עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 6:01 pm
איך זוך א גוטע עצה וויזוי צו פטרן אן אינשורענס אגענט וואס לויפט מעך נאך שוין יאאאאאאאאארן
Advertisement
דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 6:35 pm
וואס הייסט ער לויפט דיך שוין נאך יארן, ער קאלט דיך יעדע וואך? אדער ער קאלט און זאגסט עם קאלל מיך צוריק אין 6 חדשים און ער קאלט צוריק?
אגב, וואס ווילסטו באמת? ווילסט באמת נישט קויפן? אדער האסט שוין אינשורענס? און וואס וויל דער עידזשענט?
דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 6:39 pm
ער וויל פשוט קויפן ביי א צווייטן, וויכי, עני איידיעס
דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 7:24 pm
איך ווייס נישט די סיטועישן, אויב אבער איז די מציאות אז די ווילסט נישט רעדן מיט עם ווייל דו ווילסט קויפן ביי א צווייטן, וואלט איך געזאגט אזוי: "היות איך האב א ברודער/שוואגער/חבר אין די ליין, האב איך אפגעמאכט אז איך גיי קויפן ביי עם, און איך וויל נישט הערן קיין אנדערע איידיעס וואס צו קויפן, ווייל איך וויל נישט ווערן צומישט, איך וויל האבן קאנפידענטס אז דאס וואס איך טוה איז גוט, און נאך א מיינונג וועט מיך צומישן".
אויב איז ער א נארמאלע מענטש, וועט ער פארשטיין, און אויב נישט, זאג עם אז דן גייסט אראפהאקן די פאון, און האק אראפ!
האועווער, איך קען נישט דעם עידזשענט, אויב איז ער א נארמאלע באזעצענע עידזשענט, זעה איך נישט וואס די פראבלעם איז אים צו זאגן, "איך קלער פון קויפן ביי א צווייטן, סאו איך לאז דיך ארויפקומען, אויב גייסטו נישט זיין אין מיינע אויגן בעסער ווי יענעם עידזשענט, גיי איך קויפן ביי יענעם". ס'טייטש זאג עם קלאר ווי ער גייסט אריין, און איך גלייב אז דו וועסט הערן די בעסטע איידיעס ווען צוויי גוטע עידזשענטס זענען אין קאמפעטישן.
דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 8:07 pm
וויכי
די מעשה איז אז ער האלט נישט ביים קויפן בכלל
דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 8:22 pm
פאטאקי האטעס ארויס אבער נישט אינגאנצן,
איך וויל קויפן אבער כאניש קיין געלט....
דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 8:36 pm
די זאך מיט דעם אגענט איז אז ער האלצעך פאר זייער א גוטע חבר מיט מיר, און ער רופט בערך צוויי דריי מאל א וואך, יעדעס מאל זאג איך אים כאניש קיין צייט, א נארמאלער מענטש דארף פארשטיין אליינס דעם רמז אבער ער כאפט נישט אדער מאכט ער זיך נאר ווי ער כאפט נישט, ווי אויך רופט ער יעדעס מאל פון אנאנדערע פאון נאמבער, ער בארגט טעלעפאנס פון מענטשן מיך צו רופן, איך דארף באמת קויפן אינשורענס אבער יעצט האבעך נישט קיין געלט דערפאר, און דער חכם לאזט נישט נאך,
חוץ מזה האבעך א קרוב מיינער מיט וועם כבין שוין געזיצן און אויסגעהערט צוויי שעה, אבער ער איז אביסל נארמאלער ער רופט נאר איינמאל א חודש, מיר ציט מער צו גיין צו אים, אבער דער ערשטער אינגערמאן (האלט קאפ ווער סיז דער ערשטער און ווער דער צווייטער) וועצעך שרעקליך באליידיגן און איך מיט מיין פוטערדיגע הארץ קאן דאס נישט טאן,
למעשה דארפעך אנייצע פטור צו ווערן פונעם ערשטן אז ער זאל פארגעסן מיין טעלעפאן נאמבער, ווי אויך דארפעך אנייצע וויזוי צו מאכן מער געלט....
דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 9:03 pm
זאל ער זאגן קלאר פארן פאר יענעם, מיין טייערער חבר, איך האלט נישט ביים קויפן קיין אינשורענס, און איך בין נישט אין די גיסטע פון אויסהערן אינשורענס אגענטן, פליז הער מיך אויף צו קאלן! און דא ווידער, פארשטייט ער, איז גוט, אויב נישט זאג עם איך גיי יעצט אראפהאקן, און האק אראפ.
די פוינט איז, אויב די אינשורענס אגענט איז א נארמאלע מענטש, רעד נארמאל צו עם, סתם משיגע מאכן קאלמעך נעקסטע וואך וכד' וועט מאכן דיך מיט עם מיזרעבל, אויב איז ער א משיגענער נוץ די משיגענע שפראך...
איך בין נאר נייגעריג פארוואס א יונגערמאן זאל נישט וועלן קויפן, ווייל ער האט שוין אדער ער האלט אז מ'דארף ניש האבן?
דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 9:11 pm
שאלת חכם, איך האב געשריבן מיין פריערדיגע תגובה פאר דו האסט געשריבן דיין פריערדיגע תגובה, אבער יעצט הערשט געשיקט. איך האב נישט געזעהן דיין תגובה ביז נאכן שיקן.
ליינענדיג דיין תגובה מוזעך דיר זאגן ס'איז נישט שיין וואס דו האסט געטוהן... דו האסט א חבר וואס איז אין ביזנעס, פארוואס מאכסטו עם שווערער? זאג עם די ערשטע מינוט לאז מיך אפ! איך בין דיר א גוטע חבר, אבער מיין קרוב איז שוין דא געווען, און איך גיי נישט קויפן, סאו פליז פאר דיין און מיין טובה סטאפ עס דא!
און דו קענסט אים נאך יעצט זאגן, מיין טייערע חבר, לאמער זיין קלאר, איים סארי איך האב דיך ארומגעשלעפט, כאב נישט געהאט די גאטס דיר צו זאגן, אבער איך האב אריינגעטראכט אז ס'איז געזונטער פאר דיר און פאר מיר צו רעדן אפן... איך פלאן נישט יעצט צו קויפן, און ווען איך גיי קויפן מוז איך גיין צו מיין קאזין, סאו פליז סטאפ מיך צו קאלן יעצט וועגן אינשורענס. סארי...
דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 9:46 pm
יא יא, שרייבן איז גרינגער ווי זאגן
העלמער פרובירן און זען וואס סעצעך אויסלאזן
דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 10:07 pm
פרייטאג ספטמבר 09, 2011 2:44 am
יא יא איך בין אן אינשארענס עידזשענט, און לאמיר אביסל איבער דרייען די שמועס.
רוב אינשארענס עידזשענטס זענען נארמאלע מענטשן, ליידער זענען דא אסאך אינשארענס עידזשענטס וואס זענען ליגנערס פעיגערס און מיינען נאר זיך.
איך בין ב"ה זייער מצליח, אן זאגן ליגנט און אן פעיגערן.
לאמיר אביסל מסביר זיין אן אינשארענס עידזשענטס.
1) ווען א אינשארענס עידזשענטס קאלט איינעם און יענער ענפערט אים, קאל מיר צוריק, אדער יעצט איז נישט א גוטע צייט, וואס דארף די עידזשענט טוען?
קיינמאל נישט צוריק רופן?
צוריק רופן און 2 אדער 3 חודשים?
די פאקט איז אז עס איז כמעט נישט דא אזא זאך אז א מענטש זאל געבן אן אפוינטמענט נאך די ערשטע מאל רופן, א מענטש איז א מענטש, דא איז מען ביזי מיטן ארבעט דא מיט די קינדער, אדער מיט עפעס אנדערשט. די עידזשענט רופט איינמאל צוויי מאל ביז מען טרעפט א צייט וואס איז גוט פאר ביידעם. א עידזשענט איז נישט א נביא וואס דארף וויסן ווען "נישט יעצט" מיינט "נישט יעצט" אדער מיינט "איך בין נישט איטערסירט צו קויפן לייף אינשארענס".
גרינגער צו מאכן פאר ביידע איז צו זאגן פארן עידזשענט ברחל בתך הקטנה "איך בין נישט איטערסירט צו קויפן לייף אינשארענס".
2) ווען א אינשארענס עידזשענטס קאלט איינעם און יענער ענפערט אים, איך האב נישט קיין געלט, וואס דארף די עידזשענט טוען?
אנווינטשן מיט פרנסה און אראפהאקן די טלפון?
טרייען צו מאכן אן אפוינטמענט?
די פאקט איז אז עס איז אז רוב מענטשן מיינען אז אינשארענס איז א זאך וואס קאסט אפ ממון ודמים, פאר איינער וואס איז פארמעגליך איז טאקע דא אינשארענס פאר אפאר טויזענט א יאר, האט איר אבער געוויסט אז א אינגערמאן פון 20 אדער 30 יאר קען באקומען א 1,000,000.00 דולר לייף אינשארענס פאר 30.00 דולר א חודש? (א דולר א טאג)
3) ווען א אינשארענס עידזשענטס קאלט איינעם און יענער ענפערט אים, איך האב שוין אינשארענס, דארף די עידזשענט טוען?
אראפהאקן די טלפון?
טרייען צו מאכן אן אפוינטמענט?
די פאקט איז אז רוב מאל קען מען געבן בעסער און ביליגער פון וואס מען האט שוין, איך האב שוין געסעפט א סאך געלט פאר קלייענטס, מיטן פארקויפן בעסער און ביליגער.
אויך האט מען אסאך מאל נישט גענוג אינשארענס, און מען דארף צו קויפן נאך.
איך קען שרייבן זייער אסאך איבער די נושא, אבער איך בין ליידער נישט א גוטע שרייבער און איך מיין אז איר האט ארויס מיין פוינט, יא?
פרייטאג ספטמבר 09, 2011 5:44 am
דערציילער האט געשריבן:איך מיין אז איר האט ארויס מיין פוינט, יא?
יא, אבער, כאן אמרו חכמים: ואם כן אין לדבר סוף ...
פרייטאג ספטמבר 09, 2011 5:52 am
שיק אים צו מיר! איך זוך שוין לאנג אז עמיצער זאל מיר נאכלויפן..
און לפי האמת. איך האב שוין געהאנדלט אין די פארגאנגענהייט מיט אזא קעיס, פון עמיצער וואס האט אראפגעדרייט איינעם'ס קאפ אויפ'ן סעלפאון . אים פעיגערנדיג אויף א געוויסע פארשלאג, וואס וועט אים פארשטייט זיך אפקאסטן א הון רב..אבער אלעס פאר די גרעיטער גוד...
אלענפאלס, דארט האט מען איבערגעגעבן דעם סעלפאון פאר א חבר זיינעם , מיט אביסל א שטערקערן כאראקטער, און יענער האט אים שוין צוגעוויזן דעם וועג ארויס. ער האט אים געשיקט אין די הרי אררט...
אלזא, וואלט מעגליך געווען אז דא ביינונז זאל מען אויך אזוי טוהן....דאס איז נאר בדרך אפשר...
פרייטאג ספטמבר 09, 2011 9:51 am
פעדער ווילסט קומען יעצט אויף א 3 ליין מיט אים? כמיין ער האט יעצט גערופן (כאניש אויפגעהויבן...)
פרייטאג ספטמבר 09, 2011 10:08 am
שאלת חכם איך האלט אזוי ווי וויכי די ערגעסטע זאך פאר אזא מענטש איז ארום שלעפן אפילו די האסט שוין ארום געשלעפט איך קום שוין מער פון 5 אזעלכע מענטשן, די ערשטע צוויי האב איך געהאט די זעלבע גיהנים פון דיר מיט די זעלבע סיבה נאכן זיצן א קרוב אויך דערצו, און צום לעצט נאכן דורכגיין די גאנצן ענין איז געבליבן איין זאך, די בעסטע זאך פאר דיר און פאר יענעם איז נישט אין נאכאמאל נישט ארום שלעפן ס'מאכט נאר שווערער פאר דיר אין פאר אים מיין נישט אז די מאכסט אים פילן גוט אז די זאגסט אים איינמאל איך בין נישט אינטרעסירט אויף דעם ווייל "איך האב נישט קיין געלט" לאט ער דיר לויפן איך האב גראדע גענטפערט אז איך האב א ברידער וואס טוט די זעלבע במילא מיז איך גין צו יענעם "יענער האט זיך מחיה געווען נאכן אים ארום שלעפן א חודש ווייל אין שמחה כהתרות הספיקות
פרייטאג ספטמבר 09, 2011 11:26 am
דערציילער, דו זאגסט אפאר גוטע פוינטס, הגם דו זאגסט ליגענט ווען דו זאגסט אז דו ביסט נישט קיין שרייבער... אבער אונז וועמערעס אנהענגן אין עניוות...
אז דו ביסט שוין יא דא, די סיבה פון "ביליגער און בעסער" פאר איינעם וואס האט גענוג אינשורענס איז נישט גענוג גוט דיך צו געבן אן אפוינטמענט אין רוב פעלער, א פאלעסי וואס איז שוין 5 יאר אלט און דו האסט בעסער לוינט זיך אין רוב פעלער נישט צו טוישן. (חוץ אויב דו רעדסט פון טוירם אינשורענס)
ווידער די חלק פון ווייניג אינשורענס, אוי ביסטו גערעכט! רוב אירע וואס ליינען דא אדער וועם דו קענסט גייען זאגן איך האב שוין א פאלעסי, אדער 5 פאלעסי'ס... אבער "אינשורענס" האבן זיי נישט גענוג!
סאו ווי געזאגט איז בעסער פאר די קאסטומער אז ער זאגט קלאר אז "איך וויל נישט", און נישט נוצן א זייטיגע תירוץ אז "איך האב שוין" ווייל דעמאלטס איז די עידזשענט נישט מחיוב צו פארשטיין אז דו ווילסט נישט דיעלן מיט עם, דער עידזשענט לייגט דיך אריין אין קאטעגאריע פון "רוב" אז דו האסט, אבער נישט גענוג.
פון די אנדערע זייט איז א געפערליכע פארברעכן דאס וואס עידזשענטס זענען "נישט קלאר" אין בעסטן פאל, און צומאל גראבע "ליגענערס" ווען זיי קאלן מענטשן, זיי זאגן איך וויל רעדן פון "פיינענשל פלעננונג", אנטשולדיגט, דו ווייסט וואס מיינט די ווארט פיינענשל פלען? אבער דאס איז נאכנישט קיין ליגענט, ווייל ס'דא וואס ס'קענען פיינענשלס, און סוכ"ס האבן רוב פיינענשל פלענס אינשורענס אין זיך, אבער ווען יענער פרעגט צוריק צו ער רעדט פון לייף אינשורענס ענטפערט ער "גארנישט מיט אינשורענס"... דאס איז שקר! און דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן ענטפערן נישט דעם אמת!
פרייטאג ספטמבר 09, 2011 12:13 pm
איך האב געהאט געציילטע אינשורענס אגענטן וועלכע פלעגן מיך נאכלויפן, איינע פון זיי זינט מיין שבע ברכות, איך האב אים איינמאל ענדליך ערלויבט צו קומען צו מיר אין דיינונג רום מסביר זיין וואס ער פארקויפט, ער האט איבערדעשראקן מיין ווייב פון אלעם הייליגן, און איך האב געשוואוירן ביי מיר אין הארץ נישט צו קויפן ביי אים.
יענעם האב איך קלאר געזאגט כמה פעמים: פארגעס מיין נאמען און טעל נומער (ער איז פיל עלטער ווי מיר, און איך האב באשלאסן אז עס איז געקומען די צייט זיך צו באניצען מיט די שמינית שבשמינית), געהאלפן האט עס א דופן. ער רופט מיך נאך יעצט איינמאל א יאר, און איך ענדזשוי יעדעס מאל אים צו מאכן פילן ווי צוויי סענט.
למעשה האב איך געקויפט אינשורענס, ביי א אגענט וועלכע איז מיך בכלל נישט נאכגעלאפן, נאר עס איז פערצופאל איינמאל אריינגעקומען אין די שמועס, און אזוי האט זיך עס געצויגן ביז מיר האבן געשלאסן א שיינע דיעל וואס מיר ביידע האבן דערווייל נישט חרטה, איך בין צופרידן פון זיין סערוויס, און ער איז צופרידן פון מיין געלט.
איך וויל עס זאגן זייער קלאר פאר אלע אינשורענס אגענטן: ווי מער איר לויפט נאך, מאכט איר יענעם טראכטן אז ער מוז עס קויפן צוליב די פרעשאור, (דריי נישט אהער און אהין, פאקטיש פרעשאר'סטו אים! יא!, עס איז נישט גרינג אפצוזאגן!), און א נארמאלע מענטש מאכט א שארט סטאפ: איך האלט נישט דערביי און פארטיג! און רוב מאל גייט ער אייך דאס ניטאמאל זאגן, נאר דיך ארומציען.
וויכטיג, ביסט נישט גערעכט ווי פשוט דו לייגסט עס אראפ, נישט אויף יעדע זאך איז דא גלייך אן ענטפער, איך האב א שיינע פאר פראגרעמס אויפן קאמפיוטער און מיין סעל וועלכע עס קומט ארויף אסאך מאל אזא דערמאנונג צו איך וויל עס אפדעיטן, איך ענטפער נישט יא און נישט ניין, איך דרוק
Remind me later
שטעל זיך פאר דער פראגרעם וועט זיך נעמען צו פרעגן: ווען זאל איך דיר דערמאנען נעקסט? איך וויל פשוט וויסן, איך מיין גארנישט, זאג מיר בערך? א וואך? א חודש? דריי חדשים? זייענדיג א פראגרעם וואלט איך אים דיליטעט פון מיין קאמפיוטער אויף אייביג, מיט א הילכיגן פראסק אין פרצוף. א מענטש קען מען נישט דיליטען אזוי, פארשטייסט?
ווען אינשורענס אגענטן נוצן ווען מער שכל, זיך אריינלייגנדיג אינעם שיך פונעם פאטענציאלע קאסטומער, אריינגעכענט וויפיל "נאך" אגענטן עס לויפן אים נאך, וואלטן זיי פיל מער מצליח געווען. מיין יעצטיגע אגענט ארבעט קלוג, אבער די אנדערע האבן נישט גענוצט קיין ברעקל שכל. איך מוז נישט אויף יעדע זאך האבן אן ענטפער יא אדער ניין, אסאך מאל איז די תירוץ: איך בין אומאנטשלאסן (אויב, און ווען, און וויאזוי, און ביי וועם)!, וואס זאל יעצט דער אגענט טון? עס איז זיין פראבלעם, די תירוץ איז נישט מיך מאכן פילן ווי ער לויפט מיך נאך.
פרייטאג ספטמבר 09, 2011 12:29 pm

גרויזאמער
סאיז ווערט געווען דאס דריקען עורך מלא צי אפיר זיכן דעם גרינעם!
פרייטאג ספטמבר 09, 2011 12:47 pm
דער חכם האט שוין ווייטער גערופן, ער וויל נאר זיך אראפזעצן, נאר שמועסן פינעוו מינוט
ער האט נאך בטעות נישט גענוצט די זעלבע פאון נאמבער צוויי מאל, ווייל יעדעס מאל ער רופט סעיוו איך דעם נומער אונטערן נאמען "Don't Pick Up"
גרויזאמער שקויעך פארן ארויסברענגען, איך בין אומאנטשלאסן, איך קען נאכניש אפמאכן וואס איך וויל, כדארף נאך איבערליינען דעם אשכול דא אין איי וועלט כרעד מעך איין כוועל טרעפן עפעס גוטע עצות
איינע פון די סיבות איך וויל נישט קויפן פון דעם אינגערמאן איז פשוט ווייל ער דרייט מיר אראפ דעם קאפ
פרייטאג ספטמבר 09, 2011 12:51 pm
שאלת חכם, די בעסטע עצה לפענ"ד איז אים צו שיקן א לינק פון די אשכול
פרייטאג ספטמבר 09, 2011 12:53 pm
שאלת חכם, איך וואלט דיר געראטן זאלסט דיך אוועקזעצן מיט איהם און הערן וואס ער האט צו זאגן, און דערנאך העכסטנס גארטל דיך אהן, נעם ארויס דיין פינטעלע קאנפידענס וואס דו האסט יא, און זאג איהם פשוט און פראסט אז דו האלטסט נישט דערביי, ס'דארף נישט זיין אזוי שווער.
פרייטאג ספטמבר 09, 2011 3:09 pm
כ'האב אויך געהאט (ווער דען נישט...) איינער וואס האט מיר כסדר געבעטן אז ער וויל קומען צו מיר אין שטוב. כ'האמיך אלץ ארויסגעדרייט און אים געזאגט ער זאל נישט קומען.
די סיבה דערפון איז געווען ווייל כ'האב געוויסט אז כ'גיי נישט קויפן און כ'העל פילן אבליגעטעט אז ער איז אריבער געקומען צו מיר אין שטוב וכו' וכו' איז סאך שווערער (עכ"פ פאר מיר) אפצוזאגן.
מען דארף אבער וויסן אז אסאך אגענטן זענן ספעציעלע גוטע חברה! איינע פון די חברה האט מיר זייער ארויסגעהאלפן. איך האב אים געקאלט די ערשטע מאל [ס'דא אזאנס אויך...] ער זאלמיר מאכן עפעס א פאלעסי וואס כ'האב געוואלט.
לעמאסע האט ער אבער געוואלט אריבערקומען כ'האב אים געגעבן א אוידענץ, ער איז געזיצן איבער א שעה ביי מיר און צום סוף האביך גענומען א אנדערע סארט פאליסי ווי כ'האב געוואלט טעלעפאניש.. אבער מער פון אלעם האטער געמאכט ממש א מהפכה און מיינע פיינענשעל'ס כ'בין אים עד היום דאנקבאר מעומקא דליפא.
און קורצן וואס כ'מיין צו זאגן איז אז נישט אלע אגענטן דארפ מען מרחק זיין, ס'דא וואס קענען אייך העלפן אויף אן אמת מ'דארף נאר טרעפן דעם ריכטיגן. (למשל אויב איר הערט אויף עמיצין אז ער איז גוט מעגט איר אויפהייבן א טלפון צו יענעם א שטייגער ווי איך האב געטאן...) לאוו דוקא דער וואס קאלט אייך צוויי מאל א וואך איז דער ריכטיגער אבער ס'דא וואס יא.
פרייטאג ספטמבר 09, 2011 4:55 pm
גרויזאמער, דו דיסעגריסט נישט מיט מיר, איך האב געשריבן אז די עידזשענטס דארפן זיין נארמאל, און די מענטשן דארפן זיין נארמאל, טאמער איז א עידזשענט משיגע, מאך אים משיגע אז ער ס'זאלעם פארגיין דעם אפעטיט... אבער ווי לאנג ער איז נארמאל, איז ראטזאם עם צו ענטפערן קלאר און נארמאל!
לאז געמאכט, דו זאגסט זייער א שטארקע פוינט, רוב מענטש ווייסן נישט וואס זיי דארפן, זיי מיינען נאר אז זיי ווייסן ווייל זייער טאטע שווער חבר ברודער אדער שוואגער האט אזוי געזאגט...
און איך גיי דיר זאגן א אינטערעסאנטע זאך, (רוב עולם קען מיך דא, סאו קיין סוד איז עס נישט, איך טוה אויך אין אינשורענס.) ווען א קאסטומער קאלט מיך אן איך דארף א טוירם פאלעסי פון א מיליאון און א האלל לייף פון א האלבע מיליאון, זאג איך אזוי: ווען א מענטש גייט אריין צו א הארץ דאקטער און זאגט, דאקטער איך דארף א אפען הארץ סערדזשערי, וואס זאגט די דאקטער? ער זאגט דען אקעי קום אריין אין די אפערעיטונג רום איך גיי שוין ברענגען דעם מעסער? ניין! ער פרעגט קודם וואס גייט פאר, וואס דריקט דיר? וועכע זייט, לאמעך נעמען דיין בלוט פרעשור, EKG, די טעסט יענע טעסט, און נאכדעם זאגטער וואס ער האלט אז מ'דארף טוהן, אמאל דארף מען קודם פראבירן א צווייטע זאך, אמאל גארניש און אמאל דארף מען טאקע מאכן א אפען הארץ סערדזשערי...
די זעלבע איז דא, איך האב שוין ב"ה פארקויפט אפאר הונדערט פאלעסיס, און איך בין א אינשורענס ספעציעליסט, אז דו קומסט אריין אז דו ווילסט קויפן א געוויסע פראדוקט, קען איך דיר עס פארקויפן כמו שהיא, אבער איך טוה נישט אזוי, לאמעך קודם זעהן וואס ס'גייט פאר, וויפיל אינשורענסט האסטע, וויפיל קינדער האסטע, וויפיל אינשורענס דארפסטו האבן, וויפיל געלט קאסט די אינשורענס, וויפיל געלט האסטו וואס מ'קען נוצן פאר אינשורענס, און נאך זאכן וואס מ'נעמט אריין בשעתן מאכן א רעקאמענדעישן, און נאכדעם העמער זעהן וואס מ'גייט אפערן...
און איך זאגן בפה מלא, איך בין שוין געזיצן וועגן אינשורענס מיט הונדערטער מענטשן, רוב קויפן נישט אויפן פלאץ קיין נייע פאלעסיס, אבער יעדער וואס איז געזיצן מיט מיר האט לכה"פ פארדינט "נאלידזש", און לכבוד דעם געמאכט אינטעליגענטע דעסיזשענס.
יעצט צוריק צום אנפאנג, איך האלט אז אויב האט מען א גוטע עידזשענט וואס מ'פיהלט קאמפטעבל, מ'פארשטייט וואס ער זאגט און טוט, זאל מען זאגן פאר דעם וואס ס'קאלט, מיין טייערע פריינט, איך בין א קאסטומער ביי דעם און דעם, לדעתי איז ער זייער גוט, איך גלייך זיין מהלך, איך בין אין קאנטאקט מיט עם, און טאמער גיי איך קויפן גיי איך עניוועי נאר צוריק צו יענעם, דיין צייט און מיין צייט זענען טייער, פליז קאל מיך נישט פאר אינשורענס ווי לאנג דו הערסט נישט אז יענער איז ארויס פון ביזנעס.
ווידער אויב האט מען נישט קיין עידזשענט, סיי אויב מ'האט יא א פאלעסי, אבער מ'האטעס געקויפט ביי א עידזשענט 5 יאר צוריק, און מ'האט נישט קיין שייכות מיט עם מער, אדער די עידזשענט איז שוין נישט אין ביזנעס, בקיצור די עידזשענט איז נישט אן טאפ אוו טינגס, דעמאלטס אדרבה, זאל מען ארויפלאזן א גוטן עידזשענט וואס וועט ברענגען פרישע איידיעס אפ טו דעיט!
זונטאג ספטמבר 11, 2011 2:29 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך האב שוין ב"ה פארקויפט אפאר הונדערט פאלעסיס,
אפאר הונדערט?
און די האסט נאך צייט צי זיצן אויף אייוועלט?