בלאט 1 פון 2
חלום חלמתי, ואיני יודע מהו
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 9:31 am
דורך יארצייטן
איך זוך א פותר חלום!!
איינער זאגט מיר אז ער חלומ'ט זיך כסדר אז זיינע ציין פאלן אים ארויס, און נאכאמאל און נאכאמאל ווייזט אים די שר החלומות אז זיינע ציין פאלן אים ארויס!
ער איז זייער דעשראקן, און נאך מער נאכדעם ווי עטליכע האבן אים נאך מער אנגעשראקן אז ארויספאלנדע ציין אינמיטן א חלום ווייזט אויף דאס ארגסטע
וואס קענט איר ארויסהעלפן?!
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 9:36 am
דורך מאקאווער
וואס מ'טראכט בייטאג חלומט מען זיך באַנאַכט - חלומות שוא ידברו
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 9:39 am
דורך מאשקע
ס'איז דא אין גמרא אין ברכות פארשידענע פתרון חלומות, כ'מיין אז ארויסגעפאלענע ציין איז אויך צווישן זיי. אויב נישט איז עס ערגעץ אין אנדערע ספרים. איך געדענק אז ס'ווענדט זיך צי די אויבערשטע ציין אדער די אונטערשטע.
אבער מ'דארף נעמען אין באטראכט אז מאן דלא קפיד לא קפדינן בהדי', וואס דאס גייט ארויף אויך אויף חלומות. אויב נעמט מען עס נישט אן ערנסט פאסירט גארנישט בעז"ה.
אויך שטייט אז מ'זאל גיין פותר חלום זיין ביי א גוטן חבר, און אויב יענער גיבט א גוטן פתרון וועט עס זיין גוט, ווייל ס'ווענדט זיך אסאך אינעם פתרון. די בעסטע איז צו גיין צו א גוטן איד וואס ווייסט שוין וואס צו זאגן אויף יעדן חלום.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 9:45 am
דורך יארצייטן
מאקאווער האט געשריבן:וואס מ'טראכט בייטאג חלומט מען זיך באַנאַכט - חלומות שוא ידברו
שלאף ווייניגער העסטו חלומ'ען ווייניגער
טראכט גוט וועט זיין גוט
מאן דלא קפיד לא קפדי' בהדי
איך ווייס אויך די אלע מאמרים, איך רעד אבער פון איינעם וואס טראכט גוט, ער האט נישט געטראכט פון קיינע ציין בייטאג, און האט נישט קיין גוטן יוד איצט ביי די האנט
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 9:46 am
דורך מאשקע
דו אליין קענסט אים פותר חלום זיין צום גוטן, אדער שיק אים צו סיי וועלכע גוטע חבר, אבער זאג קודם פאר יענעם חבר אז ער זאל פותר זיין אויף גוטן.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 10:05 am
דורך גולם
איך ווייס אז ווען דע ציין פאלט ארויס מאכט מען געלט...
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 10:17 am
דורך your friend
דאס איז א סימן אז ער דארף פיצן די ציין עפטער.
בדוק ומנוסה
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 10:30 am
דורך DotCom
מזאגט נאך פונעם בעל דברי יואל זי "ע אז היינטיגע צייטן איז עס כמעט שוין נישט שייך ווייל קיינער איז נישט אזוי בעל הבית אויף זיין מחשבה צו וויסן פונקטליך וואס ער האט געטראכט אין די לעצטע חדשים אדער אפילו יארן וואס ווי באקאנט די חלומות ברענגען ארויס טיף איינגעקריצע זכרונות פון יארן צוריק ממילא די אלע מאמרים מיינט נישט אונזער דור
אזוי אויך שטייט אין ברכות סוף הרואה כגעדענק נישט יעצט די לשון אז א שלעכטע חלום קומט מען אפ מיט די דאגה וואס מען האט צופרי און די תשובה דערנאך
אזוי אויך איז גוט צו טהון די פשוטע פתרון חלומות פון סידור, אויב גארנישט העלפט נישט זאל ער בעטן זיין דזשענעראל דאקטער אביסל זאלאפט, עס איז פוסטע דמיונות
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 10:39 am
דורך פעדער
יארצייטן האט געשריבן:איך זוך א פותר חלום!!
איינער זאגט מיר אז ער חלומ'ט זיך כסדר אז זיינע ציין פאלן אים ארויס, און נאכאמאל און נאכאמאל ווייזט אים די שר החלומות אז זיינע ציין פאלן אים ארויס!
ער איז זייער דעשראקן, און נאך מער נאכדעם ווי עטליכע האבן אים נאך מער אנגעשראקן אז ארויספאלנדע ציין אינמיטן א חלום ווייזט אויף דאס ארגסטע
וואס קענט איר ארויסהעלפן?!
עס איז נישט אזוי אוועקצומאכן. ווייל איך האב נאכגעקוקט דעם פתרון. אויף ארויסגעפאלענע ציין און ס'איז גארנישט אזוי אנגענעם. געווען איז עס אין די וואך וואס איינע פון מיינע עלטערן זענען נסתלק געווארן.
און איך האב נאך דאן גארניט געוואוסט אז עפעס גייט פאר און דער חולה איז קראנק...
און געווען בין איך דאן אפוועזנד פון מיין געבורטסארט .
אקיצור א מעשה, א קיעלע א ווייסע, א שעפסעלע א פינקע, א גויטע א שטינקע,
(כ'וויל נאר אכט געבן אז עס זאלן ביי קיינעם זיך נישט פארוואגלען קיין טרערן)
האב איך דאן איין נאכט זיך אויפגעוועקט א שווייס באגאסענער. (עה צו דראמאטיש!!! אביסל לייכטער. פעדער!
כפארשטיי די האסט נישט קיין געפיהלן! סך הכול ביסטו נאר א פעדער ! אבער די קענסט נאך חלילה פירן צו אפאר פאטאלע הארץ אטאקעס רח"ל)
און בחלום ראיתי ווי א דאקטער שלעפט מיך ארויס אלע ציינער.
שפעטער דערויף בין איך געוואויר געווארן כל מה דמתרחש, און איך האב פלינק ארינטערגעהויבן מיין פעקל ביינער און געפליכטעט צום געשעהעניש - ארט.
אלזא, נאכן שבעה האב איך אריינגעקוקט אין יעקב עמדין סידור, איז געשטאנען אז דער פתרון פאר דער יעניגער וואס חלומ'ט ווי זיינע ציין האבן אים פארלאזט איז - מת לו מת.
א שוידער איז מיר אדורכגעלאפן די קערפער.
נישט אז איך בין דער גרויסער צדיק און נביא. וואס מען זאל מיך מיטטיילן פון אויבן מיטן בעפארשטייענדיגס!
נאר עס האט מיר דערמאנט פונעם "פעמים שמראין לו לאדם"
די שאלה איז נאר צו ארויספאלנדע ציין . און ארויסשלעפן בידי אדם - האבן די זעלבע באדייט
דערצו האב איך מחדש געוועהן אז וויבאלד היינט איז דער וועג ארויסצונעמען ציין דורך א רופא אין מאשינען!
וואס אין די אלטע צייטן האט מען לכאורה געלאזט די ציין בבחינת ירעו עד שיסתאבו.
"א שאד ארויסצושלעפן" און בכלל האט מען אין אזא גיל ווי מיך, באלד שוין נישט געהאט קיין ציין, טא איז עס מסתם היינו הך!
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 10:44 am
דורך מאשקע
פעדער, וואס איז פשט פון דיין צעהאקטע פעדער? פארוואס איז דא אן ענטער נאך יעדע צענטע ווארט? דו שרייבסט זייער גוט, נאר א שאד אז ס'קען זיך נישט ליינען פליסיג.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 10:44 am
דורך פעדער
העיקר שכחתי .
די האסט זיכער נישט וואס מורא צו האבן ווייל, ווי שוין דערמאנט פון אנדערע איז עס שוין מעגליך היינט נישט נוגע.
און ס'דאך באקאנט אז הכל לפי הפיתרון אין יענעם טאג בעט איינער זאלדירעס פותר זיין צום גיטן
ועל הכול אויב העלפט נאכאלץ נישט . וואלט איך געראטן זאלסט אפשטאטן א לענגערע באזוך ביים דאקטער.
און ער זאל גרינטליך באזוכן דיינע ציינער. זעהן צו די ברויכסט נישט עפעס רענארוואציעס דארט..
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 10:48 am
דורך פעדער
ווייל אין די אלטע צייטן האט מען מיך פארשריגן אז איך שרייב צו צופאשט און צוזאמגעשטויסן.
אלזא איך ווייס נישט ווי צו שטיין . איך געפין מיך ציווישן טיר און שוועל, וויזוי גייט דער פאכטל ? בלויז קאמעס און שטרעכלען וועלן מאכן די זאך? אדער ברויך איך אויך נקודות הטעמים? און אפשר גאר ירושלימ'דיגער - הפטרה - געזאנג. אפשר וועט פשטא'נען אביסל,ארויסהעלפן מיט די שוועריקייטן
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 10:54 am
דורך מאשקע
צום ביישפיל, אזוי וואלט דער תגובה געדארפט אויסקוקן: (נאר פאראכטן פאראגראפן, נישט ספעלינג און גראמאטיק)
פעדער האט געשריבן:העיקר שכחתי. די האסט זיכער נישט וואס מורא צו האבן, ווייל ווי שוין דערמאנט פון אנדערע איז עס שוין מעגליך היינט נישט נוגע, און ס'דאך באקאנט אז הכל לפי הפיתרון אין יענעם טאג בעט איינער זאלדירעס פותר זיין צום גיטן.
ועל הכול אויב העלפט נאכאלץ נישט . וואלט איך געראטן זאלסט אפשטאטן א לענגערע באזוך ביים דאקטער. און ער זאל גרינטליך באזוכן דיינע ציינער. זעהן צו די ברויכסט נישט עפעס רענארוואציעס דארט..
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 10:59 am
דורך פעדער
יא פארשטאנטאטותי. זייער פארשטענדליך! תודה על העבר ובקשה על העתיד. "איך האף אז איך דערלערן מיך טאקע עפעס. איך וויל נישט אויסזעהן ווי דער "שטאטס נאר". אייגנטליך פארשטיי איך טאקע נישט וויאזוי מען לאזט ארויס ציווישן די נעגל אזא פעטן העכט!
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 11:00 am
דורך יקוםפרקן
דער פתרון איז:
שן תחת שן, זאגט רש'י הקדוש דמי שנו,
און אזוי ווי ציין קאסט היינט אסאך געלט, וועט אייך איבערגעפילט ווערן די טאשן מיט גאלדענע רענדלעך אזש אז עס וועט פאלן פון אלע זייטן.
אכי"ר
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 11:36 am
דורך אונגארישער
יקוםפרקן האט געשריבן:דער פתרון איז:
שן תחת שן, זאגט רש'י הקדוש דמי שנו,
און אזוי ווי ציין קאסט היינט אסאך געלט, וועט אייך איבערגעפילט ווערן די טאשן מיט גאלדענע רענדלעך אזש אז עס וועט פאלן פון אלע זייטן.
אכי"ר
אמן ואמן
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 11:45 am
דורך איזעי
פעדער האט געשריבן:און בכלל האט מען אין אזא גיל ווי מיך, באלד שוין נישט געהאט קיין ציין, טא איז עס מסתם היינו הך!
עס איז מיר גוט געווארן...
פעדער! ווי אלט ביזטו??!
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 11:53 am
דורך פעדער
נא ! גילו גיל..! התורה כפל כדי להחמיר! גענוג אלט צו קענען האבן געווען דיין פּראַק רביֱ!
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 11:56 am
דורך איזעי
איך האב ב"ה נישט געהאט קיין פראק רבי, איך ווייס נישט פון וועלכע רבי'ס דו רעדסט
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 12:03 pm
דורך פעדער
איך רעדט די פון לאגער. די וואס האבן געריפעוועט אז מען זאל זיי געדענקען אויף אייביג. לעולם דוד.לצנח צנחים
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 12:06 pm
דורך פעדער
דערויף זאגט מען: וואלסטו געווען עלטער, וואלסטו פארשטאנען.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 1:39 pm
דורך י
איין נאכט האב איך געזעהן א תרנגול בחלומי. די גמרא זאגט הרואה תרנגול בחלום יצפה לבן זכר. ולימים האט זיך ארויסגעשטעלט אז האב געהאט א בן זכר
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 2:06 pm
דורך מעלות-חברינו
גיי צו א דענטיסט.
גם אני בחלומי, איך האב זיך אויך שוין אמאל גע'חלומ'ט אז מיין ציין פאלט מיר ארויס, און א טאג, אדער א טאג צוויי, שפעטער, איז מיר א צאן ארויסגעפאלן...
אמת'ע מעשה.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 3:40 pm
דורך פעדער
די ערגסטע חלום וואס איך האב נאר געחלומ'ט. כ'געדענק עס נאך ווי היינט ה"י. כ'האב געחולמ'ט אז אין געציילטע מינוטן וועל איך מיך אויפוועקן, און ליידער ליידער, כנים היו הדברים. איך האב מיך נעבעך אזוי יונג ערוועקט פונעם זיסן אנגענעמען שלאף....
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 18, 2011 11:45 pm
דורך מאשקע
יארצייטן, כ'קען עפעס נישט שיקן דורך אישית. ביטע אישי מיר אריין דיין אימעיל אדרעס.