Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פארמאכן שטוב קעגן דעם קול\רעדן sound Proof

מיטוואך אוגוסט 24, 2011 12:22 pm

איך זיך הילף צו פארמאכן מיין אפיס, איך הער אריין יעדעס ווארט פון מיין שכן אין נעקסטן אפיס, גלייב איך אז ער הערט מיך אויך, אבער דאס קען נישט ווייטער אזוי אנגיין,

ער קען נישט.. איך מיין ער מעג נישט הערן אלע מיינע סיקרעט'ס, ווען איך געווין די לאטערי, און איך צייל הויך דאס געלט אין די מיליאנען.

וואס טוט מען דא, ווי זוכט מען פאר הילף?

דארף איך לייגן די ספאנדזשעס אזוי ווי א סטודיאו, העלפט דאס אז ער זאל מיך נישט הערן?

ווי זיך עס די סחורה? איז דא א ספעציעלע וועג עס צו לייגן? איז דא קאמפאני'ס דערפאר?

וויאזוי ווייס איך וואס איך זיך?

הילף געזוכט,

א דאנק פון פאראויס.

ידידכם,
דער קוטשער

Advertisement

מיטוואך אוגוסט 24, 2011 12:31 pm

דו מיינסט soundprroof

מיטוואך אוגוסט 24, 2011 12:40 pm

זאל זיין, סאונד פראף,

ווי ווענדט מען זיך?

דאנערשטאג אוגוסט 25, 2011 6:20 am

ס'איז דא א ספעציעלע סארט פלייוואט וואס איז ספעציעל געמאכט פאר "סאונד פראוו".

ס'קומט און די נאמאלע סייז פון א פלייוואד. ס'אבער נישט ממש האלץ נאר א דיקערע מאטריאל, ס'קוקט אביסל אויס ווי א "פרעסד וואד" (pressed wood) פלייוואד, צוזאמגעשטעלט פון שטיקלעך העלצלעך.
ווי אויך אויב איר ווילט, קענט איר צולייגן די "ספאנדשעס" ווי איר רופט דאס, ס'איז א ספעציעלע "סאונד פראוו" אינסטאלעשאן.

לכאורה וועלן די אויבנדערמאנטע א געווענליכע לאמבער יארד האבן, "האום דיפאוד" און "לאוס" וועלן דאס זיכער האבן.

דאכצעך אז איך האב זיך שוין ערגעץ אנגעשטויסן מיט א קאמפעני וואס איז געאייגנט פאר די סארט בויעריי, אבער ווי איך גלייב וועט דאס א געווענליכע קאנטראקטער אויך קענען צושטעלן.

דאנערשטאג אוגוסט 25, 2011 6:41 am

דער קוטשער, פארוואס דערקוטשען אומזינסט?

די בעסטע וועג איז א דאפעלטע וואנט מיט א הוילקייט אינדערצווישן, אנפעיסד אינסולעישאן צווישן די סטאדס, סאונד בארד און דערנאך שיטראק אינסטאלירט מיט שרויפן וואס גייען נישט אריין אין די סטאדס.

זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:37 pm

פארשלאפן טייערער, עס איז נישט מיין בילדינג, און איך קען נישט בויען דארט מעידזשער, אביסל מער סעקיורד מילא, אבער איך קען נישט האקן און טוישן ווענט.

ר' חיים, ישר כח פאר די עדווייס, איר מיינט אז די ספאנדזשעס אליין אן די פלייוואד קען אויך העלפן?

זונטאג אוגוסט 28, 2011 9:05 pm

פארשלאפען וואס איז דאס "אנפעיסד" אינסולעישאן?

זונטאג אוגוסט 28, 2011 9:27 pm

וואדקע, עני אינסאלעישאן אן פאפיר/ סילבער פאפיר.

זונטאג אוגוסט 28, 2011 9:55 pm

דער קוטשער, פרוביר צו צולייגן זי טשענעלס מיט סאונד בארד דערויף באדעקט מיט שיעט ראק.

זונטאג אוגוסט 28, 2011 11:44 pm

קוטשער כאפ א בליק דא
און אויך דא

מאנטאג אוגוסט 29, 2011 10:45 am

farshlufen האט געשריבן:דער קוטשער, פארוואס דערקוטשען אומזינסט?

די בעסטע וועג איז א דאפעלטע וואנט מיט א הוילקייט אינדערצווישן, אנפעיסד אינסולעישאן צווישן די סטאדס, סאונד בארד און דערנאך שיטראק אינסטאלירט מיט שרויפן וואס גייען נישט אריין אין די סטאדס.

ביסט זיכער מען דארף אינסולעשאן אויכעט אויב נוצט מען סאונד בארד?
און וואסערע שרויפן גייען נישט אריין אין סטאדס, בחיי נאכנישט געהערט אזוינס :-(

מאנטאג אוגוסט 29, 2011 10:52 am

שוועמל, ווי מער אינסולעישאן איז בעסער.

ראק טו ראק סקרוס אדער היי לאו סקרוס, דאס איז א דיקע שרויף מיט א דיקליכן קאפ, ווען מ'דרייט דאס קעפל גענוג לאנג ערפילט אייער באגער און האלט צוזאם דעם אויבירשטן שיעט [אידיש - בלאט?] מיטן פריערדיגן.

מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:11 pm

נישט זיכער וואס דו זאגסט.
דארף איך מיך נאכפרעגן.

קענסט מסביר זיין דיין באהויפטונג בנוגע די שרויפן, פארוואס דוקא די?

מאנטאג אוגוסט 29, 2011 1:13 pm

ווייל דער ציל איז צו פארמינערן פון נוצן מאטריאלן און בוי מעטאדן וואס טראגן אריבער דעם קול, ווען דער שרויף טוט אדורכגיין -פענעטרירן - א גרויס חלק פון די מאטריאלן פירט עס נאר אריינציר דעם קול, א"כ מה הועילו חכמים בתקנתן מיטן אינסולעיטן, דערפאר דאס צו פארמיידן נוצט מען דעם דערמאנטן שרויף.

מאנטאג אוגוסט 29, 2011 1:24 pm

איז דאס דוקא שייך היי מעטאל סטאדס אדער אפילו ביי הולצערנע?

מאנטאג אוגוסט 29, 2011 9:17 pm

לעצטענס געזעהן איינער וואס לייגט א סאונד מאשין אינצווישן און עס העלפט מוראדיג.(צווישן 2 טירן אבער קען פונקט אזוי זיין אין ווענט אויב די האלטס עניוועי ביים ברעכן)

מאנטאג אוגוסט 29, 2011 9:34 pm

ניין, איך רעד פון א טיר גראדע, איך וואלט נאר פארקלאפט דעם טיר אויב איז דאס די איינציגסטע ברירה,
מעגליך צו האבן מער אינפא איבער די מאשין?

מומחה, כ'אב נאכנישט געקוקט אייערע לינק'ס, איך בין נאכנישט געווען ביי א קאמפיוטער היינט.

מאנטאג אוגוסט 29, 2011 9:58 pm

א פשוט'ע שלאף מאשין וואס מאכט פארשידענע קולות עס איז דא צו באקומען אין געווענליכע הארדוועיר סטאר'ס.

עס איז צו שוואך דיר צו שטערן אבער גענוג שטארק אפשטעלן די קול פון אריבערגיין

מאנטאג אוגוסט 29, 2011 11:44 pm

איך האב אין מיין זומער באנגעלאו געהאלטן דעם עיר קאנדישאן אנגעצינדן 24 שעה, (מיין אלטע עיר קאנדישאן וואס מאכטא היפשע גרודער) און ווען ס'איז קאלט מאך איך עס אויף פען, און ס'העלפט מורא'דיג, מ'הערט נישט אריבער גארנישט,

דינסטאג אוגוסט 30, 2011 2:29 am

איך "הער" זאגן אז וואטע אין די אויער קען אויך העלפן.

דינסטאג אוגוסט 30, 2011 3:12 pm

איך גלייך די אלע עצות, פון שאצנ'ס עיר קאנדישאן, און פונעם שלאף מאשין.
איך האב שוין געהערט פון בעלי בתים וואס נוצן אויך א שלאף מאשין ביי זייערע פריוואטע אפיס טיר, אזוי די ארבייטער זאלן נישט ארויסהערן.

אבער דאס אלעס איז נאר א עצה, און פארט נישט קיין לעזונג פאר קוטשער'ס פראבלעם.
ער ברויך נישט די פארשידענע קולות בשעת'ן ציילן ס'נארוואס געווינענע לאטארי מיליאנען.. דאן ברויך ער אביסל רואיג'קייט.


יעצט, איר פרעגט אויב די ספאנדזשעס אליין אן די פלייוואד קען אויך העלפן.

אוואדאי אז וואס מער באדעקט די ווענט אלס בעסער, און "פארשלאפן'ס" פלאן איז נאך ס'בעסטע און ס'מערסטע פראפעציאנאל, אבער ווי איר זאגט ווילט איר נישט אנמאכן א גאנצע געבויעריי, איז איך מיין אז דאבל (צוויי מאל) פון די סאונד פראוו אינסטאלעשאן וואלט געווען גענוג גוט נישט אדורכצוהערן.

זונטאג ספטמבר 04, 2011 3:18 pm

ישר כחכם אייך אלע, האמיר באשטעלט א בעל מלאכה זאל פארמאכן די טיר און וואנט, ווי עס דארף צו זיין.

זונטאג ספטמבר 04, 2011 3:28 pm

נישט קיין חילוק וואספארא וואנט דו מאכסט, דארפסטו נעמען אין באטראכט צי די דאך איז אויך סאונד פראאף.

אויב למשל האסטו א אפענע דאך, ווי דראפ-סילינג, וועט די בעסטע וואנט גארנישט אויפטון וויבאלד די קול גייט נאכאלץ אריבער דעם דאך.
די עצה איז צו נוצן סילינג-טיילס וואס זענען סאונד פראאף, ענליך צו די ברוינע סאונד בארד נאר אין א שיינעם ווייסן פארמאט.


אגב, מען זאגט נישט דערויף "פליי-וואד" עס מאכט מיר שרעקליך נערוועז.
עס האט מיט פלייוואד קיין מינדעסטע שייכות נישט.

זונטאג ספטמבר 04, 2011 4:18 pm

פלייוואד צו שיעטינג, כונתו צו א ארבעה על שמונה דף, דאס געהערט אין שפראך שטובל.
שרייב א תגובה

Advertisement