עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דינסטאג ספטמבר 06, 2011 2:14 pm
מ'טראגט מיר אן א דירה וואס איין בעדרום האט נישט קיין פענסטער, נאר נאך א טיר צו די האלל פון די געביידע. מיין שאלה: קען מען עס רעכענען פאר א בעדרום לגבי די שוויות פון די דירה, און אזוי אויך איז א פראבלעם געזינטהייט-ווייז צו לייגן קינדער שלאפן און אזא רום?,
און וואס איז אויב איך מאך א טיר מיט א גלאז אינדערמיט?
אזוי אויך ווייסט איינער לעגאל - לגבי סעקשאן 8 וכדומה - קען מען רעכענען אזאנס פאר א בעדרום?
Advertisement
דינסטאג ספטמבר 06, 2011 2:17 pm
פאר סעקשאן אכט קען מען עס נישט רעכענען
(נעם אין באטראכט, אויב בכלל קענסטו נעמען די דירה אויב עס האט נישט די פולע נומער בעדרום'ס וואס פארלאנגט זיך פאר דיין משפחה, ווייל די בעדרום אן א פענסטער איז כאילו אינו)
דינסטאג ספטמבר 06, 2011 2:22 pm
וואס די בוים אנהייב און ווויאזוי מאכט מען עס?
דינסטאג ספטמבר 06, 2011 2:24 pm
פאר דיין ערשטע שאלה, עס איז דא אזא זאך וואס הייסט ROOM TO ROOM FAN, ער ברענגט דיר אריבער די פיינע לופט פון די ווינדאו פון די נעקסטע שטוב.
דינסטאג ספטמבר 06, 2011 2:25 pm
לאקשן קיגל האט געשריבן:וואס די בוים אנהייב און ווויאזוי מאכט מען עס?
ס'יז א שירעם, נישט קיין בוים.... ס'רעגנט אינדרויסן, ער איז אריינגעקומען מיט זיין שירעם..... (יעצט פארשטייסטו שוין פון ווי ס'רעגנט אריין, אז ס'יז נישטא קיין פענסטער...)
דינסטאג ספטמבר 06, 2011 2:28 pm
און צום לעצט וויאזוי מאכט מען דאָס?
דינסטאג ספטמבר 06, 2011 2:29 pm
יהיה כן האט געשריבן:לאקשן קיגל האט געשריבן:וואס די בוים אנהייב און ווויאזוי מאכט מען עס?
ס'יז א שירעם, נישט קיין בוים.... ס'רעגנט אינדרויסן, ער איז אריינגעקומען מיט זיין שירעם..... (יעצט פארשטייסטו שוין פון ווי ס'רעגנט אריין, אז ס'יז נישטא קיין פענסטער...)
רעגענען רעגנט פון קוגל, מיין שאלה איז נאר ווי מ'קויפט דעם שירעם.
דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 8:59 pm
צו שלאפן אין א שטוב אנע פענסטער איז נאר א סכנה אויב עס איז אויך דא דארט א פלענט וואס ציעט ארויס די לופט
סתם אזוי דארף נישט צו זיין קיין פראבלעם