עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:43 am
מיין עקרת הבית תחי' האט נעכטן אנגעטון איר רינגל וואס זי האט שוין נישט אנגעהאט א שטיק צייט, אריין איז עס געגאנגען, אבער ארויס גייט עס נישט בשום אופן... וואס טוט מען???
Advertisement
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 6:21 am
מ'פרובירט צו לייגן אויל אדער וועזאלין.
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 6:24 am
א דזשולער קען עס אויפשניידן און צוריק פארעכטן.
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 6:25 am
לייגן דיש וואשער זייף, ס'גליטשט עס ארויס.
אדער אפוואשן די פינגער מיט קאלטע וואסער עס ציעט איין די הענט.
בשורה טובה תדשן עצם...
ובגמרא גיטין, נ"ו:
אדהכי אתי פריסתקא עליה מרומי אמר ליה קום דמית ליה קיסר ואמרי הנהו חשיבי דרומי לאותיבך ברישא הוה סיים חד מסאני בעא למסיימא לאחרינא לא עייל בעא למשלפא לאידך לא נפק אמר מאי האי אמר ליה לא תצטער שמועה טובה אתיא לך דכתיב שמועה טובה תדשן עצם אלא מאי תקנתיה ליתי איניש דלא מיתבא דעתך מיניה ולחליף קמך דכתיב ורוח נכאה תיבש גרם עבד הכי עייל אמר ליה ומאחר דחכמיתו כולי האי עד האידנא אמאי לא אתיתו לגבאי אמר ליה ולא אמרי לך אמר ליה אנא נמי אמרי לך אמר ליה מיזל אזילנא ואינש אחרינא משדרנא אלא בעי מינאי מידי דאתן לך אמר ליה תן לי יבנה וחכמיה...
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 6:27 am
שמירן אויל, וועזאלין, און זייף וכו' האט זי האט שוין פרובירט, ס'העלפט א רעטיך...
חוץ מזה פון אזויפיל פרובירן איז די פינגער אביסל געשוואלן געווארן וואס פארשווערט נאך מער דאס ארויסקומען.
לויט ווי ס'קוקט אויס וועט מען מוזן אננעמען פארשלאפן'ס עצה.
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 7:14 am
שויתי'ניק האט געשריבן:ובגמרא גיטין, נ"ו:
אדהכי אתי פריסתקא עליה מרומי אמר ליה קום דמית ליה קיסר ואמרי הנהו חשיבי דרומי לאותיבך ברישא הוה סיים חד מסאני בעא למסיימא לאחרינא לא עייל בעא למשלפא לאידך לא נפק אמר מאי האי אמר ליה לא תצטער שמועה טובה אתיא לך דכתיב שמועה טובה תדשן עצם אלא מאי תקנתיה ליתי איניש דלא מיתבא דעתך מיניה ולחליף קמך דכתיב ורוח נכאה תיבש גרם עבד הכי עייל אמר ליה ומאחר דחכמיתו כולי האי עד האידנא אמאי לא אתיתו לגבאי אמר ליה ולא אמרי לך אמר ליה אנא נמי אמרי לך אמר ליה מיזל אזילנא ואינש אחרינא משדרנא אלא בעי מינאי מידי דאתן לך אמר ליה תן לי יבנה וחכמיה...
ווייסט איינער צו זיי זאגן היינט אזא מין זאך
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 7:28 am
מיין ב"ב האט שוין געהאט אזא עקספיריענס, מ'האט עס אויפגעשניטן און נאכדעם פאראכטן.
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 9:44 am
אפערירן חלילה דעם פינגער . "אפטיילן" אין א איידעלע שפראך. ארויסריקן דעם רינגל. און דערנאך צוריק באהעפטן כאחד האדם!! וואס לאכט איר ? דאס איז נישט קיין גוטער אויסוועג?
מיין רבי האט אזוי אויסגעדרייט דעם פינגער . אז אלעס פלעגט אראפקומען אהן קיין שוועריקייטן . אפ' די הויט!
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 9:55 am
שויתי'ניק, איך האב געוויסט אז איינער גייט געבען דער עצה, אבער האסט עס איידל אראפגעלייגט. מר. קליען, אויב זיי זאגען נישט, זעמער מיר דא "זיי" צו זאגן. מען טאר נישט נתפעל ווערען פון די אזוי גערופענע סייענטיסטען, זיי ווייסען נישט אלעס, זיי מאכען א סאך מיסטעיקס, גאנצע ביכער וואלט מען געקענט שרייבען וועגען דעם
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 9:56 am
ווי שויתי שרייבט.
לייג דיש וואשער זייף, ס'גליטשט עס ארויס.
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 10:01 am
SPUSMN האט געשריבן:שויתי'ניק, איך האב געוויסט אז איינער גייט געבען דער עצה, אבער האסט עס איידל אראפגעלייגט. מר. קליען, אויב זיי זאגען נישט, זעמער מיר דא "זיי" צו זאגן. מען טאר נישט נתפעל ווערען פון די אזוי גערופענע סייענטיסטען, זיי ווייסען נישט אלעס, זיי מאכען א סאך מיסטעיקס, גאנצע ביכער וואלט מען געקענט שרייבען וועגען דעם
אסאך זאכן זענען נשתנה הטבעים
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 10:32 am
גראדע מען זעט עס היינט אויך.
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 11:09 am
איר פינגער ווערט אלס מער און מער אויפגעשוואלן (מסתמא פונעם לחץ זו הדחק פונעם רינגל), פון זייף וועט זיך עס נישט ארויס גליטשן... איך האב זייער מורא אז די רינגל וועט ברויכן דורכגיין א שווערע אפעראציע.
(איין גוטע זאך וואס זי האט יא דערפון אז יעצט דארף זי נישט זיין באזארגט אז ס'וועט זיך פארלירן אדער גע'גנ'בעט ווערן
).
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 3:29 pm
וויאזוי איז עס אריין פארשטיי איך נישט
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 3:43 pm
ס'איז אריין אביסל שווערליך. די עיקר פראבלעם ביים ארויסקומען איז לויט ווי איך פארשטיי די געשוואלענקייט וואס איז שפעטער געווארן.
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 4:38 pm
אבי ס'נישט געשען אויף דיר נאר אויף דיין רביצן
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 4:45 pm
אשתו כגופו
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 4:47 pm
רשכבהג האט געשריבן:אבי ס'נישט געשען אויף דיר נאר אויף דיין רביצן
איך וואונטש דיר נישט אז עס זאל געשעהן ביי דיין רעבעצין...
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:06 pm
אבער קענסט'יך פארשטעלן די בזיונות פון גיין דאווענען מיט א....
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 6:58 pm
אפדעיט: די אפעראציע אויפן רינגל איז געקרוינט געווארן מיט סוקסעס, עס איז צושניטן געווארן אויף העלפט אין שטוב פון א ספעציעל טרענירטע אידענע פאר אזעלכע פעלער.
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 7:32 pm
ביטע לאז וויסן ווען עס ווערט צוריק צוזאמגעשטעלט.
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 7:37 pm
4-10
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 7:40 pm
כ'האף נאר עס איז נישט די קידושין רינגל... גיי ווייס וואס עס קען פאסירן ביי א באגי מען אינדערהיים...
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 7:41 pm
דיאמאנט רינגל געווען
דינסטאג אוגוסט 02, 2011 9:46 pm
אינטרעסאנט צו וויסן ווי אזוי זיי מאכן דאס?
מ'שניידט? עס איז דאך ממש אויפ'ן פינגער...