Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זוכן אן אתרוג - היכי דמי?

מאנטאג ספטמבר 26, 2011 5:59 pm

מ'האלט נאך טאקע פאר ראש השנה, אבער אט שטייט מען שוין ביים שוועל פון די סוכה. החכם עיניו בראשו, מ'דארף שוין אנהייבען צו זוכען א אתרוג.
איז אזוי, לאמיר אייך אראפ געבען מיין דורעכגאנג אינעם "אתרוג סירטש", שוין איטליכע יאר פון ווען איך האב חתונה געהאט בשעה טובה ומצולחת, ולא זכיתי אריינצוקומען אין בית המדרש מיט מיין אתרוג בגלוי. וואס הייסט ? יא אזוי ווי איר הערט, איך פראביר צו בהאלטן מיין אתרוג צווישן מיינע פינגער און טלית, ווארום מיין אתרוג זעט אנדערש אויס ווי א פיקעל ווי איידער אן אתרוג.
די סיבה איז מוראדיג פשוט, און דאס איז וואס ברענגט מיר צו עפנען דעם אשכול: איך ווייס נישט וויאזוי מען זוכט א אתרוג, וואס קוקט מען, וואס זעהט מען, און וואס וויל מען.
ביז דעם יאר פלעג איך קויפען מיין אתרוג ערב יום טוב, און זיך אוועק געשעמט די גאנצע יו"ט, דאס יאר האב איך חשק אריינצושפאצירן אין בית המדרש מיט א אתרוג א ריכטיגע הדר וואס יעדער זאל באוונדערן, מאכן הויכע נענועים אזש סזאל אפהילכען. דעריבער חברים יקרים, ווער עס קען ארויס עלפן איז מכובד.
מיט דאנק פון פאראויס מר. בוידעם.

Advertisement

מאנטאג ספטמבר 26, 2011 7:44 pm

איין עצה איז דא אראפלייגן א פעקל גרינע.......

מאנטאג ספטמבר 26, 2011 10:13 pm

דא קוקט מען שוין פעסט

דינסטאג ספטמבר 27, 2011 7:23 am

אין המצוה נקראת אלא למי שגומרה
מ'זאגט נאך פון שר שלום מבעלזא זיע אז א מצוה זאל הייסען אנ אייגענע מצוה מוז מען לערנען
נעוואדע לכתחילה פרק לולב הגזול גפ"ת רי"ף ר"ן רא"ש
טור בית יוסף שו"ע ט"ז מג"א און משנ"ב וואלט געווען לעילא ולעילא
אבער עס זענען פארהאן פיהל גוטע ספרים
למשל ארבעת המינים השלם א קלאסיק פון הרב ווייספיש
אדער ארבעת המינים מיט בילדער פון הרב שטערן
און אזוי ווייסט מען נישט נאר די פראבלעמען און די הידורים טעארעטיש
נאר דארך די בילדער קען מען זעהן וואס נען מיינט
אחוץ דעם טוהן רוב ארבעת המינים סוחרים מסכים זיין מ'זאל נעמען דער אתרוג צום רב צו באטראכטען
(אפשר אויף איבעי קען מען אויך שוין קויפען)
עכ"פ ברכה והצלחה בכל מעשי ידיכם

מאנטאג אוקטובר 03, 2011 12:43 pm

גיי זוך אפיר מיין ארטיקל טאג בוך פון ד' מינים סוחר, דארטן ווערט מבואר בארוכות וואזוי מ'קוקט א אתרוג,

יעצט לגופו של ענין, איך בין מיך נוהג אז א קרומע אתרוג הייבט איך ניטאמאל אויף, אויב איז ער פארפיקלט און קרום קוק איך אפי' נישט צו ער איז זויבער צו נישט,
א אתרוג איז א פרי עץ "הדר" אויב איז ער פארקרומט מעג ער זיין נקי מכל איז ער קיין הדר נישט, איך קוק אסאך מאל אויף יונגעלייט מיט פארקרומטע אתרוגים אבער ער גרויס זיך ס'איז נקי מכל, ס'איז בהחלט א טעות, אלע רבנים ומו"ץ קוקן די ערשטע זאך אויף א גידול, און הערשט דערנאך אויף זויבערקייט, ווייל אויף פלעקן קען מען דן זיין, וועלכעס ס'איז מהודר און וועלכס נישט, אבער א גידול? אדער איז ער שיין אדער נישט,

דעריבער איז מיין מהלך אז צום ערשט קוקט מען צו דער אתרוג איז שיין אויסערליך, און דערנאך גייט מען ווייטער,

מאנטאג אוקטובר 03, 2011 12:46 pm

די עיקר שוועריגקייט איז ביים לולב, דארט מוז מען שוין זיין א שטיקל 'שאץ מאץ' צו וויסן אויף וואס און וויאזוי צו קוקן.

דינסטאג אוקטובר 04, 2011 2:52 am

וואסידיפראבלעים?
מען קוקט ארויף פון די שדרה ביז די תיומת און מען קוקט צו די תיומת איז פארמאכט אדער נישט...
דאס איז דער עיקר
שפעטער קען מען נאך קוקען ווי גרין עס איז און ווי גראד עס איז....
שרייב א תגובה

Advertisement