עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 11:39 am
סקומט שוין די ימים טובים סעזאן און מען קאכט און מען באקט
און ווי וועט אריינגיין כל הפשתן הזה, דארף מען קויפן א גרויסע פריזער
ווער קען מיר העלפן מיט דעם
אויף וואס דארף מען בעיקר קוקן?
ווי טרעפט מען די ביליגסטע פרייזן?
Advertisement
דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 11:48 am
האסט ווי עס צו לייגן? אין וועלכע צימער פלאנסט עס צו לייגן?
דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 11:52 am
ער פלאנט עס צו לייגן אונטערן דיינינג רום טיש... וואסא שאלה איז דאס?
דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 11:55 am
סקען זיין א שאלה למשל אויב פלאנט ער צו עס לייגן אין קאך, דארף ער א נארמאלע פריזער, און אויב לאמיר זאגן אין בעיסמענט, איז פראקטישער א נידריגע פריזער וואס מ'עפנט פון אויבן.
לעצט פאראכטן דורך
חלפתא אום דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 11:57 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 11:56 am
די שאלה איז אין די וומס"ב קליינע דירות האב איך מיר נישט געקענט ערלויבן צו קויפן מחמת חסרון מקום. אפשר האט ער אן עצה ווי מ'קען אזאנס פלאצירן. פארשטאנען הרב שנאפס?
דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 11:57 am
דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 11:57 am
איך גלייב אז אויב ער וויל קויפן האט ער פלאץ דערפאר,
אקעי איך האב נישט פארשטאנען וואס דו ווילסט
דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 12:22 pm
חלפתא האט געשריבן:סקען זיין א שאלה למשל אויב פלאנט ער צו עס לייגן אין קאך, דארף ער א נארמאלע פריזער, און אויב לאמיר זאגן אין בעיסמענט, איז פראקטישער א נידריגע פריזער וואס מ'עפנט פון אויבן.
וואס איז די פראקטישקייט דערפון?
דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 1:07 pm
אויב מען רעדט שוין, וואס איז וועגן א קלענערע סייז פריזער, דהיינו נישט אזוי גרויס ווי א פול-סייז פריזשידער, אויף וואס מען דארף טרעפן פלאץ, נאר א קלענערע, וואס זאל האבן אביסל איבריג פלאץ פאר די ימים טובים/שמחות סעזאנען?
דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 1:08 pm
מגיני ארץ האט געשריבן:די שאלה איז אין די וומס"ב קליינע דירות האב איך מיר נישט געקענט ערלויבן צו קויפן מחמת חסרון מקום. אפשר האט ער אן עצה ווי מ'קען אזאנס פלאצירן. פארשטאנען הרב שנאפס?
באנונז אין בעד-סטיי איז דא א פאמיליע פון שחורים וואס האלטן דאס שמיר-ניש-דיר-ניש אין די פראנט-יארד! די פריזער איז צוגעקייטלט צו די צוים, און עס פארמאגט א שלאס אויפן טיר, און א לאנגע ווייער וואס איז איינגעשטעקט אין שטוב (הגם דאס איז בעצם איבריג, ווייל די עלעקטריציטעט פון אלע ארומיגע הייזער ווערט סייווי געצויגן פונעם גרויסן לאמפ אויף בעדפארד עוועניו..)
דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 1:44 pm
פון מיין ערפארונג איז די מערסטע פראקטיש דאס צו קויפן ביי לאקאלען עפלייענסעס געשעפט. פרעג זיי אויב ס'יעצט דא עפעס א ריבעיט.
דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 1:56 pm
קרעמער האט געשריבן:מגיני ארץ האט געשריבן:די שאלה איז אין די וומס"ב קליינע דירות האב איך מיר נישט געקענט ערלויבן צו קויפן מחמת חסרון מקום. אפשר האט ער אן עצה ווי מ'קען אזאנס פלאצירן. פארשטאנען הרב שנאפס?
באנונז אין בעד-סטיי איז דא א פאמיליע פון שחורים וואס האלטן דאס שמיר-ניש-דיר-ניש אין די פראנט-יארד! די פריזער איז צוגעקייטלט צו די צוים, און עס פארמאגט א שלאס אויפן טיר, און א לאנגע ווייער וואס איז איינגעשטעקט אין שטוב (הגם דאס איז בעצם איבריג, ווייל די עלעקטריציטעט פון אלע ארומיגע הייזער ווערט סייווי געצויגן פונעם גרויסן לאמפ אויף בעדפארד עוועניו..)
איך בין נישט אזוי זיכער
מיר קוקט אויס דער פריזער דארט ווי דער ווערייזאן טראק אויף לי ראדני.... ווער ווייסט....
דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 4:32 pm
פינטעלע איר וואינט אין די סיטי אדער אין אפסטעיט ?
דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 5:03 pm
אפסטעיט
דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 6:27 pm
איך זיך אויך צו קויפן א פריעזר
אבער נאך פאר איך מאך אפ וועלכע צו קויפן
דארף איך טרעפן א סעלאשען וויאזוי עס אריינצוברענגן אין מיין פיצי'לע הויז
די שטוב/שאנק ווי עס דארף אריינגברענגן ווערן האט א טיר פין עטוואס ווייניגער פין 24 אינטשעס ברייט..... אין גליייך קעגן די טיר - נאך בערך 24 אינטשעס איז דא א אריינגעבויטע שאנק
א 14 קווביק פריזער איז לכה''פ 28X28 אין אז כ'נעם אראפ די טיר פארדין איך 2 אינטשעס אבער איך ס'מיר נישט קיין געווינס
די איינציגסטע אפשען וואס איך האב איז אז איך טראג עס ארויף צו אויבערשטען שכן, אין איך לאז עס אראפ מיט שטריק פין זיין פארטש/פייער עסקעיפ אריין אין מיין פארטש/פייער עסקעיפ אין פין דארט אריין אין מיין הויז
פאר דעם מיז איך נעמען א מאווינג קאמפעני וואס רעכנט מיר מער ווי די גאנצע פריזער
וואס טוט מען?
דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 6:31 pm
איך וואלט נישט רעקעמאנדירט א פריזער וואס מ'עפנט פון אויבן.
קודם ס'פלאץ וואס נעמט אויף, א געווענליכע פריזער איז בערך 3 פיס ברייט, און דאס איז 6-7 פיס די לענג, ס'איז טאקע נידריגער, אבער די לופט העכער דעם קען מען סיי ווי נישט נוצן.
נאכדעם האט עס נישט קיין נארמאלע שעלפס -א_ווי די שטייעדיגע פריזערס- וויזוי צו נארמאל פלאצירן וואס אימער איר ווילט אריינלייגן.
און מ'ברויך זיך אלץ אראפבייגן ביז צו דער ערד צו קענען אריינלייגן אדער ארויסנעמען סיי וואס.
און צוליב די לעצטע צוויי סיבות, איז די פריזער אייביג אויפגעווארפן און אנגעשטויסן מיט אלע ערליי עסן'ס וואס איר לייגט אריין דארט.
(גיי ווייס פארוואס מען מאכט אזא פריזער דריי פיס טיף, און מ'קען סיי ווי נישט לייגן זאכן איינס אויפן צווייטן.)
דער עיקר איז. וואס איר קויפט נאר, מאכט זיכער אז ס'האט א גרויסן באקס, ס'זאל אייך קענען צוניץ קומען!..
---
איבערגעטראכט האקט
דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 6:49 pm
נאך א זאך וואס מ'דארף אין באטראכט נעמען פארן קויפן א פריזער איז צו די ווילסט א פראסט פרי אדער מעניול דיפראסט
דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 6:53 pm
וואדקע האט געשריבן:נאך א זאך וואס מ'דארף אין באטראכט נעמען פארן קויפן א פריזער איז צו די ווילסט א פראסט פרי אדער מעניול דיפראסט
וואס מיינט דאס?
דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 7:23 pm
חיימ'קע, די 'טשעסט' פריזער האט זיך אירע מעלות פארוואס מען קויפט עס, צ.ב.ש. פאר חלות, יעצט פאר די סעזאן, איז דאס זייער גוט. ווי אויך פאר זופ אין קאנטעינארס. לאז עס פאר די באלעבוסטעס צו 'דעסיידן'.
'פראסט-פרי' איז די וואס קומט געווענליך אויף יעדן 'פרידזשידער', דהיינו עס ווערט נישט אנגעלייגט מיט אייז. 'מעניועל דיפראסט' זענען רוב איבעריגע 'פריזערס'.
מ'זאגט אז די 'פראסט-פרי' קען אריינגעבן א 'פריזער' טעם אין די עסן.
אזוי ווי פריער, לאזט עס פאר'ן "חלק שני" צו אפמאכן.
פרייטאג ספטמבר 16, 2011 6:04 am
טשעסט, האט נישט קיין שום מעלה, אינדערוויניג ווערט א באלאגן, מען קען נעגעץ נישט צוקומען, און די קענסט גארנישט לייגן דערויף, ווייל די מוזט עס קענען עפענען.
פראס פרי, איז א פראבלעם צו עפענען שבת און יום טוב.
איך האב נעכטען געארדערט
דעם בחור, אבער איך ווייס נישט לגבי די פ.ש.
פרייטאג ספטמבר 16, 2011 6:49 am
איטשע דו זאגסט עפעס, עס איז מיר קיינמאל נישט בייגעפאלען איבער די הלכה חלק פון פראסט פרי, דער פראבלעם שבת מיט פראסט פרי ווי איך פארשטיי איז אז די פען צינד זיך אן, איא? נו וואס איז טאקע די היתר?...
פרייטאג ספטמבר 16, 2011 1:31 pm
איטשע וויפל האסטו געצאלט ?
מאנטאג ספטמבר 19, 2011 7:28 am
וואדקע: יודישע ריטעילערס, קענען עס מסדר זיין.
דארפסמאן: 369 פונט.
מאנטאג ספטמבר 19, 2011 8:47 am
אויב דארפט איר דאס נאר פאר יו"ט צייט, איז דאך שוין דא די אלטע וויליאמסבורג-קליינע-דירות עצה צו דינגען ביי
rent a center
פיינע פרידזשידערס פריזערס פאר גאנץ ביליג בערך 30-40 טולער א חודש
זיי ברענגען און טראגן ושלום על ישראל
מאנטאג ספטמבר 19, 2011 9:52 am
נישט יעדער וואוינט אין וומס"ב