בלאט 2 פון 3
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 1:57 pm
דורך פאטאקי08
איך האלט פאר וויכיס לאנגע תגובה
וויכי
ספעלט נישט אויס צי שרייבען אזוי לאנג האסט פיין איבער גערעדט דעם עולם...
סאיז א טפשות צי זאגען אז לייף אינשורענס קומוט פאר פייער אינשורענס
ביסט מחויב על פי תורה און על פי כתובה צי שפייזן דיין פרוי און קינדער ווען דו לעבסט
וואנס דו לעבסט מער נישט ביזטו נישט מחוייב מער ווי 200 דאלער כתובה געלט
אוודאי איז עס א גוטע זאך אבער מחויב איז מען נישט נאכען שטארבען האט דאס געבן געלט פאר דיינע קינדער גארנישט מיט דיר איינגעלייגט נאר מיטן אבי היתומים
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 2:00 pm
דורך שטארק זיך
פאטאקי08 האט געשריבן:איך האב נאר געליינט דערווייל די ערשטע תגובה
מיין מיינונג
פייער אינשורענס איז ווי קויפן א וואשמאשין און דרייער פאר די הויז
לייף אינשורענס איז ווי קויפן א פיש טאנק פארן הויז
ביי דעי וועי איך האב א וואל לייף סיי פאר מיר און סיי פארן ווייב און איך האב עס געקויפט נישט מען האט מיר עס פארקויפט.
סאו, פיר אויס וועלעס איז וויכטיגער...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 2:01 pm
דורך צים פינטעל
פאטאקי כוועל איבסל פארעכטן דיין תגובה
פייער אינשורענס איז ווי א וואשמאשין און דרייער פאר די הויז
לייף אינשורענס איז ווי האבן א הויז פאר ס'ווייב אין קינדער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 2:02 pm
דורך פאטאקי08
צום פינטל
שטארק זיך
ליינסט מיין צווייטע תגובה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 2:09 pm
דורך שטארק זיך
איבער דיין צווייטע תגובה:
זייט וויסן, עס זענען דא צוויי טעמים אויף די כתובה:
א. שלא ימהר לגרשה
ב. להספיק לה במותה,
אויך איז נכלל אין די כתובה מזונותיה לאחר מיתתו ביז זי האט חתונה נאכאמאל.
אלזא, חיוב מזונות בחייה איז נתקן בלויז בתוך הכתובה (עיין רמב״ן עה״ק: שארה כסותה עונתה); פונקט אזוי איז לאחר מיתתו מתקנת הכתובה.
און ניין, א מענטש איז ביים שטארבן ״נפטר״ דהיינו: פטור מכל המצוות, דער חייב איז בחיים חיותו זיך צו זארגן אויף לאחר מיתה.
סאו, א מאן דארף זיך קלאר יא זארגן פאר די ב״ב לאחר מיתתו.
און אוודאי פאר די קינדער.
און אויב זארגט ער זיך נישט, איז זי א צדיקת פאר׳ן לעבן מיט אים, אדער אפשר א בהמה...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 2:10 pm
דורך וויכטיג מאכער
ס'איז א טיפשות צו זאגן א לייף אינשורענס איז פאר פייער אינשורענס?
אין מיינע אויגן איז א טיפשות צו זאגן אז ווען א מענטש שטארבט דארף ער זיך מער נישט זארגן פאר זיין ווייב און קינדער בלויז 200 דאללער...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 2:13 pm
דורך וויכטיג מאכער
אגב, פאטאקי, איך ליין אזוי ווי דו שרייבסט אז דו האסט האלל לייף אויף דיר און דיין ווייב. איך וואלט געקענט באשטיין, אויב דו ביסט מסכים דיך צו טשעלענדזשען דא אין פובליק.
טאמער ביסטו גרייט, שרייב מיר א פונקטליך וואס דו האסט אויף דיר און וואס דו האסט אויף דיין ווייב.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 2:15 pm
דורך פאטאקי08
[quote="וויכטיג מאכער"]ס'איז א טיפשות צו זאגן א לייף אינשורענס איז פאר פייער אינשורענס?
/quote]
יאפ
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 2:16 pm
דורך פאטאקי08
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אגב, פאטאקי, איך ליין אזוי ווי דו שרייבסט אז דו האסט האלל לייף אויף דיר און דיין ווייב. איך וואלט געקענט באשטיין, אויב דו ביסט מסכים דיך צו טשעלענדזשען דא אין פובליק.
טאמער ביסטו גרייט, שרייב מיר א פונקטליך וואס דו האסט אויף דיר און וואס דו האסט אויף דיין ווייב.
ביידע א האלבען גרינעם שטעקן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 2:30 pm
דורך וויכטיג מאכער
פאטאקי08 האט געשריבן:אוודאי איז עס א גוטע זאך אבער מחויב איז מען נישט נאכען שטארבען האט דאס געבן געלט פאר דיינע קינדער גארנישט מיט דיר איינגעלייגט נאר מיטן אבי היתומים
קודם ווארט איך צו הערן וואס דו זאגסט "נאכן" ליינען מיין לאנגע תגובה.
שנית, דו זאגסט אז ס'איז א טיפשות... קיינער דא האלט נישט ווי דיר, אפילו די וואס האלטן אז פייער אינשורענס איז וויכטיגער, קענען זיי פארשטיין אז מ'זאל עס אנקוקן פארקערט. איי ריספעקט יור אפיניען, איך וואלט געקענט באשטיין אז דו זאלסט עכ"פ אפווענדן מיין תגובה מיט עטוואס לאגיק.
און יעצט איבער די בטחון אישו אז דער אבי היתומים וועט קעיר נעמען...
ראשית גיי שוין ענדערש אלל דע וועי מיט בטחון, איך גלייב אז איך גיי נישט שטארבן... און דו קענסט די זעלבע זאגן אויף פייער אינשורענס... דער אייבערשטער וואס האט געמאכט די פייער וועט שוין קעיר נעמען.
ועוד, איך האב אמאל געהערט פון א גרויסן עידזשענט ווען איינער האט עם געזאגט אז ער האט בטחון אז דער אייבערשטער וועט צושטעלן פאר זיינע קינדער געלט נאך זיין פטירה...
דער עידזשענט זאגט עם "דו האסט בטחון? איך זעה עס בחוש ממש, דער אייבערשטער נעמט קעיר, ער האט מיך יעצט אהער געשיקט"...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 2:34 pm
דורך פאטאקי08
וויכי איך רעד פון די "חיוב" אישו וועלכע איז מען מחוייב פריער? פייער צי לייף
אדרבה איך וויל זען א בירור להלכה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 2:37 pm
דורך שטארק זיך
נאדיר די חיוב אישו
שטארק זיך האט געשריבן:איבער דיין צווייטע תגובה:
זייט וויסן, עס זענען דא צוויי טעמים אויף די כתובה:
א. שלא ימהר לגרשה
ב. להספיק לה במותה,
אויך איז נכלל אין די כתובה מזונותיה לאחר מיתתו ביז זי האט חתונה נאכאמאל.
אלזא, חיוב מזונות בחייה איז נתקן בלויז בתוך הכתובה (עיין רמב״ן עה״ק: שארה כסותה עונתה); פונקט אזוי איז לאחר מיתתו מתקנת הכתובה.
און ניין, א מענטש איז ביים שטארבן ״נפטר״ דהיינו: פטור מכל המצוות, דער חייב איז בחיים חיותו זיך צו זארגן אויף לאחר מיתה.
סאו, א מאן דארף זיך קלאר יא זארגן פאר די ב״ב לאחר מיתתו.
און אוודאי פאר די קינדער.
און אויב זארגט ער זיך נישט, איז זי א צדיקת פאר׳ן לעבן מיט אים, אדער אפשר א בהמה...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 2:37 pm
דורך פאטאקי08
איך האב שוין געליינט דיין לאנגע תגובה און סברענגט זייער גוט ארויס

ווי וויכטיג די
פרוי דארף קויפן אינשורענס פארן
מאן לייף פריער ווי פייער
איך רעד ווען דער
מאן זאל קויפן פאר זיך פייער אדער פאר
זיך לייף
שטארק זיך האקט
איך האב נישט קיין רמב"ם אויף די מינוט נאכציקוקן
די ערשטע מאל איך הער פון דעם
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 2:41 pm
דורך פאטאקי08
פאטאקי08 האט געשריבן:וויכטיג מאכער האט געשריבן:אגב, פאטאקי, איך ליין אזוי ווי דו שרייבסט אז דו האסט האלל לייף אויף דיר און דיין ווייב. איך וואלט געקענט באשטיין, אויב דו ביסט מסכים דיך צו טשעלענדזשען דא אין פובליק.
טאמער ביסטו גרייט, שרייב מיר א פונקטליך וואס דו האסט אויף דיר און וואס דו האסט אויף דיין ווייב.
ביידע א האלבען גרינעם שטעקן
גראדע פאר מיר האב איך נישט אזוי געוואלט קויפן אבער פאר מיין ווייב האט מיר איינער אויפגעקלערט נישט קיין אגענט גראדע נאר סתם א ביזנעס קאנסולטענט
אקעי זיי זענען וואל לייף ביידע טוירם וואלט איך זיכער נישט געקויפט פאר מיר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 2:43 pm
דורך וויכטיג מאכער
פאטאקי08 האט געשריבן:וויכטיג מאכער האט געשריבן:אגב, פאטאקי, איך ליין אזוי ווי דו שרייבסט אז דו האסט האלל לייף אויף דיר און דיין ווייב. איך וואלט געקענט באשטיין, אויב דו ביסט מסכים דיך צו טשעלענדזשען דא אין פובליק.
טאמער ביסטו גרייט, שרייב מיר א פונקטליך וואס דו האסט אויף דיר און וואס דו האסט אויף דיין ווייב.
ביידע א האלבען גרינעם שטעקן
איך זעה בעיסקלי אז דו ביסט גרייט צו גיין פובליק, סאו לאמעך גיין צושטייטעלעך.
דו האסט 500 טויזענט אויף דיר, און 500 טויזענט אויף דיין ווייב.
לויט ווי איך פארשטיי, האסטו גארניש מער, ווען יא וואלסטו ווען געשריבן. (אויב האסטו יא מער פארעכט מיך)
יעצט וויל איך דיך פרעגן, פארוואס האסטו געקויפט א פאלעסי אויף איר, און אויף דיר, וואס איז געווען דיין ציהל?
אויב פאר לייף אינשורענס איז
1) פארוואס 500 טויזענט, פארוואס נישט מער אדער ווייניגער?
2) אפילו אויב 500 טויזענט איז די ריכטיגע אמאונט, האלסטו אז דיין ווייב דארף האבן די זעלבע סאך ווי דיר?
ווידער אויב האסטו עס געטוהן פאר "סעיווינגס", איז
1) פארוואס צוטיילסטו עס אין 2, ווען דו קויפסט די גאנצע אויף דיין ווייב האסטו א בעסערע רעיט אוו ריטוירן, (א פרוי האט א בעסערע רעיט אוו ריטוירן ווי א מאן)
2) און אפילו דו ווילסט קויפן אויף דיר, ווייל דו ווילסט האבן אינשורענס אויך, קויף איין גאנצע מיליאון איז ביליגער און א בעסערע רעיט אוו ריטוירן ווי צוויי האלבע.
3) פאר א בעסערע רעיט אוו ריטוירן, קענסטו מאכן א 250 טויזענט דאללערדיגע פאלעסי, און לייג אריין עקסטערע געלט, די זעלבע וואס דו צאלסט היינט וועסטו זעהן מער געלט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 2:44 pm
דורך וויכטיג מאכער
פאטאקי, איך האב בכלל נישט גערעגט הלכה'דיג, נאר לאדזשיק, שנית, הלכה'דיג איז דען דא א חיוב אויף פייער אינשורענס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 3:00 pm
דורך פאטאקי08
וויכטיג מאכער האט געשריבן:פאטאקי, איך האב בכלל נישט גערעגט הלכה'דיג, נאר לאדזשיק, שנית, הלכה'דיג איז דען דא א חיוב אויף פייער אינשורענס?
איך רעד ביידע סיי לאדזשיק און סיי הלכהדיג
פארוואס זאלסטו יעצט ספענדן געלט ווען דו קענסט מחיה זיין דיין ווייב ווען דו לעבסט מיט א נייע קויטש מיט די געלט און אנשטאט ניצטו עס פאר ווען דו וועסט שוין זיין טויט..
וויכי איך האב דיר געשיקט א בריוול גיי קוק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 3:01 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך האב דיר געענטפערט...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 3:09 pm
דורך צים פינטעל
פאטאקי קוק איבער די עדס פון ניו יארק לייף
עס ברענגט ארויס די ענין, נישט הלכה'דיג
viewtopic.php?p=461144#p461144
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 3:13 pm
דורך הלשון
לייף איז וויכטיגער!
ביי א פייער חלילה, נישט מער געדאכט, בלייבט דער פרנסה ברענגער בעז"ה לעבן, און ער וועט אי"ה נישט לאזן זיינע קינדערלעך אויפן וואסער. ער וועט ארבעטן יומם ולילה צו דעקן כאטש די וויכטיגע טיילן פון זיין שאדן. גוטהארציגע אידן וועלן איהם אונטערשטיצן, איינער מיט קעש, איינער מיט חפצים. ער דרייט זיך ווייטער ארום אין בית המדרש, זיינע נאנטע ידידים זעהן איהם, און אז ס'פעלט אויס וועט מען העלפן.
סך הכל וויפיל איז שוין די שאדן? 50 טויזענט דאלער? 100 אלפים? מ'שאפט אין איילעניש א פרישע דירה. ער ארבעט ווייטער, און מיט אביסל שטיצע וחיזוק, קען מען עס בעז"ה שטייטלעך אדורכשטיפן. - וועט ער נישט באלד האבן אזא שיינע טשיינע קלאזעט, און בעדרום סעט... די גרעסטע שאדן האט נאך זיין לענדלארד...
מה שאין כן ביי א פרייצייטיגע פטירה רח"ל ה"י, אויף אלע גוים געזאגט: דער אינגערמאן איז מער נישט במציאות, צוביסלעך פארגעסן זיינע ידידים זיך אומצוקוקן אויף די פארבליבענע קינדערלעך, וועלכע בלייבן ליידער בלי לחם ומים.
אפילו ווען מ'מאכט שוין יא א "מעכטיגע" קרן יתומים אקציע. וויפיל קען מען כהיום הזה צוזאם קלייבן? איז עס דען גענוג צו דעקן די טאג טעגליכע הוצאות פאר א תקופה פון מערערע יארן. אין צוגאב קומט נאך צו די הוצאת החתונה ביי יעדע קינד באזונדער, וועלכע פאדערט א פרישע גרויסע געלט אקציע ביי יעדע קינדס חתונה. די בושות וחרפות פון די בני המשפחה זענען פיל מאל אומדערטרעגליך. זיי שפירן נישט אלעמאל, אז די גוטהארציגע ידידים געבן גענוג אכט אויף זייער כבוד. נאך אזא יוגענט, קען מען צומאל בלייבן א רחמנות לעולם ועד...
און יא, ס'קאסט טייערער ווי פייער אינשורענס (וועלכע איז אויך "גאר גאר" וויכטיג)... יא, ס'דא אגענטן וואס פעגערן דיר אן אויפהער... אבער וואס טוט מען נישט פאר די אייגענע קינדער... פאר א דאלער-צוויי א טאג קען מען זיך בעז"ה מסדר זיין אויף אן אופן אז על כל צרה שלא תבוא, זאל די עצם טראגעדיע זיין די איינציגע טרויער אין שטוב...
דאס איז אחוץ וואס מ'זאגט נאך בשם צדיקים אז ס'איז א סגולה אויף אריכת ימים...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 3:14 pm
דורך מי יודע
שטארק זיך האט געשריבן:וויכי, לדעתי איז דער סיבה פארוואס טייל, ואני בתוך הגולם, האבן געענטפערט ביידע איז ווייל דו מאכסט זייער קלאר אז דער קען זיך עס עפארדן.
נ׳אז ער קען, איז ירא שמים יוצא ידי שניהם...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 3:14 pm
דורך מי יודע
פאטאקי08 האט געשריבן:איך האב נאר געליינט דערווייל די ערשטע תגובה
מיין מיינונג
פייער אינשורענס איז ווי קויפן א וואשמאשין און דרייער פאר די הויז
לייף אינשורענס איז ווי קויפן א פיש טאנק פארן הויז
ביי דעי וועי איך האב א וואל לייף סיי פאר מיר און סיי פארן ווייב און איך האב עס געקויפט נישט מען האט מיר עס פארקויפט.
נו אוודאי דארף וואסער פי סי האבן א פיש טאנק....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 4:44 pm
דורך קרעמער
פאטאקי08 האט געשריבן:איך האב נאר געליינט דערווייל די ערשטע תגובה
מיין מיינונג
פייער אינשורענס איז ווי קויפן א וואשמאשין און דרייער פאר די הויז
לייף אינשורענס איז ווי קויפן א פיש טאנק פארן הויז
ביי דעי וועי איך האב א וואל לייף סיי פאר מיר און סיי פארן ווייב און איך האב עס געקויפט נישט מען האט מיר עס פארקויפט.
די הויז דארף טאקע נישט קיין לייף אינשורענס, אבער ביתו זו אשתו דארף יא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 4:45 pm
דורך שטארק זיך
ווי וואסער פאר א פיש טאנק, איז א בעסערע פארגלייך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 5:05 pm
דורך צים פינטעל
שטארק זיך האט געשריבן:ווי וואסער פאר א פיש טאנק, איז א בעסערע פארגלייך
שטארק שטארק