עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מיטוואך אוגוסט 31, 2011 11:15 pm
שוין! סימיר גוט! מיין פיצי שוואגער איז געווארן 'וויליג' צו לערנען מיט יונגלעך אדער בחורים, איך האב אים שוין ארויסגעפרינט א צעטיל וואס ער גייט ארומקלעבן אין אלע שילן איבער וויליאמסבורג, אז אלע קינדער זאלן קענען אראפרייסן זיין נאמבער,
יעצט וויל ער וויסן וויפיל ס'איז די אנגענימענע פרייז וואס מ'בעט פאר דעם,
ווייסט איינער?
Advertisement
מיטוואך אוגוסט 31, 2011 11:26 pm
כמיין 30 דאלער
זאל ער האבן הצלחה.
דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 9:35 am
רוב מענטשן נעמען פאר א שעה 25 א חוץ אויב יענער דער מיט וועם ער לערנט האט א באזינדערע מעלה למשל יענער איז אויך א מגי''ש אדער וכו'
נאכדערצו ער זאגט דאך אליין מיין פיצי שוואגער, איז ער זיכער נישט מער ווערט דע אלע יונגעלייט'ליך, וואס באמת גייען זיי סתם אריבער דע לערנען, ווייל מ'דארף דעס אויך אריבער גיין ווייל יעדער..., סתם פאר א זייטיגע פרנסה, און למעשה זענען זיי נישט טויגליך, בעסער געזאגט גוט באהאבנט און מיט די ריכטיגע אחריות וויאזוי מען דארף באמת זיין.
אבער דא דארט כאפט זיך איינער גוט אריין, ווייל ער לערנט זיך גוט אויס מיט די צייט, קען ער אפילו פארבלייבן מיט דעם פאר א פרנסה.
זאל ער טאקע זיין פון דע מיט ברכה והצלחה .
דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 11:24 am
שכח אידן,
תזכו למצות
דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 11:30 am
די דערמאנסט מיר א מעשה, א בעל בית'טישע איד האט געוואלט שטיצען א חשובע ת"ח האט ער אים געבעטן צו לערנען מיר זיין זין און אים בייצאלט $50 א שעה, און א יונגערמאן האט אויסגעפינען אז ער פארדינט $50 א שעה האט ער אויך אונגעהויבן צו בעטן 50 $ נאר קיינער האט נישט געוואלט בייצאלען, און ער נישט פארשטאנען פארוואס
דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 2:50 pm
ביי אונז און ארץ ישראל, צאלט מען (ווער ס'צאלט) צווישן 10 און 20 דאלער א שעה.
איז ווער סדארף מזאל לערנען מיט זיין זון, זאל זיך פארבונדן מיט תושבי ארץ ישראל
דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 3:28 pm
דאס הארץ וואקסט ווי א בונדל פאר פרייד ווען עס קומט בין הזמנים און העכערן סינק מעקן זיך די פולע צעטליך וואס קומען אין אלע סייזעס. אויף זיי שטייט געשריבן די בשורה מרנינה אז: חשוב׳ע עקספיריענסט אינגעלייט זענען ענדליך - due to popular demand - וויליג צוצולערנען ״סיי וואס״ מיט אייער בחור.
הגם עס האט נישט קיין אינטערשריפט, דארפט איר נישט מורא האבן זיי צו ליינען מחשש פאשקעוויל. ווייל אין דעם פאל אי דאס מחמת ענוותונותן...
...
דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 7:17 pm
שטארק זיך האט געשריבן:דאס הארץ וואקסט ווי א בונדל פאר פרייד ווען עס קומט בין הזמנים און העכערן סינק מעקן זיך די פולע צעטליך וואס קומען אין אלע סייזעס. אויף זיי שטייט געשריבן די בשורה מרנינה אז: חשוב׳ע עקספיריענסט אינגעלייט זענען ענדליך - due to popular demand - וויליג צוצולערנען ״סיי וואס״ מיט אייער בחור.
הגם עס האט נישט קיין אינטערשריפט, דארפט איר נישט מורא האבן זיי צו ליינען מחשש פאשקעוויל. ווייל אין דעם פאל אי דאס מחמת ענוותונותן...
...
איך האלט הגם דו לייגסט גוט אראפ א מצב - אבער פארט הזהרו!!
- למעשה איז באמת א חשוב'ע זאך אינגעלייט זיכן זיך אנדערש אזעלכע פרנסות אין די תורה'דיגן אטמאספער - ענדערש אויפ'ן פוסטן גאס = הגם ס'קען זיך מאכן אמאל עפעס איידל = אבער פארט איז דא אסאך טשענסעס אויף די פארקערטע...
דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 10:23 pm
איר זענט גערעכט, כוונתי איז געווען בעיקר אויף דעם מארקעטינג מהלך...
דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 10:26 pm
וואס דארף די הענטעלע אינעם קעפל מרמז זיין?
דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 11:08 pm
לאז געמאכט האט געשריבן:וואס דארף די הענטעלע אינעם קעפל מרמז זיין?
קוק די סייז פון די הענט, יעצט שטעל דיך פאר ווי קליין זיין אינגערע שוואגער איז.
פרייטאג ספטמבר 02, 2011 12:34 am
געלעגער האט געשריבן:לאז געמאכט האט געשריבן:וואס דארף די הענטעלע אינעם קעפל מרמז זיין?
קוק די סייז פון די הענט, יעצט שטעל דיך פאר ווי קליין זיין אינגערע שוואגער איז.
לעצט פאראכטן דורך
moshele11211 אום פרייטאג ספטמבר 02, 2011 10:32 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
פרייטאג ספטמבר 02, 2011 8:12 am
לאז געמאכט האט געשריבן:וואס דארף די הענטעלע אינעם קעפל מרמז זיין?
אז ער ווייסט וויאזוי צו שטעלן א סימבאל אינעם קעפל און דו נישט
דינסטאג ספטמבר 06, 2011 3:57 pm
היינט איז זייער פאפולער פאר אינגעלייט צו נעמן באצאלטע קורסן זיך צוצולערנען דעם פאך פון לערנען מיט בחורים (טייל רופן עס "ר"מ פרטי").
ממילא איז בכלל נישט אויסגעהאלטן זיי אוועקצומאכן. פאר "אסאך" פון די אינגעלייט וואס טראגן זיך אן צו לערנען מיט בחורים, קומט זיך ערליך די געלט. זיי האבן אינוועסטירט אין זייער ביזנעס, און האבן די ריכטיגע צוגאנג צו בחורים.
מיטוואך ספטמבר 07, 2011 9:33 am
גשרים?
מיטוואך ספטמבר 07, 2011 10:40 am
bailout האט געשריבן:גשרים?
ביז לעצטענס איז געווען א מוסד "חיים של תורה". כהיום, מיין איך אז "מלאכת שמים" (לכתחלה מיוסד בלויז פאר מלמדים) גיבט שוין אויך באזונדערע קורסן פאר אברכים וואס ווילן לערנען מיט בחורים.
אין אסאך ישיבות ווי ס'איינגעפירט אז אינגעלייט קומען לערנען מיט בחורים במסגרת הישיבה, מוזן די אינגעלייט קודם אריבערגיין אזא קורס