאר יאר זיין טעקס ריטוירן

אפשר וויכי געסטו קודם א דא רעינזש וויפיל דארף קאסטן פאר א מענטש הוצאות הבית פאר קליידער וכדומה, איך פיל אז דארט איז יענעם'ס לאך, ווייל ווי דערמאנט ארבעט ער שוין אביסל צו ביי די זייט, ועם כל זה איז ער טייט
500 דאלער א חודש איז אסאך פאר א משפחה פון פיר קינדערלעך?

זונטאג אוקטובר 02, 2011 11:11 am

ודרך אגב, איך האב אים געמענשענט וועגן פרקויפן זאכן אנליין, א שטייגער ווי עמעזאן אדער אי בעי, אבער וויפיל געלט קען מען שוין מאכן דערפון, און בכלל ווי אזוי ארבעט עס, פון ווי קויפט ער צו קענען פארקויפן פאר ביליג, איך מיין אז צו עמעזאן לויפט מען צו טרעפן בארגענס, נו דארף ער דאך עס קענען פארקויפן פאר ביליג און נאך מאכן עפעס דערויף אויך

זונטאג אוקטובר 02, 2011 11:12 am

מי יודע, איך לעב נישט פון די רעגירונג, און איך באקום נישט קיין טעקס ריטוירן, נאר איך באצאל, און איך האב א קאר!

א יונגערמאן מיט 4 קינדער וואס מאכט 6,000 דאללער א חודש, דארף קענען דורכשטופן "טייט", אבער ווי געזאגט זאלער טוהן זייטיגע זאכן וואס וועט אריינברענגען די דיפרענס צו קענען לעבן ברייטער.


-------

מי יודע, איך קעניש געבן קיין רעינדזש, איך ווייס נישט ווי אלט זיינע קינדער זענען, יונגעלעך אדער מיידלעך, צו זיי האבן עלערדזשיס, צו זיי נעמען ווייטאמינס, ס'דא מיליאון דיטעילס אין לעבן וואס יעדע מענטש איז אנדערש, מ'קעניש מאכן קיין כלל! ס'דא מענטשן וואס טוהן דאס פאר ביזנעס, זיי העלפן דיר מאכן א בודזשעט, איך קען דיר געבן א נאמבער פון איינעם וועם איך רעקאמענד כסדר. (שיק א אימעיל אז דו ווילסט.)

זונטאג אוקטובר 02, 2011 11:17 am

דיין לעצטע פראגע בנוגע עמעזאן/איבעי ביסטו זייער "גרין", פרעג דיך נאך ביי מענטשן וואס האבן עקספיריענס, מ'קען מאכן גרינגערהייט אפאר הונדערט דאללער א וואך פון קליינעקייטן, און ווען מ'איז עכט דערין (פארשטייצעך אז מ'דארף האבן מזל, ס'דא מענטשן וואס מאכן גארניש, אלעס איז באשערט, אבער מ'דארף טוהן השתדלות) קעמען מאכן טויזענטערס און מיליאונען!

זונטאג אוקטובר 02, 2011 11:19 am

איך פארשטיי וואס דו זאגסט, באט לעט פאט איט דיס וועי

קליידונג אליין, וויפיל דארף קאסטן קליידונג פאר קינדער צווישן 3 און 8 יאר, צוויי יונגלעך צוויי מיידלעך?

פלאס די עלטערן

מאך עס פער האלבע יאר, און איך וועל שוין צוטיילן פער חודש

זונטאג אוקטובר 02, 2011 11:26 am

איך מאך נישט גארניש! ווענצעך אין זיין ווייבס טעיסט, איי מין, נישטא קיין סטענדערט!

זונטאג אוקטובר 02, 2011 11:32 am

זיין רענט איז בערך 1600 דאלער - זייער ביליג ביי אונז אין די סיטי
הוצאות פון עסן בערך 1000 דאלער (א חודש) נארמאל
שכר לימוד 400 דאלער זייער ביליג
עלעקטעריק-טעלעפאן ביל בערך 350 דאלער עפעס שטימט נישט, טעלפאן קען מען היינט האבן מיט לאנג דיסטענס פאר 60 א חודש און לעקטער טאר נישט קאסטן מער ווי 120-150 א חודש און דאפעלט אום די 3 זומער חדשים, אויסער סענטראל ווייס איך נישט
סעלפאן 45 דאלער דארף ער טאקע אננלימיטעד?
אינשורענס (לייף-פייער) 175 (צוטיילט פער חודש) מען קען עס שניידן כאטש העלפט, פייער אינשורענס בערך 300 א יאר און טוירם אינש. נאכאמאל אזויפיל, ווער זאגט אז ער דארף האבן 10 מיליאן אינשורענס
הילף אין שטוב בערך 300 דאלער (פער חודש) גאנץ ביליג, מן הסתם האט ער נאך די 8 דאלאר א שעה'איגע

זונטאג אוקטובר 02, 2011 11:34 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך מאך נישט גארניש! ווענצעך אין זיין ווייבס טעיסט, איי מין, נישטא קיין סטענדערט!

וויכי ס'דערקענט זיך אז דו פאסט היינט...

זונטאג אוקטובר 02, 2011 11:37 am

יקוםפרקן האט געשריבן:זיין רענט איז בערך 1600 דאלער - זייער ביליג ביי אונז אין די סיטי
הוצאות פון עסן בערך 1000 דאלער (א חודש) נארמאל
שכר לימוד 400 דאלער זייער ביליג
עלעקטעריק-טעלעפאן ביל בערך 350 דאלער עפעס שטימט נישט, טעלפאן קען מען היינט האבן מיט לאנג דיסטענס פאר 60 א חודש און לעקטער טאר נישט קאסטן מער ווי 120-150 א חודש און דאפעלט אום די 3 זומער חדשים, אויסער סענטראל ווייס איך נישט
סעלפאן 45 דאלער דארף ער טאקע אננלימיטעד?
אינשורענס (לייף-פייער) 175 (צוטיילט פער חודש) מען קען עס שניידן כאטש העלפט, פייער אינשורענס בערך 300 א יאר און טוירם אינש. נאכאמאל אזויפיל, ווער זאגט אז ער דארף האבן 10 מיליאן אינשורענס
הילף אין שטוב בערך 300 דאלער (פער חודש) גאנץ ביליג, מן הסתם האט ער נאך די 8 דאלאר א שעה'איגע


עלעקטעריק מיינט געז און לעקטער, אזויפיל קומט עס עווריזש צוטיילט אין 12 חדשים, אין די סיטי איז דא ביליגערס?
סעלפאן אז ער וועט שניידן צען דאלער וועט ער נישט רייכער ווערן

למעשה האסטו אנייצע?

זונטאג אוקטובר 02, 2011 12:03 pm

יקוםפרקן, איך ווייס נישט וואו דו וואוינסט, אבער דו ביסט אףף! קודם 300 דללער פאר געהילפן אין שטוב איז טאקע נישט משיגע אסאך, אבער ווייניג??? אינשורענס 175 א חודש, דו טראכסט אפשר נישט, אבער ס'קען זיין אז 100 דאללער איז פאר זיין העלטה אינשורענס, 25 פאר פייער, און 50 פאר לייף. ווידער גאז לעקטער און טעלעפאון איז זייער נארמאל 300 א חודש, און 45 דאללער א חודש סעל פאון מיינט נישט אנלימעטעד... טשעק איבער דיינע נאמבערס...

מי יודע, ווי קומט אריין פאסטן? איך קעניש געבן קיין רעינדזש אויף א סעפציפישע זאך, יעדע מענטש איז אנדערש! ווען דו רעדסט פון א משל בדרך כלל, איז איין זאך, דו ווילסט אבער דא אויסרעכענען פאר א ספעציפישע מענטש, אין אזא פאל קעמעניש מאכן קיין משלים, ס'מוז שטומען אויף פען אין פעפער.

זונטאג אוקטובר 02, 2011 12:33 pm

מי יודע האט געשריבן:סעלפאן אז ער וועט שניידן צען דאלער וועט ער נישט רייכער ווערן

למעשה האסטו אנייצע?

דאס איז א פאלשער צוגאנג, דער ערשטער כלל אין אויסרעכענען א סדר החיים פאר א אינגערמאן וועלכער איז נישט קיין סוחר נאר א פועל, אז ער זאל אכטונג געבן אויף די קלייניקייטן איבערהויפט די וועלכע זענען חודש'לך

10 א חודש איז 120 יאר, גענוג:
- צו קויפן א כשר'ן לולב און אתרוג
- צו באצאלן זיץ געלט
- געבן טיפס פאר טיטשערס און רבי'ס
- ערב פסח מצות פאר זיך און פאר'ן אורח
- גיין חוה"מ האלטן פסח און סוכות מיט די 4 זיסע קינדערלעך.

בקיצור 10 דא און דארט און ער קען שוין געהעריג געבן מעשר און דאס וועט אריינברענגען די ברכה.

זונטאג אוקטובר 02, 2011 4:57 pm

יקוםפרקן: קענסט צולייגען , כפרות, צו צו קויפן א האלץ וכדמ' צו די סוכה
לייג שוין צו נאך א הינדערטער אדער צווי , וואס וואקסט נישט אויפן בוים

זונטאג אוקטובר 02, 2011 5:37 pm

למעשה, האט דער יונגערמאן איבערגעלעבט???
(פונם קעפל איז משמע אז מיט אזא אינקאם באלאנגט ער שוין אין בית הקברות....)
שרייב א תגובה

Advertisement