עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מאנטאג יולי 25, 2011 3:39 pm
עימיצער האט אפשר א אהנונג, וויפיל עס איז דער מאקסימום און מינומום פרייז, וואס א שרייבער פון א בוך קען בעטן פון איינעם - וואס וויל איבערטייטשן דעם בוך אויף אן אנדער שפראך, און עס אויך פרינטן, דרוקן, און פובלישן?
אין קורצן דער שרייבער דארף נישט טונקן קיין האנט און קאלט וואסער, נאר בלויז באקומען באצאלט פאר די קאפירייט... וויפיל איז דער פרייז דערפאר, אין די גאס?
עס רעדט זיך פון איבערטייטשן פון עברית אויף אידיש...
Advertisement
מאנטאג יולי 25, 2011 4:50 pm
מינימום? מאקסימום? יענער קען דיר בעטן וויפיל ער וויל.
פאר ארום צען יאר צוריק האבעך געוואוסט פון א פרייז פון 2000 דאלער פאר א בוך.
מאנטאג יולי 25, 2011 4:55 pm
כ'הער, 2000 פאר איבערטייטשן א ביכל אליין? אדער פאר דאס וואס פעדער פרעגט אלץ? ער פרעגט אז דער שרייבער דארף טון אלעס מרישא ועד גמירא, דרוקן אליין קאסט וויניגסטענס די פרייז.....
מאנטאג יולי 25, 2011 5:27 pm
למעלה משבעים;
ליין איבער די פראגע. מען רעדט דא פונעם שרייבער פונעם אריגינעלן (אויף עברית) וועלכער וועט פארקויפן די קאפי-רעכטן פאר א געוויסע פרייז פאר א צווייטער וואס וועט דאס איבערטייטשן וכו'.
מאנטאג יולי 25, 2011 5:42 pm
איך_הער האט געשריבן:מינימום? מאקסימום? יענער קען דיר בעטן וויפיל ער וויל.
פאר ארום צען יאר צוריק האבעך געוואוסט פון א פרייז פון 2000 דאלער פאר א בוך.
נאכאמאהל.. כ'מיין דאך צו פרעגן וויפיל איז דער אנגענומענער פרייז ציווישן מענטשן..
און 2000?? געהאקט און געשניטן? כתוב וחתום? ס'הייסט זיצן קען ער מיט די לאפעס ארויף.. און באקומען באקומט ער שישי..
ס'קען נישט געמאלט זיין .. כ'רעד נישט אז ער דארף פון היינט און ווייטער, אויף שטענדיג פארקויפן פארן איבערטייטשער דעם קאפי רייט.. בלויז פארן יעצטיגן מאל...! און ער דארף גארנישט מער טוהן. און נישט פארגעסן אז די דימענד פאר אידיש איז זייער קליין - אין קעגנזאץ צו ענגליש און עברית..מנחם מענדל פארקויפט היינט האלב די ביכער וואס ער האט פארקויפט אמאהל..די גראבע בעלאני באבקעס, איז היינט גאנגבאר. נישט געשיכטעס פון רבי'ס מיט שמאנצע פעדלער'ס..
מאנטאג יולי 25, 2011 9:18 pm
עס ווענדט זיך וואספארא גרויסע בוך.
איך האב לעצטענס פארקויפט די רעכטן פון א ביכל וואס איך האב געשריבן פאר פופצן הונדערט.
מאנטאג יולי 25, 2011 9:19 pm
און ווי גרויס טאקע? ווענדעט זיך עס אין נאך זאכן ? און צו האסטו עס אים פארקויפט פערמענאנט?
מאנטאג יולי 25, 2011 9:27 pm
פארקויפט פערמאנאנט.
איך געדענק נישט פונקטליך ווי גרויס, איך האב עס שוין אויסגעמעקט.
אבער ווי איך געדענק איז עס געווען אומגעפער צווישן צוויי און דריי הונדערט זייטן.
מאנטאג יולי 25, 2011 9:36 pm
א דאנק .. ס'איז מיר שטארק צוניץ געקומען!
דינסטאג יולי 26, 2011 12:03 pm
אה ביסט שוין געהאלפן? ב"ה. באט סינישטא פארקויפן נאר אויף יעצט, ער געט דיר איבער די רשות עס צו דריקן אויף אידיש, און קיינער קענעס נישט טון אויסער דו.
דינסטאג יולי 26, 2011 12:04 pm
די פרעגסט צו דו זאגסט?
דינסטאג יולי 26, 2011 12:25 pm
איך שרייב.
דינסטאג יולי 26, 2011 6:50 pm
וואס טוט מען אויב דער יעניגער, מיין איך דעם שרייבער - שרייט קיי וחיים, אז ער איז נישט מסכים, אויף א פעי אפ פראנט. און ער וויל בלויז איך זאל אים געבן ביי יעדע אויפלאגע וואס איך וועל פובליצירן - א סעיל קאט, פון 15 ביז 20 פראצענט. ביי א כמות פון 1000-2000 קאפיס...אזוי אויף לדורי דורות?
און שלא לשכוח אז מען רעדט פון אידיש, וואס דער פארלאנג איז נישט גרויס.. וואס איז דאן דער דין ..
איז ער סתם א מענטש מיט איבריגע זעלבסט ווירדע אין זיך? אדער צו האט זיין פראפאזיציע עפעס ממשות?
ער טענ'ט אז אויב פארקויפט ער דעם קאפי רייט פערמענאנט, לעולם דוד..דאן האט ער נישט קאנטראל מער קיינמאל אויף דעם...!
און צום ביישפיל אויב וועט איינזעהן בחד יומא, אז דער פארטייטשער פאנפעט אינטער, און הינקעט אין דאס געשעפט.. אדער ער רוקט ווייניגער סחורה, וויפיל ער דער שרייבער האלט, אז ער וואלט געקענט רוקן. דאן בלייבט ער מיט געבינדענע הענט..און ער קען גארנישט טוהן...
צום פונקט: קומט דען פאר א פוילענצער, - וואס שטרעקט נישט קיין פינקי אין דעם הייסן טאפ - אזא פעטן ביסן, בלויז ווייל זיין עלטער באבע האט געשריבן דעם בוך, מיט א היפשע פאר צענדליג, יארן צוריק???
און נאך עד ביאת משיח ...??
דינסטאג יולי 26, 2011 7:04 pm
נאָ..מבינים. העלפט ארויס א מבקש?!
"איך הער"..איך זעה שוין גארנישט אז דו הערסט..אדער עכ"פ עטליסט שרייב!
פרעג כאטש עפעס...טאטע אין הימל!
דינסטאג יולי 26, 2011 7:51 pm
האלא צו קענן דן זיין דארף מען הערן ביידע צדדים. און אוואדי ניש פארגעסן צו באצאלן פסק געלט...
ערענסט גערעדט: ער איניש מחיוב דיר צופארקויפן, אויב ווילסטו מיטן טון ביזנעס דארפסטעך מיט אים דורכקומען.
ס'דא וואס גיבן ניש קיין רעכטן איבערצודריקן אפי' פאר אסאך געלט.
עובדנא ידענא ביי א מחבר ספרים יקרים וואס ער האט ניש געוואלט ערלויבן איבערצוזעצן זיין ספר פון ענגליש אויף אידיש זאגענדיג אז ער האט מורא אז צוליב די ארימקייט פון די אידיש שפראך וועלן זאכן ניש ווערן ארויסגעברענגט כדבעי (עפעס אזוי כ'דענק ניש פונקט וואס ער האט גע'טענה'ט).
עווענטועל האט ער יא ערלויבט - נאכן זיך דורכקומען - איבער צודריקן נאר קליינע חלקים ניש דאס גאנצע.
בקיצור אויב דארפסטו האבן יענעמס רשות, דארפסטעך מיטן דורכקומען. נישטא קיין טענות ומענות
דינסטאג יולי 26, 2011 9:15 pm
א גוטע פוינט . אבער פונדעסטוועגן באדערט אז אזא גוטע ספר זאל בלייבן פארשטויבט אין שאפע , בלויז צוליב זיינע עגאאיסטישע נאטורן
דינסטאג יולי 26, 2011 9:18 pm
קען זיין די דור איניש ראוי דערצו
דינסטאג יולי 26, 2011 11:57 pm
יעך האלט אז 15-20 פערצענט איז צו אסאך געלט צו באצאלן אויסער אויב ס'איז יעצט אויף עברית א גוט גייענדע בוך מיינטאס אז אויף אידעש וועט אויך זיין מער קונים קען זיין לוינט זיך עס יא.
מיטוואך יולי 27, 2011 3:54 am
כ'האף אז דו זאגסט עס נישט בלויז אלס מיטלייד , ווייל איך גרייט מיך יעצט, יענעם אריינצובלאזן, אין באבנס באבן אריין!!!