עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מאנטאג ספטמבר 12, 2011 8:33 pm
איינער קען אפשר זיין בייהילפיג מיט אינפארמאציע וויזוי משרייבצעך איין? ווי לאנג עס געדויערט צו באקומען א דירה? וואס זענען די עצות צו פארשנעלערן?
לויט ווי כער פון חברים נעמט עס יארן ביז מקען באקומען א דירה דארט
Advertisement
דינסטאג ספטמבר 13, 2011 9:27 am
איך האב א חבר וואס האט באקומען דארט א דירה לעצטנס אן קיין שום פראטעקציע, די סוד איז געווען זיין אינקאם. ער האט געמאכט א שיינעם געהאלט לויט זייער סטאנדארט, פארדעם האט זיך עס זיי געלוינט.
אדער געדענק אין ב.ג. איז נישטא קיין פסח און קיין סוכות.
דינסטאג ספטמבר 13, 2011 9:29 am
פאר $600 א חודש ווייניגער מיינעך עס לוינצעך
דינסטאג ספטמבר 13, 2011 9:37 am
איך האב מיר איינגעגעבן ביי זיי אז איך וויל א דירה. מ'דארף זיי אריינשיקען אן סעלף אדרעסירטער ענוועלאפ בעטענדיג אן אפליקאציע. מ'פילט אויס די אפליקאציע, איינער פון די גאר וויכטיגע זאכן איז זיכער צו מאכן אז מ'האט גענוג אינקאם, אדער סעקשאן 8 זיי זאלן זיין זיכער אז די קענסט באצאלן די רענט. מ'גייט ארויף אויף א וועטינג ליסט. מ'קען קאלן כסדר פרעגן ווי מ'האלט אויפן ליסט. עס איז דורך 3 יאר און מ'האט מיר געקאלט אז איך האב א דירה. איין זאך נאר, זיי געבן נאר 2 בעדרום פאר נייע אפליקאציעס. איינמאל מ'איז אין א דירה קען מען גלייך אפלייען פאר א גרעסערע.
דינסטאג ספטמבר 13, 2011 9:39 am
יישר כח, וויפיל בערך איז א צוויי בעדרום?
דינסטאג ספטמבר 13, 2011 9:40 am
$1400 בערך. די מעלות איז אז נישטא קיין געז אין עלקטריק בילס
דינסטאג ספטמבר 13, 2011 9:45 am
כאב געמיינט $1100
דינסטאג ספטמבר 13, 2011 9:52 am
דאס איז פאר 1 בעדרום
דינסטאג ספטמבר 13, 2011 8:12 pm
nebech this is what you guys are paying already cheap in willi ?
דינסטאג ספטמבר 13, 2011 9:05 pm
משנה, אסאך מער הייסט נאך ביליג.
מיטוואך ספטמבר 14, 2011 7:12 am
וואס הייסט נישטא קיין פסח, מילא סוכות, אבער וואס איז פסח.
מיטוואך ספטמבר 14, 2011 7:17 am
ער מיינט אודאי, א פסח קאך.
דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 2:50 pm
farshlufen האט געשריבן:ער מיינט אודאי, א פסח קאך.
און א "חמץ קאך" אויך קוים...
דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 6:41 pm
ווער האט יא ? אפילו מען האט א דירה וואס מען צאלט 2500 האבען רוב אויך נישט קיין פסח קאך
משנה מקום האט געשריבן:nebech this is what you guys are paying already cheap in willi ?
פאר בעדפארד ראס איז עס זייער ביליג, און אזוי ווי מען האט שוין געשריבען אן קיין געז און לעקטעריק, מען האלט עס זייער קליען