עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 12:56 pm
עס איז א רואיגע זונטאג אינדערפרי, אידען קומען אין גייען דאווענען, די זון שיינט, די וועטער א מחי'. אזוי שפאצירענדיג אהיים פון שול מיט די טלית באטיל אינטערן ארעם זע איך א שכן מיינער אן עלטערער איד זיצענדיג פארענט פון זיין הויז מיט א ניאניע שעפן אביסעל פרישער לופט, "א גוט מארגען" זאג איך אים "וואס מאכט איר?" נאכן קליינעם געשפרעך גיי איך מיר ווייטער מיין וועג.
זכרונות פון מיין זיידע פליען מיר אריין, איייי וואס איז אמאל געווען. קיינמאל אן קיין ספר, ער פלעגט אויך זיצען אינדרויסען אויף זיין פארטש שעפן פרישע לופט אבער ווי אנדערש איז עס מיט א ספר, ווי אנדערש איז עס ווען די טשיפשטין פון די פויגעל איז אין א קאיר מיט די זיסע קול התורה.
אבער ווי וועל איך אויסזעהן? ווי נעמט מען די חשקת התורה?
שוין אויפן ארט האב איך אפגעמאכט איך וועל פרעגן מיין חשובער פריינט אויף "אידישע וועלט" זיכער איז דא מער ווי איינער וואס ווייסט ווי אזוי אריין צו ברענגען און זיך א חשק אין א געשמאק און לערנען.
ייש"כ
Advertisement
דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 1:23 pm
חשקות התורה איז נישט קיין זאך וואס מען קען קויפן, באקומען, ירשנ'ן, וכו', חשק קומט מיטן לערנען און לערנען און לערנען. כל התחלות קשות זאגן אונז די חכמים. תורה מוז מען לערנען צו מען וויל יא צו נישט. א מענטש דארף וויסן ביי זיך וויפיל ער דארף און קען לערנען און צו דעם מוז ער זיך צושטעלן, גלייכצייטיג דארף ער ציהלן אז ער זאל מיט די צייט קענען צולייגן נאך און נאך שעות. חשקות התורה איז בלויז א פועל יוצא פון זיצן און לערנען.
וואס דען, אויב שפירט מען אז מען קען זיך נישט נעמען דערצו, זאל מען זיך צוזאגן גוטע זאכן, (צום ביישפיל, א וואך וואקאציע אויב געלונגט צו לערנען דריי חדשים און א ציה). ווי אויך זאל מען זעהן אז דאס לערנען זאל איהם ברענגן סיפוק. דהיינו אויב לערענט מען גמרא זאל מען אנהייבן מיט קליין מסכתא און דערנאך מאכן א קנאקענדיגן סיום. אויב לערענט מען שו"ע זאל מען נעמען א מקצוע פון עטליכע סימנים וואס נאך א קורצע צייט זאל מען זיך קענען שטאלצירן אז מען האט א מקצוע אין די האנט. ויגבה לבו בדרכי ה' וכו' וכו', אויב לערנעט מען מיט א ציהל לערנט זיך גאנץ אנדערש. על כל פנים, לערנען איז נישט קיין 'אפציע', לערנען איז א מוז. וסוף החשק לבא.
דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 3:21 pm
When learning ez stuff you wouldn’t be so happy, as you u will when learning challenging
דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 3:42 pm
חכז״ל קבעו לזה ברכה בפני עצמה, והוא בתוך ברכת התורה, הקטע מתחלת ב׳והערב נא׳.
דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 3:43 pm
ולכמה דיעות הוא ברכה בפנ"ע
דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 4:10 pm
סנעקס, אז די פרעגסט שוין ביסטו שוין האלב דארט, מאך נאר נאך א ביסעל עפארט עס איבער צו וועגען, דער אפעטיט קומט מיטען עסען אבער מען מוז קודם עסען געצווינגענעהייט ווי מען האט שוין אויבען געשריבען, און מען דארף א סאך בעטען דער באשעפער
דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 4:27 pm
קוק אביסל איבער שמעלקא טויב'ס אינהאטלסרייכע ארטיקל, וועסטו באקומעןא שטיקל טעם אין די תורה.