בלאט 1 פון 3
דעבאטע, פייער אינשורענס אדער לייף אינשורענס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 1:48 am
דורך וויכטיג מאכער
ב"ה איז בין נישט קיין גר... איינער זאגט מיר פאריגע וואך אז ווער ס'האט נישט קיין חתונה אין די יעצטיגע סעזאן איז ווארשיינליך א גר... איך האב א חתונה! יעי!
עניוועי, זיצענדיג דא איז געווארן א שמיעס צווישן עולם וואס ס'איז וויכטיגער לייף אינשורענס אדער פייער אינשורענס.
איך וויל הערן וואס דער עולם האלט דא, אבער איך וויל קלארשטעלן די פראגע.
מ'רעדט פון א יונגערמאן וואס האט א אייגענע ביזנעס, האט נארמאל פרנסה, ער קען זיך באמת ערלויבן ביידע, ער וואוינט אין א געדינגענע וויליאמסבורגע דירה, און ער האט 3 קינדער.
ער האלט אז קיין איינס איז נישט עכט וויכטיג.
וואס האלט דער עולם.
איך וועל שרייבן מיין מיינונג נאכדעם וואס ס'וועצעך קאכן דא.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 1:59 am
דורך שטארק זיך
דער באשעפער זאל העלפן ער זאל קיינמאל נישט געוואר ווערען ווי וויכטיג עס איז.
ער זאל זאפארט קויפן ביידע, נישט זיין קיין אויבער חכם!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 2:02 am
דורך מי חכם
שטארק זיך, דו האסט אויך א חתונה?
האמיר א גוטע נאכט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 7:04 am
דורך שטארק זיך
מי חכם האט געשריבן:שטארק זיך, דו האסט אויך א חתונה?
האמיר א גוטע נאכט.
לאו דוקא,
סתם א וואך נאכט... (לייען, שלאף-לאז...)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 8:16 am
דורך farshlufen
1) לערנען די הייליגע תורה אין שטוב.
2) פייער (רענטל) אינשורענס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 8:19 am
דורך צים פינטעל
אויב קויפט ער פייער אינשורענס
זאל ער נישט זיין אזוי סעלפיש און קויפן לייף אינשורענס אויך, ודו"ק כי נכון הוא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 8:42 am
דורך ברוך
ווען איך האב חתונה געהאט נישט מער געדאכט האט מיר מיין טאטע געזאגט אז ביידע איז זייער וויכטיג צו האבן פייער אינשורענס, אבער לייף אינשורענס איז פיל פיל וויכטיגער.
די סטאטיסטיק צו עס איז דא מער פייערס צו מער מענטשן ווערן נפטר יונגערהייט, ווייס איך נישט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 8:54 am
דורך aperlscript
דיין שאלה איז אז ער קען וועלן וועלכע ער דארף נישט ?? אז ער קויפט נישט קיין פייער אינשורענס קוקט אויס ווי ער פלאנט נישט צו האבן א פייער, צא ולמד וואס טוט זיך מיט די טאהש'ע יונגעלייט וואס האבן נישט קיין דאך איבערן קאפ
אין אויב ער קויפט נישט קיין לייף אינשורענס קוקט אויס ווי ער מיינט אז אייביג איז דא איינער וואס מאכט א קרן יתומים נאך סיי וועלכע טראגעדיע רח''ל ,
אויב ער האט אפאר עקסטרע דאלאר וואלט איך אים געראטן צו נעמען ביידע
ס'איז נישט ליב צו טראכטן פון די סארט זאכן אבער הכחם עיניו בראשו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 8:58 am
דורך מי יודע
אויב קען מען זיך ערלויבן ביידע זאל ער אוודאי נעמען ביידע, און מען זאל עס נישט דארפן נוצן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 8:59 am
דורך יהיה כן
לייף אינשורענס (אויב זאל מען אזוי אנעמען, דאס לאז איך פאר ווויכי) קאן זיין א אינוועסטמענט אויך, משא"כ פייער
און צו די אלע ווועלכע ענטפערן ביידע, פאר אזא תשובה דארף מען זיך נישט טענה'ן, נעוואדע אז מ'קען, די שאלה איז נאר וועלכעס האט א דין קדימה, ופשוט הוא
און אז מ'רעדט פון לייף און פייער, דארף מען נעמען אין חשבון פון וועלכן לייף מ'רעדט, האול אדער טורם
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 9:46 am
דורך געלעגער
די מציאות איז אז פייער אינשורענס האב איך אבער לייף נישט. פארוואס? אפאר סיבות, קודם פייער אינשורענס איז סך ביליגער און ס'גיט זיך ארויס גרינגער פון טאש. און בכלל פון לייף אינשורענס האב איך אזא סקער פון די אלע אגענטן וואס לויפן מיך נאך. די אלע וואס אנשטאט גיין ארבעטן נארמאל האבן זיי אפגעמכט אז זיי זענען מער די ווייסע קאלער ארבעטערס וואס ווייסן וויאזוי איבער צורעדן א מענטש אין באד אריין. נישט אז יעדער איז אזוי, אבער פון די פאר וואס יא ווארפן זיי אן א שרעק אויף אלע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 10:07 am
דורך צים פינטעל
יהי' כן האט ארויסגעברענגט א פוינט
אז לייף קען זיין א גיטע און קראנטע אינוועסטמענט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 10:38 am
דורך aperlscript
געלעגער האט געשריבן:די מציאות איז אז פייער אינשורענס האב איך אבער לייף נישט. פארוואס? אפאר סיבות, קודם פייער אינשורענס איז סך ביליגער און ס'גיט זיך ארויס גרינגער פון טאש. און בכלל פון לייף אינשורענס האב איך אזא סקער פון די אלע אגענטן וואס לויפן מיך נאך. די אלע וואס אנשטאט גיין ארבעטן נארמאל האבן זיי אפגעמכט אז זיי זענען מער די ווייסע קאלער ארבעטערס וואס ווייסן וויאזוי איבער צורעדן א מענטש אין באד אריין. נישט אז יעדער איז אזוי, אבער פון די פאר וואס יא ווארפן זיי אן א שרעק אויף אלע.
אמת עס ווארפט א שרעק (פונקט ווי דעבאטירן פון סאשעל סיקיוריטי מיט פערי אין ראמני...) פארוואס ווייל א פייער שפירט מען מער ריעליסטיש וואס "דער לעבעדיגער" קען פארדינען , משא''כ לייף אינשורענס איז לאחר מאה ועשרים שפירט מען נישט ווי עס מיינט דעם לעבעדיגן, אבער א מענטש דאף וויסן אז זיינע דורות זענען יא לעבעדיג אין מען דארף זיי לאזן א בסיס פארן טאג טעגליכן לעבן (איך בין ב''ה נישט א עיזדשענט

)
לגבי פארדינען פון א האל לייף פאליסי איז שוין אויב ער האט אביסל מער ווי אפאר עקסטרע דאלאר,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 10:51 am
דורך אונגארישער
צים פינטעל האט געשריבן:אויב קויפט ער פייער אינשורענס
זאל ער נישט זיין אזוי סעלפיש און קויפן לייף אינשורענס אויך, ודו"ק כי נכון הוא
זייער גיט געזאגט קורץ אין שארף די קאנצעפט פין האבן אישורענס
טאמער קען מען נאר איינס איז זיכער לייף קודם
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 11:21 am
דורך bailout
מיר ליגט עפעס אין קאפ בשם צדיקים אז א טערם לייף איז א חיוב.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 11:48 am
דורך צום זאך
וואס איז וויכטיגער לאזט זיך דעבאטירן, אבער די מציאות איז אז מער מענטשן האבן פייער אינשורענס ווי לייף, און די סיבות זענען ווי געוויסע האבן שוין געשריבן:
1) די פייער אינשורענס אגענטן לויפן נישט נאך און מאכן נישט משוגע דעם קאסטומער צו קויפן זייער פראדוקט.
2) מענטשן האבן נישט ליב צו טראכטן פונעם טויט.
יעצט לאמיר ווארטן צו הערן וויכי'ס מיינונג, כ'ווייס אז רוב עולם וואס קענען וויכי אלץ פייער אינשורענס בראוקער שטעלן זיך שוין פאר וואס זיין מיינונג איז, אבער ס'איז קלאר א טעות! נישט וויכי. וויכי איז א אויפריכטיגע מענטש ער גייט קלאר שרייבן וואס ער האלט פאר ריכטיג נישט קיין חילוק אין וועלכע ליין ער איז.
- - -
בעילאוט, ס'איז א אוהב ישראל פרשת נח.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 12:06 pm
דורך וויכטיג מאכער
זייער ווייניג אירע האבן דא אנטייל גענומען אין די "דעבאטע"... איינער זאגט קויפט ביידע, איינער זאגט נעם האלל לייף...
איך וויל הערן א מיינונג, און אויב מעגליך א הסבר, וועלעכע איז "וויכטיגער", נישט ביליגער, נישט גרינגער, און לאמער פארגעסן אז לייף אינשורענס אגענטן לויפן נאך און פייער אינשורענס נישט. איך רעד דא פון די עצם קאנצעפט, וועלעכע איז וויכטיגער? לייף אינשורענס (אפילו טוירם) אדער פייער אינשורענס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 12:27 pm
דורך צים פינטעל
אז מען נעמט אוועק אלע זייטיגע געפילען
איז קלאר א לייף איז וויכטיגער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 12:47 pm
דורך וויכטיג מאכער
צום פינטל, איך הער וואס דו זאגסט. אפשר מעג איך הערן א סיבה?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 12:49 pm
דורך וויכטיג מאכער
מיין מיינונג וואס איך האב געזאגט פאר יענעם יונגערמאן ביי די חתונה איז אזוי.
לאמעך אריינטראכטן ווי דו שטייסט יעצט, דו ביסט געזונט, און בדרך הטבע איז נישטא קיין סיבה אז ער זאל שטארבן מארגן, הגם מ'קען קיינמאל נישט וויסן, אבער אין דזשענעראל "פלאנט" ער נישט צו שטארבן.
א פייער איז די זעלבע זאך, דיין פלאן איז נישט צו האבן קיין פייער אי"ה, זיין טאטע האט נישט געהאט, און זיין זיידע האט נישט געהאט, סאו ער פלאנט נישט צו האבן קיין פייער.
קומט אויס אז טראכטן וועכע ער זאל קויפן ווייל ס'גייט ענדערש געשעהן, מאכט נישט עכט קיין סענס, ווייל ווי געשריבן איז נישט מעגליך עס אויסצופיגערן.
סאו לאמער דעמאלטס טראכטן וועכע ער זאל קויפן ווייל "אויב" ח"ו ס'געשעהט יא, וואס גייט דעמאלטס זיין.
אונזער יונגערמאן, ווי געשריבן האט א ביזנעס, ער איז "אקעי" פיינענשעלי, סאו לאמער קוקן וואס געשעהט אויב ער שטייט אויף איין צופרי, ער האט גארנישט! ער איז בעירם ובחוסר... די ערשטע זאך גייטער דינגען א דירה און ער לויפט איינקויפן די וויכטיגע קליידער, וועש, היט, שטריימל, שייטל, טלית. נאכדעם הייבט ער אן צו גיין ווייטער, ער זעהט צו ער קען צוריקגיין צו זיין דירה אדער ער דארף גיין זוכן א פרישע, אמאל איז זיין פוירניטשער גאנץ אמאל נישט.
בקיצור, ער האט "עמידיעט" עקספענסעס פון 5,000 דאללער, און נאכדעם דארף ער מאכן דעסידזשענס וועכע פוירניטשער צו קויפן, טייער צו ביליג, דזשולערי, עכטע צו פאלטשע, די אלע זאכן, אויב האטער די געלט זאלער קויפן טייער, האט ער נישט, זאל ער קויפן ביליג. אין ערגסטן פאל קענער טרעפן א גמח דא דארט וואס זאל בארגן 5-10 טויזענט דאללער ארויסצוהעלפן ביז ער זעהט זיך צוריק אין זיין דירה.
ס"ה:
1) "ער איז דא" צו טוהן די אלע זאכן, בארגן, דרייען, מאכן, טוהן...
2) די שאדן "וואס דארף ווערן ריפלעיסד" איז בלויז 20-50 טויזענט דאללער. (ווענצעך ווי שטארק ער דארף פוירניטשער, א שיינע שטריימל און דזשולערי)
יעצט לאמער א קוק טוהן וואס געשעהט אויב ח"ו ער גייט נעבעך פלוצלינג אוועק פון די וועלט. די אימידיעט קאסטן פון קבורה 3-5,000 דאללער איז געווענליך דא א קרוב ארויסצוהעלפן, אדער בארגן. אדער איז דא געסעיווטע געלטער וכד'.
יעצט הייבצעך אן טאג טעגליכע, וועכענטליכע און חודיש'ליכע עקספענסעס, זיין ווייב קען נישט ראננען זיין ביזנעס, (ווייל ווען יא וואלט זי עס געראנט ביז היינט, און ער וואלט געעפנט נאך איינס... ) זי האט נישט קיין שום עקספיריענס צו פיהרן א ביזנעס, זי האט 3 קינדער אין שטוב, מ'דארף ווייטער זיין א מאמע. (און אויך א טאטע.) גיין זוכן א דזשאב, איז קודם דארף זי טרעפן, און ווען זי טרעפט קען זי נאר פון ווען די קינדער זענען אין חדר ביז ווען זיי קומען אהיים, איך גלייב שווער אז מ'קען קאווערן עקספענסעס מיט דעם.
און די עקספענס איז נישט קיין איין מאליגע, די שכר לימוד גייט אנגיין פאר יארן, רענט, לעקטער געז... זיין לעבן קאסט עם ווייטער די 50-75 טויזענט דאללער פער יאר.
ס"ה:
1) ער איז "נישט" דא צו קענען העלפן דרייען מאכן טוהן מיט דעם פראבלעם.
2) די קאסטן וואס מ'מוז האבן אנצוגיין ווייטער איז 50,000 דאללער א יאר.
סאו לאמער מאכן א ס"ה פון ביידע צוזאמען.
סיי א פייער און סיי שטארבן זענען נישט אין פלאן, און ער איז נישט דערביי צו קויפן ווייל "ס'קען" געשעהן, ער האלט אז די טשענסעס זענען זייער קליין.
"אויב" ס'געשעהט?
ביי פייער אינשורענס אויב ס'געשעהט, איז די שאדן נישט אזוי גרויס, און ס'דא ווער ס'זאל קעיר נעמען פון די פראבלעם. ביי לייף אינשורענס איז די שאדן ריזיג און ס'נישטא ווער סאל קעיר נעמען.
וועכע איז וויכטיגער?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 12:57 pm
דורך קרעמער
עס איז גראדע דא א צד צו זאגען אז שטארבן שטארבט יעדער, סוף אדם למות, משא"כ א פייער איז אחד בעיר הלואי ווינציגער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 1:06 pm
דורך וויכטיג מאכער
קרעמער, דיין ארגיומענט איז א אלטע, די טענה אויף צוריק איז אז אמת, יעדער שטארבט, אבער ווען איינער שטארבט ביי די 90 אדער 80 דארפער נישט קיין אינשורענס, ווידער א פייער אויב מ?אטעס ביי די 70... שטייסט...
די ארגיומענט איז נישט אמת, וועגן אסאך סיבות...
אבער איך מוז קודם ארויסברענגען קלאר, ווען איינער האט א אייגענע הויז איז פייער אינשורענס אויך גאר וויכטיג, און ח"ו איינער זאל קענסלען זיין פייער אינשורענס פאלעסי ווייל וויכי האט געשריבן אז בלא בלא בלא...
די דעבאטע איז דא "וועלעכע איז וויכטיגער"...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 1:30 pm
דורך צים פינטעל
וויכי האסט גערעדט דברים של טעם
דאס האב איך געמיינט צו זאגן, איך האב עס נאר נישט געקענט ארויסברענגן מיטן שריפט.
אבער דיין תגובה איז געווען א גיטע פאטנאוט פאר מיין תגובה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 1:34 pm
דורך שטארק זיך
וויכי, לדעתי איז דער סיבה פארוואס טייל, ואני בתוך הגולם, האבן געענטפערט ביידע איז ווייל דו מאכסט זייער קלאר אז דער קען זיך עס עפארדן.
נ׳אז ער קען, איז יראי שמים יוצא ידי שניהם...
וועלעכס איז וויכטיגער?
ימכור חפיציו ויקנה טוירם לייף!
ולטעם הוויכיניו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 1:51 pm
דורך פאטאקי08
איך האב נאר געליינט דערווייל די ערשטע תגובה
מיין מיינונג
פייער אינשורענס איז ווי קויפן א וואשמאשין און דרייער פאר די הויז
לייף אינשורענס איז ווי קויפן א פיש טאנק פארן הויז
ביי דעי וועי איך האב א וואל לייף סיי פאר מיר און סיי פארן ווייב און איך האב עס געקויפט נישט מען האט מיר עס פארקויפט.