Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

געלט מעשה פון בעל שם טוב

שבת ספטמבר 24, 2011 9:45 pm

חברה איך דארף א טובה פון אייך:

איך זוך קריטיש וויכטיג א געלט מעשה פון דער הייליגע בעל שם טוב.

ווער קען מיר העלפן?

Advertisement

שבת ספטמבר 24, 2011 11:15 pm

דער הייליגער בעש"ט האט זיך אמאל ארויסגעלאזט אין וועג אינאיינעם מיט זיין תלמיד ותיק רבי וואלף קיצעס זי"ע.
אנגעקומען איז מען צו א ווייטער דארף וואו עס האט געוואוינט א ארימער דארפסמאן מיט אן איינצעלנע קוה וואס אים קוים געברענגט אויף חיונה. דער דארפסמאן זעענדיג ווער זיינע געהויבענע געסט זיינען האט ער זיך שטארק דערפרייט.
דער בעל שם איז גלייך צוגעטראטן צום ענין וואס האט אים אהערגעברענגט: "איך דארף וויכטיג האבן אכצן רובל פאר א חשובע מצוה" רופט דער בעש"ט אויס צו דארפסמאן.

דער דארפסמאן וואס האט אין זיין לעבן נאכנישט געהאלטן אזא סומע אין זיין הענט איז פארוואונדערט געווארן, אבער נאך א רגע האט ער זיך אריענטירט און פארשטאנען אז דער בעש"ט פארלאנגט קען מען זיך נישט ארויסדרייען, ער האט אלזא שנעל געטון צו דער זאך, פארקויפט די מאגערע קוה מיט אייניגע חפצים ביז ער האט געהאט דאס גאנצע געלט און געלאפן דאס ברענגען פארן רבי'ן.

רבי וואלף שטייט אין דער זייט נישט ווייניגער פארוואונדערט פארוואס דער רבי באלמוטשעט אזא ארימער איד, אבער קיינע קשיות פרעגט מען נישט.

בלויז געציילטע טעג דערנאך האט דער איד געברויכט צאלן זיין דירה געלט, אבער פון וואנעט נעמט מען אז ער האט דאס לעצטע אוועקגעגעבן פארן רבי'ן?
זיין בעה"ב ווייסט נישט פון קיין פשרות, נישטא קיין געלט נישטא קיין דירה און ער האט אים ארויסגעשליידערט אויפן גאס.

דער איד האט זיך איבערגעטראכט אז אין דעם דארף האט ער שוין נישט וואס צו זוכן מער, קיין קוה האט ער שוין נישט, און קוים חפצים איבערגעבליבן. האט ער זיך אויפגעהויבן און אנגעהויבן גיין צו אן אנדער געגענט וואו דער אייבערשטער וועט אים צופירן.
אנגעקומען איז ער אין א צווייטער דארף אבער דארט איז שוין געווען אביסל מער מענטשן און האט אויך פארמאגט א פריץ, א גוט פארוואלטער. דער איד האט זיך פארשאפט עטליכע רובל און געגאנגען צום פריץ און אפגעדינגען א קליין הויז אין דארף, אויך א נייער קוה האט ער געקויפט וואס דאס זאל אים ברענגען עטוואס פרנסה.

אין א קורצע צייט איז דער קוה פונעם הויף פונעם פריץ קראנק געווארן און מער קיין מילך נישט ארויסגעגעבן, איז דער באדינער געגאנגען זוכן פרישע מילך פאר זיין האר, ביז ער איז אנגעקומען צו דעם איד. דער פריץ האט פארזוכט פון דעם מילך און אויסגערופן מיט גרויס בעגייסטערונג: "אזא גוטן מילך! פשיהא.. איך האב נאך אין מיין לעבן אזא מילך נישט געטרונקען!".
דער פריץ פארלאנגט נאך א גלעזל און נאך איינס, און קען זיך נישט אפוואונדערן פון דעם פיינעם געשמאקן מילך. ער רופט אויס צו זיין באדינער, פעטריק! מהיום והלאה זאלסטו מיר נאר ברענגען פון די פיינע מילך, מאך א געשעפט מיט דעם בעה"ב פון די קוה אז נאך איך וועל נעמען פון אים מילך און פארשטייצעך אז איך וועל אים גוט באצאלן דערפאר".

דער באדינער האט אויסגעפירט דעם שליחות און פון דאן אן האט דער איד דערלאנגט מילך פאר זיין איינציגן קונד, דער פריץ.
אבער דער פריץ האט זיך מיט דעם נישט בארואיגט ער האט געהייסן אריבער רופן דעם בעה"ב פון די קוה און וויל אים פערזענליך באקענען. אזוי איז דער איד געווארן א מקורב ביי דעם פריץ און געוואונען א שטארקע צוטרוי אין אים. פארשידענע שליחות'ער האט ער אויסגעפירט פארן פריץ וועלכער איז געווען העכסט צעפרידן פון אים.

דער בונד צווישן דער איד און דעם פריץ איז בלויז געווארן שטערקער פון טאג צו טאג, אזוי ווייט אז דער פריץ וועלכער האט קיינע קינדער נישט פארמאגט האט איין שיינעם טאג איבערגעשריבן זיין גאנצע גוט מיט זיין פארמעגן צום איד"ס נאמען וואס וועט זיין פעליג נאכ'ן טויט פונעם פריץ.

***

דער בעש"ט האט צוגערופן רבי וואלף און געהייסן צוזאמקלייבן א גרויסע סכום פון דריי הונדערט רובל פאר א חשובע מצוה. רבי וואלף האט זיך אין וועג ארויסגעלאזט אן די מינדעסטע השגה פון וואו ער וועט שאפן אזא ריזן סכום אבער רבי וואלף וואס האט שוין אזויפיל בייגעוואוינט פרעגט נישט קיין קשיות און לאזט זיך ארויס אויף דער אומבאשטומטער נסיעה.

ויהי היום קומט ער אן אינעם דארף וואו דער איד האט געוואוינט. ווי שטענדיג קלאפט ער אן אין הויז פון רב פון דארף זיך צו אינטערעסירן ווער עס זענען די פארמעגליכע אידן דא. אזוי רעדדענדיג זעהט ער ווי דער רב איז עפעס אין א גוטער שטימונג היינט און רעכט זיך צו גיין מיט שיינע קליידער, פרעגט אים רבי וואלף וואס די שמחה איז, פארציילט אים דער רב אז דער אלטער פריץ איז געשטארבן אייניגע טעג צוריק און מיר גייען שטעלן א נייער פריץ וואס האט אלעס געירש'ענט פונעם פריערדיגן, און וויבאלד ער איז א איד זענען מיר אלע פריילעך דא אין דארף. דער רב בעט אויך פון ר' וואלף ער זאל מיטקומען און אפשר וועט ער קריגן פון אים א שיינער סכום וויבאלד ער איז א גרויסער עושר געווארן.

רבי וואלף האט איינגעשטימט און מיטגעגאנגען צו דער שיינע אויפנאמע לכבודו פונעם נייעם פריץ דער איד, דער איד האט זיך גוט איינגעקוקט אין רבי וואלץ צי ער זעט גוט, וואס זוכט דא רבי וואלף די תלמיד פונעם הייליגער רבי'ן טראכט ער צו זיך מיט פארוואנדערונג.

ער האט ארויפגערופן רבי וואלף און געפרעגט צי ער דערקענט אים, אבער רבי וואלף האט נישט געדענקט אזא איד א עושר ביז דער איד האט זיך אנטפלעקט און פארציילט אז ער האט אים געזען אינאיינעם מיט זיין רבי'ן יארן צוריק ווען ער האט אוועקגעגעבן דאס לעצטע ביסן צו שאפן די 18 רובל. רבי וואלף האט זיך דערמאנט אין די מעשה און גלייך פארשטאנען אז דאס איז זיכער אין זכות פון בעש"ט. פרעגט דער איד וואס האט אייך געברענגט אהער? דערציילט רבי וואלף אז דער רבי דער בעש"ט האט אים געשיקט צו שאפן א גרויסן סכום פון דריי הונדערט רובל, דער איד האט אפגעציילט גאנצע דריי הונדערט רובל און דערלאנגט פאר רבי וואלף וועלכער איז אהיימגעפרן בשמחה אז ער האט געקענט אויספירן די באפעל פון הייליגן רבי'ן.

אהיימקומענדיג האט דער בעש"ט גלייך אויסגערופן: "איך האב געזען אין הימל א גוט מזל פאר דעם איד בתנאי אז ער טוישט זיין וואוין ארט, האב איך קיין ברירה נישט געהאט נאר אים געמוזט פארשיקן פון דארט כדי ער זאל אנקומען צו זיין גליק".

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.

זונטאג ספטמבר 25, 2011 1:35 am

יישר כח

מקור?

זונטאג ספטמבר 25, 2011 8:04 am

א גרויסן יישר כח, זייער שיין און געשמאק אראפ געלייגט.

מאנטאג ספטמבר 26, 2011 12:25 am

זיס האט געשריבן:יישר כח

מקור?

דארפסט מעשיות אדער מקורות?

דאס איז די באקאנטע מעשה בשתי פרות מקובל בבית חב"ד.
שרייב א תגובה

Advertisement