Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

קאר רענטעל אינשורענס

דינסטאג ספטמבר 06, 2011 3:43 pm

קען מיר איינער ביטע ארויסהעלפן ? איעדעס מאל איך קום אן צו די קאר רענטל האב איך די זעלבע קשיא יא נעמען אינשורענס וואס די רענטל געבט אדער נישט, זיי זאגן מיר אייביג, אז דעס קאווערט נישט די קרעדיט קארד איך געדענק נישט וואס, אויב קען מיר איינער אביסל מסביר זיין וואס דא גייט פאר איי וואלד עפרישיעט
יישר כח
(איך האב אמעריקן עקספרעסס און איך ניץ עס ביים דינגען)

Advertisement

דינסטאג ספטמבר 06, 2011 3:47 pm

כמה פעמים נתבאר געווארן, עיין ערך אויטאס און אלעס ארום. viewforum.php?f=69

דינסטאג ספטמבר 06, 2011 3:51 pm

אויב מעגליך אביסל נענטער "ווינקל"
יישר כח

דינסטאג ספטמבר 06, 2011 3:57 pm

אין דער איד תשע"א (גיי ווייס ווען? ערגעץ סוף ווינטער צייט, אדער אנפאנג זוממער) איז געווען א לענגערע ארטיקל מיט גאר אסאך אינפארמאציע איבער דינגען קאר'ס, ווי אויך איבער קאר אינשורענ'ס דורך די קרעדיט קארד.

לויט וויאזוי יענער שרייבער האט געהאלטן איז די קרעדיט קארד אינשורענס וואס דעקט עטוואס שאדנ'ס אויף די קאר רענטל כמעט גארנישט ווערט. ער האט צולייגט וואס דאס קאווערט יא און וואס נישט און ער איז געבליבן ביי די מסקנא אז עס איז ממש ווי מען בלייבט אן דעקונג אין פאל פון עגמת נפש חלילה. דעריבער לוינט זיך יא צו נעמען אינשורענ'ס לפי דעתו.

מיטוואך ספטמבר 07, 2011 9:49 am

ביי מיר געווען איך האב געדינגען א קאר מיט א visa קרעדיט קארד נישט גענומען אינשורענס א קיצור, עקסידענט..... די רענטעל האט געטשארדזט מיין קארטל $2500 האב איך געקאלט די קרעדיט קארד קאמפאני האבן זיי מיר געזאגט אי בין געקאווערט און זיי גייען מיר שיקן פעפערס אויסציפילן עס האט גענומען אפאר חדשים טעלעפאן קאללס אן א שיעור מיט קשיות וויאזוי ...וואס..... ווען....צום סוף האב באקומען די געלט אבער דעמאלס געטראכט נעם איך די 10 דאלער אינשורענס געב איך צוריק די קאר אין פטור אן עסק עס קען אפהאלטן אסאך עגמת נפש

מיטוואך ספטמבר 07, 2011 9:54 am

פיבער מעסטער האט געשריבן:אין דער איד תשע"א (גיי ווייס ווען? ערגעץ סוף ווינטער צייט, אדער אנפאנג זוממער) איז געווען א לענגערע ארטיקל מיט גאר אסאך אינפארמאציע איבער דינגען קאר'ס, ווי אויך איבער קאר אינשורענ'ס דורך די קרעדיט קארד.

לויט וויאזוי יענער שרייבער האט געהאלטן איז די קרעדיט קארד אינשורענס וואס דעקט עטוואס שאדנ'ס אויף די קאר רענטל כמעט גארנישט ווערט. ער האט צולייגט וואס דאס קאווערט יא און וואס נישט און ער איז געבליבן ביי די מסקנא אז עס איז ממש ווי מען בלייבט אן דעקונג אין פאל פון עגמת נפש חלילה. דעריבער לוינט זיך יא צו נעמען אינשורענ'ס לפי דעתו.

אנפאנג זוממער

adobe yid האט געשריבן:ביי מיר געווען איך האב געדינגען א קאר מיט א visa קרעדיט קארד נישט גענומען אינשורענס א קיצור, עקסידענט..... די רענטעל האט געטשארדזט מיין קארטל $2500 האב איך געקאלט די קרעדיט קארד קאמפאני האבן זיי מיר געזאגט אי בין געקאווערט און זיי גייען מיר שיקן פעפערס אויסציפילן עס האט גענומען אפאר חדשים טעלעפאן קאללס אן א שיעור מיט קשיות וויאזוי ...וואס..... ווען....צום סוף האב באקומען די געלט אבער דעמאלס געטראכט נעם איך די 10 דאלער אינשורענס געב איך צוריק די קאר אין פטור אן עסק עס קען אפהאלטן אסאך עגמת נפש


כאב אויך געהאט די זעלבע זאך פאריאר מיט א קראץ אויף די באמפער, עס האט גענומען בערך א האלב יאר מיט טעלעפאן קאלס און אן א שיעור עגמת נפש, און אויך... אסאך טייערע צייט

מיטוואך ספטמבר 07, 2011 10:28 am

אמת אזא קלעים נעמט צייט אבער ס'איז נישט נאר צען דאלער עס איז פער טאג פונעם רענטאל. אז מ'דינגט פאר עטליכע טעג קען עס קאסטן אפאר הונדערט דאלער.

מיטוואך ספטמבר 07, 2011 10:37 am

איך נוץ געווענליך ביים דינגען מיין אמעריקאן עקספרעס קארד (בלוי-קעש), איך האב שוין עטליכע מאל געדארפט נוצן זייער קאר רענטל קאווערעדזש און עס איז געגאנגען זייער סמאוט, איין פאון קאל צו ריפארטן די קלעים און פון דארט און ווייטער האבן זיי אלעס ערלעדיגט! ס'האט טאקע גענומען אפאר חדשים ביז כ'האב באקומען די בריוו אז זיי האבן עס באצאלט, אבער דאס האט גארנישט געהאט מיט מיר, עס איז געווען צווישן אמעקס און די רענטל קאמפאני

יעדע קרעדיט קארד איז אנדערש, מ'דארף זיכער מאכן פארדעם וואס זיי קאווערן און וואס נישט, אבער צו זאגן אז ס'איז ממש גארנישט ווערד און דעריבער זאל מען צאלן עקסטערע 10 דאלער א טאג פאר די קאר רענטל'ס אינשורענס איז ממש ארויסגעווארפן אידיש געלט!

מיטוואך ספטמבר 07, 2011 10:45 am

בדרך כלל ווען מ'דינגט א קאר דארף מ'נישט נעמען קיין שום אינשורענס פון די קאר רענטל קאמפעני ווייל די קרעדיט קארד שטעלט דאס צו. אבער עטליכע נקודות: זייער אסאך ק"ק געבן נאר ווען דאס גאנצע רענטל איז נישט מער ווי 15 טאג, אויב איז עס מער דאן ברויך מען יא נעמען אינשורענס, (אויב איר האט מורא אז די קאר גייט געשעדיגט ווערן). אסאך ק"ק געבן ביז 30 טעג. עס העלפט נישט אויב די שאדן צום קאר איז געשען פאר די צייט. די גאנצע רענטל קאנטראקט טאר ניש זיין לענגער ווי דעם זמן.

VISA געט נאר 15 טעג, MASTERCARD איז יש ויש, חלק קארדס 15 אין א חלק 30. איר ברויכט אנקאלן אין מברר זיין. AMERICANEXPRESS גיט 30.

אויב האט איר אן AMEX דירעקט פון זיי אליינס נישט דורך א באנק דאן קענט איר באקומען אזויפיל ווי 42 טעג, דורך זיך אויפסיינען ביי זיי אויף די PREMIUM CAR RENTAL INSURANCE אין דאס קאסט 24.95 פער רענטל נישט קיין חילוק ווי לאנג דער רענטל איז. זייטס נישט באזארגט וועגן די טשארדזש, ווייל אויב וועט איר דארפן ניצן די אינשורענס לוינט זיך עס זיכער. אין אויב ברענגט איר צוריק די קאר ב"ה אן קיין שאדנס דאן מיזט איר נישט באצאלן מיט די ק"ק נאר אדער מיט אן אנדער ק"ק אדער א דעביט קארד אדער א טשעק וואס דעמאלס וועט AMEX אייך ניש טשארדזשען די 24.95.
אין בנוגע די פראצעדור פין עפענען א קלעים, עס איז זייער א גרינגע זאך, מ'קאלט אריין די ק"ק קאמפעני צו עפענען דעם קלעים, דערנאך קאלט מען דעם קאר רענטל אין מ'געט זיי דעם קלעים #, אין דאס איבריגע טוען זיי צווישן זיך. די באקומסט נאר א בריוו ווען אלעס איז פארטיג פון די ק"ק קאמפעני וויפל זיי האבן באצאלט פאר די קאר רענטל, אין זיי זאגן דיר נאך: טענק יו פאר יוזינג מעסטער קארד!

מיטוואך ספטמבר 07, 2011 1:22 pm

אויך געהאט די זעלבע זאך ווי אייער קיכל מיט אמעריקאן עקספרעס, זיי ריפן אליין די רענטל קאמפאני, און פארהאנדלן צווישן זיך.

שבת ספטמבר 10, 2011 11:27 pm

א גרויסן יישר כח פאר יעדעם מיט די אלע אינפארמעישן, למעשה האב איך געקאלט אמעריקען עקספרעס און געפרעגט וואס זיי קאווערן און אויך געקאלט הערטץ רענטל און זיי געפרעגט וואס איז די אינשורנסעס וואס זיי שטעלן צו אווער די קאונטער, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז לייבילעטי אינשורנס (אויב די מענשט איז לייעבל פאר די זאך וואס געשעט אדער אויב איינער סאוט דיך ח"ו) איז נישט געקאווערט דורך די בלו אמעריקען עקפרעס וואס איך האב, ממילא ראט איך יעדם אליין זיכער צו מאכן וואספארא אינשורנס זייער קרעדיט קארד קאפאני גיבט, יישר כח נאכאמאל פאר יעדעם וואס האט ארויסגעהאלפן,

מאנטאג ספטמבר 12, 2011 7:38 am

דאס איז בכלל נישט קיין פראבלעם אין ניו יארק ווי די געזעץ איז אז די קאר רענטל דארף צושטעלן די מינומום לייעביליטי אינשורענס (כ'קען מיך נישט זייער גוט אויס אין די אלע סארט אינשורענס'ער וועלכע ס'גוט צו האבן און וועלכע מ'מוז געזעצליך האבן, אזויפיל ווייס איך אז אין נ.י. דארף געזעצליך די רענטל קאמפאני צושטעלן די מינימום אינשורענס וואס די געזעץ פארלאנגט פון א קאר דרייווער, ד"ה אז געזעצליך דארפסטו נישט צוקויפן קיין שום אינשורענס ביים רענטל קאנטער, אנדערש איז אין אנדערע סטעיטס און לענדער)
שרייב א תגובה

Advertisement