בלאט 3 פון 3

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 18, 2011 12:44 am
דורך געלעגער
דו ביזט אזוי גערעכט וויכי. איך האלט אויך אז לייף איז וויכטיגער איי וועסטו יעצט אויפשפרינגן הלמאי איך האב נאר פייער אינשורענס און לייף נישט. אויף דעם וועל איך דיר זאגן כמה תשובות בדבר. און נאכאמאל, איך פארשטיי אז דו ווילסט קודם הערן וואס מ'האלט צו פייער אינשורענס איז וויכטיגער אדער לייף. זאג איך דיר אז יעדער נארמאלע מענטש פארשטייט אז לייף איז וויכטיגער. פארוואס, טאקע ווי דו האסט מסביר געווען. אז אויב ביסטו א מענטש וואס טראכט און דו זוכסט דיך צו פארהיטן פון שוועריגקייטן דאן פארשטיי אליינס אז לייף איז דיר וויכטיגער. נאכאמאל, ס'איז דא מענטשען וואס טראכטן נישט אויף וואס קען געשען, ס'איז דא וואס קויפן נישט וועגן בטחון שאלות. אבער אויב ביסטו יא אזא סוג מענטש וואס קלערט פונעם עתיד און דו זוכסט וואס דו קענסט העלפן דעם עתיד דאן מאך דיר א לייף אינשורענס. אבער דא קומט די אבער. א מענטש האט א לימיט אויף וויפיל ער ער רעדט זיך איין אז ער קען און וועט העלפן די עתיד. דאס הייסט אזוי, יעצט ווי איך שטיי איז ב"ה מיין הויז גאנץ און איך בין געזונט אויך. יעצט זיך צו נעמען טראכטן אז עפעס גייט געשען און איך דארף טון דערצו איז אביסל שווער, אבער אפילו ווען איך טראכט שוין יא, וויפיל בין איך גרייט צו באצאלען אויף דעם? וויפיל וויל איך ספענדן אויף זאכן וואס איך וויל ניטאמאל הערן אז ס'זאל געשען. און דאס איז וואס געשעהט ביי רוב מענטשען. זיי זענען נישט גרייט אריין צוצאלן א הון תועפות ווייל ס'קען זיי עפעס גייט געשען. א פאר הונדערט דאללער האבן זיי נישט קיין פראבלעם אבער נישט מער ווי דאס.
און וועגן דעם האבן מער מענטשען פייער אינשורענס וואס קאסט א שיבוש אויף א יאר, ווערסעס לייף וואס קאסט סך מער.

יעצט, ווען די אינשורענס אגענטן זאלן ארום גיין און רעדן אביסל נארמאלער און זיך אראפזעצן מיט א מענטש נישט אים צו דערשרעקן מיט טויט און אויסמשל'ן וויאזוי זיין ווייב דרייט זיך מיט א צוריסענע פאנדזשעלוי אלס אלמנה. נאר אן אגענט זאל זיך אראפזעצן מיט די פאזיטיווע זייט און פרעגן א מענטש "ווילסטו חתונה מאכן דיינע קינדער רואיג? האסטו א פלאן וויאזוי דו גייסט עס טון? ווייסטו אז מיט דריי הונדערט דאללער א חודש (אונטער הונדערט דאללער א וואך) קענסטו האבן כך וכך און אפאר יאר וואס דאס זאל דיר קאללעקטן אויף שיין חתונה צו מאכן.." בלא בלא.. דאס הייסט אנשטאט די אגענט זאל רעדן פון שלעכטע זאכן וואס קען געשען און דאן גייט די מענטש אריין אין אזא דילעמא און רוב מאל וויל ער נישט טראכטן דערפון, (וויאזוי האט זיך יענער אויסגעדרוקט: לייף אינשורענס איז אזא אינטערעסאנטע זאך. איך צאל איין מיין גאנץ לעבן און יענער זאגט מיר צו זיך צו פאררעכענען מיט מיר נאך מיין שטארבן....) און אויב טרעפסטו אן א מענטש וואס שלעפט ארויס א משנה ברורה און צייגט דיר אז מ'טאר נישט קויפן קיין אינשורענס... גיי צו מיט א צווייטע שמחה'דיגע פאזיטיווע עפרואטש. "לאמיר רעדן פון דיין קינד'ס חתונה" אויב גייט מען מיט אזא מהלך קומט נישט די שאלה פונעם אשכול אהער.
ס'איז נישט וואס איז וויכטיגער. ס'איז צוויי אנדערע זאכן טאטאל!

קען זיין איך בין פארפארן פונעם ענין אבער איך מיין אז ס'באלאנגט אהער

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 18, 2011 10:43 am
דורך וויכטיג מאכער
געלעגער, איך עגרי אז "די עידזשענטס און בראוקערס" זענען שולדיג פארוואס רוב אירע טראכטן נישט די וועג וויזוי איך לייגעס אראפ. די גרעסטע פראבלעם איז אז די עידזשענטס טוהען נישט זייער דזשאב. די דזשאב פון א עידזשענט איז "דיך צו מאכן טראכטן פון זאכן וואס דו וואלסט נישט געטראכט אן זיי"... קיינער וויל נישט טראכטן וואס ס'געשעהט אויב ער ווערט חלילה "דיסעיבעלט", ווער גייט באצאלן די גארסערי בילל, קיינער וויל נישט טראכטן וואס ס'גייט זיין אויב ער גייט חלילה אוועק פון די וועלט יונג, קיינער וויל נישט טראכטן וויזוי ער גייט בע"ה חתונה מאכן זיינע קינדער געזונטערהייט און קיינער וויל נישט טראכטן וואס ס'גייט זיין אויב ער גייט בע"ה לעבן ביז די 120, ווער ס'גייטעם אויסהאלטן. דער עולם האט בעסערע זאכן צו טראכטן פון, ס'איז געשמאקער צו טראכטן ווי מ'גייט עסן דעם יו"ט, און וואו מ'גייט חול המועד האלטן, אדער אנדערע געשמאקע זאכן.

די עידזשענטס דארפן ווען מאכן די מענטשן טראכטן, "וויזוי גיי איך ריטייערן?" און יא! וויזוי גייט זיך דיין משפחה א עצס געבן "אויב" ח"ו דו ביסט נישט דא... אבער נישט פראבירן צו דערשרעקן "אז" דו גייסט שטארבן ווייל מיין עלטער פעטער האט א זוהן וואס איז געשטארבן יונג... מ'דארף פעיסען רעאלעטי אויף א שיינעם אופן.

סאו לאמער איין מינוט מאכן א ס"ה... יעדע נארמאלע מענטש וואס האט א דזשאב, ער מאכט געלט, ער איז געזונט וויל זיך זארגן פאר זיין משפחה אין אלע צייטן... צו אין פריידן (חתונה מאכן, ריייערמענט) צו ח"ו אין ליידן, (אויב ח"ו ער ווערט דיסעיבלט אדער גייט אוועק יונג) די פראבלעם איז מ'וויל נישט טראכטן פון די "קאמפלעצירטע" זאכן, און מ'בלייבט ביי די מיינונג אז ס'איז "קאמפליצירט", און ס'קאסט אסאך געלט, וכד'. א נארמאלע עידזשענט דארף קענען "אויסקלארן" די זאך, און לאזן דעם מענטש מאכן א קלארע דעסיזשן...

און איך זאג עס פאר יעדן איינעם, "יעדער איינער דא האט א ריטייערמענט פלאן, א דיסעבילעטי פלאן, א לייף אינשורענס פלאן, און א חתונה פלאן"... יא! יעדער איינער! איינער האט א פלאן, ער לייגט אוועק געלט, וכד', איינער האט א "דיפאלט" פלאן, מ'וועט שוין צאמשטעלן, די אייניקלעך וועלן שוין ארויסהעלפן, מ'וועט שוין...

און ווען דו ביסט גרייט, זאג מיר, איך גיי דיר ווייזן דא איין עקזעמפל וויזוי מ'קען "אויסקלארן" דעם "קאמפלעצירטן" דיסעבילעטי פראבלעם.

און מיט דעם ווערט אויך פארענטפערט די פראגע וואס שאלת_חכם האט געפרעגט, "וויזוי ווערט מען פטור פון א לייף אינשורענס עידזשענט?"... דו הערסט? דער יונגערמאן שרייבט אז ער האט נאכנישט קיין לייף אינשורענס, אבער ער וויל פטר'ן א עידזשענט, דאס איז נארמאל? די ענטפער איז יא! ליידער זענען דא הונדערטער עידזשענטס און בראוקערס וואס זיי הרג'נען אפ די מארקעט, און וועגן דעם דרייען זיך ארום הונדערטער יונגעלייט "אן-אינשורד" אדער "אנדער-אינשורד"...

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 18, 2011 10:12 pm
דורך געלעגער
נאכאמאל. איבער צורעדן א מענטש איז סאך גרינגער מיט רעדן פון פאזיטיווע זאכן א שטייגער וואו חתונה מאכן די קינדער אד"ג. ווי איידער רעדן פונעם טויט וואס קיינער וויל נישט הערן.
קוק אהער, נעם א מענטש וואס לייגט אוועק יעדע וואך אפאר דאללער אין סעווינגס, דאס אריין לייגן אין סעווינגס איז אן עבירה, מ'מאכט נישט גארנישט דעראויף זאל ער נעמען די זעלבע געלט און מאכן א פאליסי דערמיט מאכט ער פיל פאכיג מער. אבער פארוואס זאל אים בייפאלן אז די אגענט וואס לויפט אים נאך און וויל נאר רעדן צו אים וויאזוי זיין שטוב גייט אויסזעהן נאכדעם וואס מ'גייט אים באגיסן מיט זאמד, אט דער זעלבער אגענט קען אים בייהילפיג זיין מיט זיינע סעיווינגס..? די אגענטן ניצן א שלעכטע עפראוטש!
און נאך אזאך. ווען אן אגענט קומט צו מיר רעדן ווער איך מורא'דיג אומבאקוועם. קודם כל, פארוואס דארף מיינס א חבר וויסן דורך און דורך מיינע פינענציאנאלע זאכן, אבער דאס איז נאר א קלייניגקייט, די מערסטע וואס דרוקט מיר איז, ווער זאגט ער פארקויפט מיר דאס בעסטע וואס איז פאסיג? ער האט סך הכל א קורצע פאר יאר עקספיריענס. ווען מ'רעדט פון פייער אינשורענס וואס די סך הכל א יאר איז אפאר הונדערט דאללער גייט שוין מיט אפאר דאללער ארויף צו אראפ. אבער ווען מ'רעדט פון לייף וואס איז אפאר טויזענט דאללער א יאר קומט אייביג ארויף די שאלה, ווער זאגט ער פארקויפט מיר די בעסטע? בקיצור, די חילוק פון לייף און פייער איז פילפאכיג, אבער בעיקר איז די פרייז. און אין די פרייז ליגט צוויי זאכן, קודם ס'איז זיך גרינגער ארויס צוגעבן אפאר דאללער פאר אן אינעקספירענס אגענט. און בכלל, צו טראכטן פון די עתיד און פראבירן זיך צו ראטעווען דערפון על כל צרה שלא תבא, האט א פרייז וויפיל א מענטש איז גרייט צו צאלן. כנלענ"ד

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 18, 2011 10:33 pm
דורך וויכטיג מאכער
בקיצור, דו עגריסט מיט מיר אז לייף איז וויכטיגער, און איך עגרי מיט דיר אז די עידזשענטס מאכן אז מענטשן זאלן זיך צוריקהאלטן פון קויפן...

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 18, 2011 10:45 pm
דורך געלעגער
וויכטיג מאכער האט געשריבן:בקיצור, דו עגריסט מיט מיר אז לייף איז וויכטיגער, און איך עגרי מיט דיר אז די עידזשענטס מאכן אז מענטשן זאלן זיך צוריקהאלטן פון קויפן...


אה יע!

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 20, 2011 12:56 pm
דורך ים רויבער
איך וויל נישט אריין רעדן אין די דעבאטע וועלעכע אינשורענס ס'איז וויכטיגער פייער אדער לייף
אבער דאס איז יעדער מודה אז די אינשורענס דארף יעדער קויפן

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 10, 2011 7:31 am
דורך leiby
יעצט געליינט דעם גאנצן אשכול, שכוח פאר יעדעם פארן דעבאטירן,
וויכי כ'ווארט זאלסט נאך אויסקלארן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 29, 2015 7:34 pm
דורך מטעמים
אינטערסאנטער אשכול.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 29, 2015 10:12 pm
דורך וויכטיג מאכער
מטעמים האט געשריבן:אינטערסאנטער אשכול.



טאקע אינטערעסאנט! וואו האסטו דאס אפירגע'קראצט?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 29, 2015 10:28 pm
דורך אט אזוי
וואס סליגט אלץ באהלטן אין קעלער



שכח פארן ארויפברענגען

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 29, 2015 10:29 pm
דורך מטעמים
שוין אירעלעווענט פאר יעצט.
אבער אלס תירוץ צום קשיא וואלט איך צוריק געפרעגט צו דו קויפסט נאר עסן אדער נאר טרינקען? קויפסט ביידע.

די זעלבע דא, א מענטש מיז האבען טוירם לייף אינשורענס מיט פייער אינשורענס.
ווי סך אינשורענס מען זאל זיך איינהאנדלען, ווענד זיך ווי גרויס די משפחה איז און ווי אלט מען איז.