Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

עמיצער האט א דירה פאר מיר??

זונטאג ספטמבר 25, 2011 10:54 pm

איך בין ב"ה היבש באלעבטיש, אוועקגעלייגט אביסל געלט, און זיך צו קויפן א "נארמאלע" דירה. נארמאל מיינט, "אלע" צימערן מיט פענסטערס, הרחבת הדעת, און נישט "הימל שרייענדע" פרייזן.

בין איך ארומגעגאנגען זוכן. פון א הויז ביז א קאנדא, געמיינט אז איך האב שוין עפעס.

איז דאך נישטא!!

רוף איך אן א נאנטער ידיד און איך פארציייל אים... זאגט ער מיר "אה, יעצט פארשטייסטו מיר שוין"....

נו אפשר טוט מען צו דער זאך.... און מ'גיי מיר ערגעץ??

זאל עס זיין סטעטן איילענד, לאנג איילענד, ניו דזשערזי פארן וואשינגטאן בריק וכדו'.

איך רעד נישט פון די ווואס מאכן ווייניג געלט און זוכן "זייער" ביליג, (אין א סארקאסטישן קאמענט, זיי האבן כאטש סעקשאן 8....) מען רעדט פון די וואס האבן געלט און קענען נעמען א מארטגעדזש פון 350-700 טויזענט דאללאר, אבער האלטן נישט ביים אויסגעבן זייער אפגעשפארטע געלט פאר קליינע דירות-קאנדאס פון פונקטליך-אויסגערעכענטע סקווער פוס... זיי ווילן באקומען עפעס פאר דעם געלט.

עס איז איבעריג אריינצוגיין אין דעטאלו, די הימל געשריי איז אין לשער

מופן אויף מאנסי? עס איז נישט אוועקצומאכן, אבער אין מאנסי איז אויך היבש טיייער און עס איז אביסל צו שטארק "אפסטעיט". איך רעד פון א פלאץ וואס איז 20-30 מינוט אוועק

קרית יואל איז מעגליך גוט פאר די וואס ווילן זיך צושטעלן צום סיסטעם

אפשר בעיסוואטער אדער סיגעיט? נו אדרבה עמיצער האט דעטאלן? איז דער עולם דא גרייט צו גיין? אפשר קלייב מיר צוזאם א פעטיציע און אז סאיז דא 500 אונטערגעשריבענע יונגעלייט גייט מען??

ווער עס האט א הצעה ביטע מעלדן, לאזט זיך הערן

Advertisement

מאנטאג ספטמבר 26, 2011 12:13 am

איך שטעלל מיך צו, ווען דו האסט עפעס קלינג מיר אן.
די חאזעריי וואס מען קריגט אין וומס"ב אדער ב"פ און אפילו פאר גוט געלט איז אין לתאר.
שרייב א תגובה

Advertisement