Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

א ריזיגע קאן עדיסאן ביל, ווער קאן העלפן?

דינסטאג ספטמבר 27, 2011 10:35 am

איך זיך איינער וואס קען מיר העלפען מיט א ריזיגע קאן עדיסאן בילל
איך האב א נייע קאנטע אין די בילל איז נישט נארמאן הויעך ווער קען מיר העלפן פייטען עם ביל?
ביטע מיר אימעילן
niesnow@gmail.com

ישר כח

Advertisement

דינסטאג ספטמבר 27, 2011 11:06 am

האסט שוין גערעדט צו זיי? מאך זיכער אז דיין מיטער איז נישט קאנעקטעד צו קיינעם פון די שכנים, אדער דערנעבענדיגע ביהמ"ד.

דינסטאג ספטמבר 27, 2011 12:47 pm

פרעג דיין שכן אויב זיינע בילס זענען אויך אזוי הויך, אויב נישט דארפסטו טראכטן פארוואס דיינס איז יא. קען זיין אסאך סיבות.
איז עס א נייע דירה, קען זיין די ארבעטער האבן גענוצט לעצטע מאנאט העווי עקוויפמענט
קען זיין דער דעוועלאפער האט נישט געצאלט די בילס איז עס געפאלן אויף דיין קאפ
קען זיין אנדערע זענען אנגעהוקט אויף דיין קאנטע, פארמאך דיין מעין ברעיקער און קוק אויב נאך עפעס לעשט זיך אויס.
קען זיין האסט סענטראל ע"ק וואס ציהט פול מער כידוע
קען אויך זיין אבער זייער זעלטן, אז די מיטער איז צעבראכן. קאן עדיסאן האט נישט די מצוה פון לא יהי' לך בכיסך וגו', ממילא גייט זיי נישט אן אז דיין מיטער איז פעלערהאפטיג.

דינסטאג ספטמבר 27, 2011 6:36 pm

שוועמל האט געשריבן:קען זיין האסט סענטראל ע"ק וואס ציהט פול מער כידוע
.


אוי וויי איך האב סענטראל ע"ק ווער קען מרחיב זיין בנוגע דעם וויפיל מער מעג איך רעכענען פאר סענטראל ע"ק ?
וויפיל KWH פאר א טאג מיט סענטראל ע"ק איז נארמאל?

דינסטאג ספטמבר 27, 2011 9:49 pm

מיט וויפיל מער איז דער בילל אויב כ'מעג פרעגן.

אלטע ביל פלעגט זיין = __.____,_
נייע ביל איז = __.____,_

מיטוואך ספטמבר 28, 2011 9:14 am

אלטע ביל איז געווען אין אן אנדערע דירה $300
נייע ביל - נייע דירה מיט סענטראל ע"ק $857

מיטוואך ספטמבר 28, 2011 9:25 am

אויב האב די ע"ק געארבעט שטענדיג נאן סטאפ (געבאכעט) קען עס זיין ריכטיג.
די עצה איז צו נוצן אלטמאדישע ווינדא יוניטס וואס זאל ארבעטן ביינאכט (די דיינינג רום ברויך דאך נישט זיין קאלט ווען יעדער שלאפט), אדער אין א איינצעלנע שטוב וואו מען פארברענגט אפט למשל קיך פלעי-רום וכו'.
און בכלל איז גוט אנשטעלן אויף א נארמאלן דעגרי למשל 71 צו סטאביליזירן די מצב.

הצלחה.

מיטוואך ספטמבר 28, 2011 10:57 am

NiesNow האט געשריבן:אלטע ביל איז געווען אין אן אנדערע דירה $300
נייע ביל - נייע דירה מיט סענטראל ע"ק $857

נו וויפיל גרעסער איז די אלטע פון די נייע?

מיטוואך ספטמבר 28, 2011 11:53 am

די נייע איז גרעסער
שרייב א תגובה

Advertisement