עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
זונטאג ספטמבר 18, 2011 10:51 am
לעצטענס איז די "ולאחיו יאמר חזק" פארום געווארן ביזי איבער אינשורענס עידזשענטס, און שפעטער וועגן לייף אינשורענס...
איך האב א אינטערעסאנטע פראגע. איך בין נייגעריג צו וויסן ווער דא אויף "אייוועלט" האט דיסעבילעטי אינשורענס? און נישט סתם "שארט טוירם" דיסעבילעטי אדער "ווארקערס קאמפעסעישן" וואס יעדע ביזנעס שטעלט צו, נאר "לאנג טוירם" דיסעבילעטי אינשורענס וואס וועט באצאלן "וועידזשעס" אין פאל א מענטש קען נישט גיין צו די ארבייט צוליב א געזונטהייט פראבלעם.
און איך וויל גיין ווייטער, איינער דא האט בכלל א אהנונג וויזוי דאס ארבייט, וויפיל דאס קאסט, אדער עניטונג איבער "דיסעבילעטי אינשורענס"?
Advertisement
זונטאג ספטמבר 18, 2011 12:51 pm
וואס קאסט דאס?
זונטאג ספטמבר 18, 2011 4:21 pm
איך האב אמאל געהערט פון איינעם וואס זיין טאטע (א נגיד) האט געקויפט א פשוט'ע לייף אינשורענס פאליסי אויף זיין ביזנעס פאר $45.000 א יאר, און האט צוגעקויפט א פראוויזיע וואס זאל צאלן די פאליסי אויב ער ווערט דיסעיבעלט אדער ער פארלירט זיין זשאב, נאך א פאר יאר ווען די פאליסי איז שוין לאנג געווען אויסגעצאלט, איז ער געווארן דיסעיבלט, אבער וויבאלד טעקניקלי דארף מען נאך יעדע יאר אפיציעל איינצאלן געלט פאר די פאליסי, האט די אינשורענס קאמפעני יעדע יאר איינגעצאלט נאך 45 טויזענט דאלער, וואס דאס איז געגאנגען פאר אים אין טאש.
זונטאג ספטמבר 18, 2011 4:43 pm
לעצטענס איז געווארן א אויפוואכונג ביי אינשורענס אגענטן איינצומיירען דעם עולם מיט דיסעביליטי אינשורענס.
שוין געקריגן דריי צי פיר קאלס די לעצטע פאר וואכן.
די סיבה קען זיין ווייל לייף אינשורענס קויפט מען יעצט נישט, צו טייער פאר די עקאנאמי, און טייל קענען עס נישט צאלן אפילו, סא טרייט מען ביי דיסעביליטי און מ'יז מסביר ווי וויכטיג עס איז נאך פול וויכטיגער ווי לייף.
זונטאג ספטמבר 18, 2011 4:46 pm
פיבער מעסטער האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט פון איינעם וואס זיין טאטע (א נגיד) האט געקויפט א פשוט'ע לייף אינשורענס פאליסי אויף זיין ביזנעס פאר $45.000 א יאר, און האט צוגעקויפט א פראוויזיע וואס זאל צאלן די פאליסי אויב ער ווערט דיסעיבעלט אדער ער פארלירט זיין זשאב, נאך א פאר יאר ווען די פאליסי איז שוין לאנג געווען אויסגעצאלט, איז ער געווארן דיסעיבלט, אבער וויבאלד טעקניקלי דארף מען נאך יעדע יאר אפיציעל איינצאלן געלט פאר די פאליסי, האט די אינשורענס קאמפעני יעדע יאר איינגעצאלט נאך 45 טויזענט דאלער, וואס דאס איז געגאנגען פאר אים אין טאש.
דו רעדסט פון "וועיווער אוו פרימיום", דאס איז א צווייטע זאך, אויך זייער וויכטיג צו האבן אויף יעדע לייף פאלעסי.
זונטאג ספטמבר 18, 2011 4:48 pm
שוועמל האט געשריבן:לעצטענס איז געווארן א אויפוואכונג ביי אינשורענס אגענטן איינצומיירען דעם עולם מיט דיסעביליטי אינשורענס.
שוין געקריגן דריי צי פיר קאלס די לעצטע פאר וואכן.
די סיבה קען זיין ווייל לייף אינשורענס קויפט מען יעצט נישט, צו טייער פאר די עקאנאמי, און טייל קענען עס נישט צאלן אפילו, סא טרייט מען ביי דיסעביליטי און מ'יז מסביר ווי וויכטיג עס איז נאך פול וויכטיגער ווי לייף.
איך ווייס נישט ווער ס'האט דיך געקאלט לעצטענס פאר דיסעבילעטי, לייף אינשורענס גייט בעטטער דען עווער, טאקע ווייל די עקאנעמי איז אין דער ערד, דער עולם זוכט "גאראנטיס". און פארוואס הייסט דאס איינגעמיירעט?
זונטאג ספטמבר 18, 2011 4:56 pm
פאטאקי, ווי איידער צו ענטפערן וויפיל ס'קאסט, א זאך וואס איז נישט עכט שייך, ס'ווענצעך וויפיל און ווי לאנג, וכד', גיי איך דיר פרעגן א אנדערע פראגע...
לאמער זאגן אז איך האב א ביזנעס און איך זוך א מענעדזשער, און איך אפפער דיר צו קומען ארבייטן פאר הונדערט טויזענט דאללער א יאר, און איך גיב דיר צוויי אפשנס.
1) דו באקומסט גאנצע 100,000 דאללער א יאר, אבער נאר ווי לאנג דו קענסט אריינקומען צו די ארבייט, ס'טייטש דו ביסט פולקאם געזונט, אויב ח"ו דו ווערסט קראנק אדער אינדזשערד אין א עקסידענט אדער עני אנדערע העלט אישו וואס לאזט דיך נישט קומען ארבייטן געהעריג, באקומסטו נישט באצאלט.
2) ווילאנג דו ביסט געזונט און פריש, דו קענסט אריינקומען צו די ארבייט, באקומסטו 98,000 דאללער א יאר, אויב ח"ו דו ווערסט קראנק אדער אינדזשערד אין א עקסידענט אדער עני אנדערע העלט אישו וואס לאזט דיך נישט קומען ארבייטן געהעריג, באקומסטו באצאלט ווייטער 80 פראצענט פון דיין וועידזש, אפילו דו זיצט אינדערהיים.
וועלעכע אפפער וואלסטו אנגענומען?
זונטאג ספטמבר 18, 2011 5:45 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן:פיבער מעסטער האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט פון איינעם וואס זיין טאטע (א נגיד) האט געקויפט א פשוט'ע לייף אינשורענס פאליסי אויף זיין ביזנעס פאר $45.000 א יאר, און האט צוגעקויפט א פראוויזיע וואס זאל צאלן די פאליסי אויב ער ווערט דיסעיבעלט אדער ער פארלירט זיין זשאב, נאך א פאר יאר ווען די פאליסי איז שוין לאנג געווען אויסגעצאלט, איז ער געווארן דיסעיבלט, אבער וויבאלד טעקניקלי דארף מען נאך יעדע יאר אפיציעל איינצאלן געלט פאר די פאליסי, האט די אינשורענס קאמפעני יעדע יאר איינגעצאלט נאך 45 טויזענט דאלער, וואס דאס איז געגאנגען פאר אים אין טאש.
דו רעדסט פון "וועיווער אוו פרימיום", דאס איז א צווייטע זאך, אויך זייער וויכטיג צו האבן אויף יעדע לייף פאלעסי.
דו וועיווער גייט נישט אוטומאטיש?
זונטאג ספטמבר 18, 2011 6:11 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן:פאטאקי, ווי איידער צו ענטפערן וויפיל ס'קאסט, א זאך וואס איז נישט עכט שייך, ס'ווענצעך וויפיל און ווי לאנג, וכד', גיי איך דיר פרעגן א אנדערע פראגע...
לאמער זאגן אז איך האב א ביזנעס און איך זוך א מענעדזשער, און איך אפפער דיר צו קומען ארבייטן פאר הונדערט טויזענט דאללער א יאר, און איך גיב דיר צוויי אפשנס.
1) דו באקומסט גאנצע 100,000 דאללער א יאר, אבער נאר ווי לאנג דו קענסט אריינקומען צו די ארבייט, ס'טייטש דו ביסט פולקאם געזונט, אויב ח"ו דו ווערסט קראנק אדער אינדזשערד אין א עקסידענט אדער עני אנדערע העלט אישו וואס לאזט דיך נישט קומען ארבייטן געהעריג, באקומסטו נישט באצאלט.
2) ווילאנג דו ביסט געזונט און פריש, דו קענסט אריינקומען צו די ארבייט, באקומסטו 98,000 דאללער א יאר, אויב ח"ו דו ווערסט קראנק אדער אינדזשערד אין א עקסידענט אדער עני אנדערע העלט אישו וואס לאזט דיך נישט קומען ארבייטן געהעריג, באקומסטו באצאלט ווייטער 80 פראצענט פון דיין וועידזש, אפילו דו זיצט אינדערהיים.
וועלעכע אפפער וואלסטו אנגענומען?
2
זונטאג ספטמבר 18, 2011 7:32 pm
איך רעדן מיט דיין בעה"ב ער זאל פון היינט און ווייטער אראפציפן 2 פראצענט פון דיין פעיראלל, און איינגיין אויף דעם דיעל... ביסט גרייט?
אויב איז ער נישט גרייט, קענעך עס נאכאלץ ערלעדיגן, אבער דורך א טוירד פארטי, ס'טייטש, א צווייטער גייט אראפציפן די 2 פראצענט, און דיר גיבן די אכציג אויב דו קענסט נישט ארבייטן!
רעדי?
זונטאג ספטמבר 18, 2011 7:44 pm
ווען קען מען שרייבען קאנטראקט?...
כמיין ביסט אזוי זיכער אז איך וועל וןוערן עפראווט פאר 2 פארצענט?
דו ווייסט וויפיל איך וועג?
דו ווייסט וויפיל מיין וועידזש איז?
זונטאג ספטמבר 18, 2011 8:16 pm
כאדער נאר געוואלט מסביר זיין ווי סימפל ס'איז...
זונטאג ספטמבר 18, 2011 10:09 pm
איך האב נאך אלץ נישט קיין ענטפער
וואס קאסט דאס?
זונטאג ספטמבר 18, 2011 10:34 pm
ס'ווענצעך וויפיל געלט דו מאכסט... בערך 2 פראצענט פון דיין אינקאם, ווי געשריבן אין מיין פריערדיגע תגובה באריכות.