עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דינסטאג יולי 19, 2011 12:03 am
מאשקע טייערע,
שקויעך פארן זיך אזוי שיין אפגעבן מיט א פאר'חלומ'טן.
Advertisement
פרייטאג דצמבר 27, 2013 4:15 am
וארא בחלומי והנה...
איך זיץ רואיג און פארברענג מיט מיינע קינדערלעך, ווען פלוצלונג מערק איך עפעס רירט זיך אויפן דאך. איך קוק ארויף זע איך א אויפגעעפענטע שטיקל דאך, קוקנדיג צום הימל ארויף, איך זע א ריזיגע פעלזן שטיין שוועבט העכער אונזער בנין, קומענדיג נענטער ווי כאילו עס גייט אריינקראכן. די פעלז האט קורסירט אין א ציקל, אזוי אז כסדר האבן זיך אנגעזען אנדערע שפיצן פון דעם ריזן פעלז (גרויס ווי א שטאט) כסדר קומענדיג נענטער און ווייטער.
יענע מאמענט האב איך אינגאנצן געהאפט צו גאט, אלקים הרועה אותי מעודי עד היום הזה וועט מיך ווייטער נישט פארלאזן. בחסדי השם איז דער פעלזן אוועקגעפארן פון דארט, אבער...
תיכף דערנאך פארן אריבער אויפן הימל, ווערנדיג געזען דורכן זעלבן 'פירצה' אויפן דאך, צוויי ריזן באשעפענישן. איינס דומה צו סרטן און דאס אנדערע דומה צו עקרב, זיי זענען ביידע געווען אין גרינליך-ים קאליר און געגאנגען איינס הונטערן אנדערן. אזוי איז אויסגעקומען ווי א שורה, די פעלזן, דער סרטן, און דער עקרב.
ביים גיין, האבן זיי נישט געשפרייזט פון זיך אליינס, די פיס האבן זיך נישט גערירט, עס האט נישט אויסגעזען ווי זיי האבן חיות, נאר ענדערש ווי די בריאה (אדער ווינט) האט זיי געטראגן, ביז זיי זענען נעלם געווארן.
זיי זענען געווען אזוי גרויס אז סהאט אויסגעזען ווי אט אט מאכן זיי חרוב די גאנצע בריאה.
ביים אוועקרייזן האט זיך אנגעזען א קליין פייערל אויפן הימל. געשמועסט האט מען אז דאס איז א פויגל אדער פליענדיגע אביעקט (פליגער? UFO?) וואס איז פארברענט געווארן זייענדיג פונקט אין זייער וועג.
איך בין געווען זייער דערשראקן אבער פארט געלויבט דעם אויבערשטען אז זיי האבן נישט געמאכט קיינע שאדן. איך טראכט דאס איז זיכער א מהלך וויזוי דער אייבערשטער וויל איבערשרעקן די רשעים וחוטאים זיי זאלן חרטה האבן אויף זייערע מעשים. איך בארואיג מיין משפחה און לויף ארויס אין גאס איך זעה אידן יאגן זיך אלע אין איין ריכטונג, אוועק פונעם הימלישן מראה.
איך שטעל אפ איינעם און פרעג יענעם צי ער האט אויך געזען זאגט ער יא דארט איז עס! און וואו אהין גייט מען? וואס הייסט וואו, אין שוהל אריין, משיח קומט!
איך בין אויך געלאפן אין שוהל אריין אויף 20'סטע סטריט אין מאנהעטן (דאס איז שוין חלומ'יש..) דארט וואו די B&H אידן קומען זיך צוזאם דאווענען מנחה מעריב (וואס!?... יא, אזוי גייט די חלום). דארט טוט זיך כאילו לא היה, עס קוקט אויס ווי זיי ווייסן נישט פון גארנישט און פארבייסן משקה מיט מזונות איבערשמועסנדיג זייער טאג ארבייט. איך האב דאן איינגעזען אז נישט אלע אידן האבן מיטגעהאלטן דען מחזה אויפן הימל.
איך גרייט מיך צו דאווענען מנחה, איך בין נאך גוט דערשראקן.... ויהי בבוקר ותפעם רוחי
סארי פארן איבערדערציילן מיין חלום.
א פתרון דרינגענג געזוכט?
פרייטאג דצמבר 27, 2013 4:15 am
ביים אויפשטיין האב איך מיר זעלבסט מטיב חלום געווען איבערזאגנדיג דעם חז"ל אין ברכות כל החיות יפין לחלום חוץ מן הפיל, ממילא איך האב דאך געזען סרטן מיט עקרב. פארט אבער וואס איז דער שוועבענדער סלע? אדער חלמיש?
דורכן טאג האב איך געטראפן אין עין השמש פון מהרי"ל עניני פתרון חלומות. די עיקר איז ער מטיב די סארט חלומות פון חז"ל אדער בקבלה וואס איז נישט קיין גוטע סימן, און ער ברענגט פסוקים וואס צייגן אויף גוטס רעדנדיג פון א ענליכע עפיזאד.
למשל זאגט ער אויב ער חלומט ווי די דאך עפענט זיך אויף זאל ער זאגן די פסוק יפתח ה' לך את אוצרו הטוב את השמים וגו'. און אויך אם לא אפתח לכם את ארובות השמים והריקותי לכם ברכה וגו'.
אויף אבן אדער סלע מיין איך זאגט ער, ויניקהו דבש מסלע, המוציא לכם מים מצור החלמיש.
בעיקר דארף מען זאגן א גוטן פסוק.
שפעטער געטראכט דעם פסוק בירמיה כה אמר ה' מאותות השמים אל תחותו וגו'.
איז פארהאן עפעס א חולם חאכאם ערגעץ שנעתר לבקשתינו וכו' וישבות בעירינו?
פרייטאג דצמבר 27, 2013 10:22 am
חלמא טבית חזית, חלמא טבא חזית, חלמא טבא חזית.
סל"ע ר"ת ס'ולח ל'כל ע'וונותיכם, אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה.
סרט"ן, ס'לקא ר'ע ט'ב נ'חית.
עקר"ב, ר'וממת ב'חסדך ק'רן ע'מך.
ע'ושים ב'אימה ר'צון ק'ונם.
פרייטאג דצמבר 27, 2013 2:22 pm
ניחמתני!
נאך א חזל, אם פגע בך מנוול זה משכהו לבית המדרש אם "אבן" הוא נימוח... אזוי גייט טאקע דער חלום אז איך בין געגאנגען אין שוהל אריין...
א רמז אז סוף סוף וועלן מיר בייקומען דעם יצר הרע און ער וועט נעלם ווערן פון די בריאה בב"א.
מאנטאג דצמבר 30, 2013 12:52 pm
אז מ'באקומט אזא גוטע פתרון מיינעך אז איך גיי אנהייבן אראפשרייבן דא מיינע חלומות.
--
חלמא טבית חזית, חלמא טבא חזית, חלמא טבא חזית.
זונטאג יוני 22, 2014 12:25 am
אמת'ע מעשה דעם פרייטיג צונאכטס פ' קרח תשעד:
איך ליג אין בעט רואיג, איך לאז מיינע געדאנקען שוועבן צוריק צו די זכרונות פון די ישיבה יארן, די געשמאקע חברים וואס מ'האט אינאיינעם פארברענגט די טעג בתורה וידידות און וואס נישט. אט געפונען זיי זיך טאקע דא נעבן מיר. עס איז אן אויספלוג וואס איז אונטערגעקומען אויפן מאמענט, מיר אלע חברים זענען דא אצינד אויף א גרויסן אמעריקאנעם קרוז שיף. איך בין פון די גליקליכע וואס האבן באקומען א אפענע צימער אויפן דעק פון שיף, אפען צום הימל. די שיף שפרייזט אינעם אפענעם ים נישט צו ווייט פון יבשה, און איך ליג און באטראכט די הערליכע בלויע הימל העכער מיין קאפ, וואס גאט האט פאר אונז באשאפן.
א מאדנע ספעקטאקאל שפילט זיך פלוצלונג אפ. אין די לופטן העכער אונזער שיף צירקולירן א רייע שיפן אנגעבינדן איינס אונטערן צווייטן, 10-15 אין צאל. די שיפן זענען ווייס געפארבט און יעדעס איינע טראגט עפעס א סימבאל. איך באטראכט די געמאלעכטס און איך דערקען דאס זענען סימבאלן אדער פענער פון אנדערע לענדער, איין לאנד האב איך אפגעליינט אלס טערקיי און אנדערע אייראפעאישע לענדער. פון אונטער די שיפן הענגען אראפ לאנגע קאלירטע דיקע שטריקן, ביי די ענדע פון די שטריקן זענען צוגעבינדן אזעלכע קאבינעס אין וועלכע עס געפונען זיך קעמפער וואס ווארפן באמבעס רח"ל.
ביז עטליכע סעקונדן הער איך העכער מיר אינעם שיף די 'טיק טיק טיק' צייכן ווי א באמבע גייט אט אט אויפקראכן ה"י. זעט אויס די אטאקירער האבן זיך געוואגט אנצוגרייפן אן אמעריקאנעם שיף. צו מיין מזל איז די באמבע געווען נישט ממש נעבן מיר, אבער איך האב געהערט א מעכטיגן אויפרייס קומענדיג פון איינע פון די אונטערשטע צימערן. איך בין געווען דערשראקן צום טויט. נאך א מינוט פון שטילקייט לויף איך ארויס אנאליזירן דעם שאדן, איך זע די פליענדע שיפן האבן זיך עטוואס דערווייטערט פון אונז. איך לויף אראפ אינעם אונטערשטן שטאק איך קוק ארויס פון די פענסטער און איך זע אז פון די אימפעקט איז אונזער ריזיגער שיף ממש ווי געאנקערט צום בארטן זיך אנלאנענדיג אויף א גרויסע געביידע וואס איז דארט געשטאנען, אזוי אז מען האט געקענט ארויסקריכן פון פענסטער פונקט צום דאך פון די געביידע. איך זע אפילו ווי אייניגע חברים האבן געטון צו די זאך און געפונען זיך שוין ביי די אנדערע עק פונעם געביידע ווארטענדיג פאר הילף.
איך בין צוריק ארויף צו מיין אפענע צימער זען צי די אמעריקאנער וועלן צוריקשיסן, אבער זעט אויס די שיף איז נישט געווען א קאמפס שיף, ליבערשט א קרוז שיף. איך פרעג צי אלע חברים זענען אקעי, איך זע ווי עטליכע מאטראזן טראגן ארויס איין חבר אביסל צעבלוטיגט אויפן פנים אבער גייט אליינס ב"ה.
איך הער גערודער, איך קוק ארויף אט קומען די פליענדע שיפן צוריק. וויי געוואלד זיי גייען אטאקירן נאכאמאל ח"ו?! געשווינד לייג איך מיך אראפ אויף מיין בעט האפענדיג אויפן בעסטן און זיך אנגארטלענדיג חיזוק נישט זיך צו לאזן פון די אטאקירער. נאך עטליכע פיינפולע סעקונדען הער איך ווידער אמאל 'טיק טיק'...
איך וועק מיך אויף מיט א טרייסל אין אלע מיינע גלידער.
חלמא טבא חזינא, חלמא טבא חזינא, חלמא טבא חזינא.
גוטער פתרון דרינגענד געזוכט.
יישר כחכם
זונטאג יוני 22, 2014 12:35 am
פונקטע יעצטע לערן איך דריטע פרק ברכות,
פששש... שוועמל.. ס'קומט גוטע צייטן!
ווער ס'האט שכל זאל שוין גוט ווערן מיט דיר, פאר ס'איז צו שפעט.
כ'האב נאר מורא, אז באלד הערסטו שוין אויף צו שרייבן אויף אייוועלט. אך א שאד דיר צו פארלירן.
שוועמל כ'בעט דיר ווען די ווערסט א גביר, פארגעס נישט, דיין חלום האט מען פותר געווען דא אויף אייוועלט.
זונטאג יוני 22, 2014 12:36 am
טויש די אלארם קלאק זאל מער נישט מאכן טיק טיק
זונטאג יוני 22, 2014 1:39 am
הרב נישט,
אמן!
א גרויסן דאנק.
איך האב אינדערפרי איבערגעלערענט די גמ' דארט היושב בעריבה קטנה שם טוב יוצא לו בעריבה גדולה לו ולכל משפחתו וה"מ דמדליה דלויי.
לכאורה,
ווי געשריבן איז עס געווען שבת, נישטא קיין וועקער זייגער.
דינסטאג יולי 01, 2014 2:50 pm
איך האב געחולמט אפאר טעג צוריק, ווי איך שטיי אין שמועס מיט א חבר אין א חצר (איך ווייס נישט אין וועמענס) אזוי אינמיטען שמועסען האט מיין חבר פלוצלינג באמערקט א ריזיגע ווייסע שלאנג ממש לעבן מיר, ער האט זיך גענימען שרייען, איך האב נאך אנגעיאגט זיך אויס צידרייען אין געזען די שלאנג שוין גרייט צי בייסען, אבער פין מיין חבר'ס צעקות האב איך מיך אויפגעוועקט, דער זייגער האט געוויסען 5:52, אין איך האב מיך אויסגעדרייט אויף די צווייטע זייט.
חלמא טבא חזינא, חלמא טבא חזינא, חלמא טבא חזינא.
דינסטאג יולי 01, 2014 2:59 pm
דוקטור האט געשריבן:איך האב געחולמט אפאר טעג צוריק, ווי איך שטיי אין שמועס מיט א חבר אין א חצר (איך ווייס נישט אין וועמענס) אזוי אינמיטען שמועסען האט מיין חבר פלוצלינג באמערקט א ריזיגע ווייסע שלאנג ממש לעבן מיר, ער האט זיך גענימען שרייען, איך האב נאך אנגעיאגט זיך אויס צידרייען אין געזען די שלאנג שוין גרייט צי בייסען, אבער פין מיין חבר'ס צעקות האב איך מיך אויפגעוועקט, דער זייגער האט געוויסען 5:52, אין איך האב מיך אויסגעדרייט אויף די צווייטע זייט.
חלמא טבא חזינא, חלמא טבא חזינא, חלמא טבא חזינא.
אזוי וועסטו פטור ווערן פון אלעס בייזן בע"ה
מיטוואך יולי 02, 2014 8:29 pm
דוקטור האט געשריבן:איך האב געחולמט אפאר טעג צוריק, ווי איך שטיי אין שמועס מיט א חבר אין א חצר (איך ווייס נישט אין וועמענס) אזוי אינמיטען שמועסען האט מיין חבר פלוצלינג באמערקט א ריזיגע ווייסע שלאנג ממש לעבן מיר, ער האט זיך גענימען שרייען, איך האב נאך אנגעיאגט זיך אויס צידרייען אין געזען די שלאנג שוין גרייט צי בייסען, אבער פין מיין חבר'ס צעקות האב איך מיך אויפגעוועקט, דער זייגער האט געוויסען 5:52, אין איך האב מיך אויסגעדרייט אויף די צווייטע זייט.
חלמא טבא חזינא, חלמא טבא חזינא, חלמא טבא חזינא.
יעצט געלערנט די גמ' ברכות דף נ''ז ע''א,
שטייט דארט הרואה נחש בחלום פרנסתו מזדמנת לו,
זאל דער אייבישטער העלפען זאלסט מאכען אסאך געלט, אבער איין זאך ביטע, טויש פראפעשאן קודם, דער עולם זאל נישט דארפן קראנק ווערן אז די זאלסט מאכן פרנסה
דאנערשטאג יולי 03, 2014 7:09 am
יש"כ, אין אמן אויף דיינע ברכות, וכן למר.
איך האב נישט געוואלט נאכקיקען אין גמרא, ווייל איך האב נישט געוויסט צי עס שטייט גוטס אדער נישט.
זיי נישט באזארגט, איך בין נישט קיין דאקטער, דער עולם קען בלייבען געזונט, מיין פרנסה איז א זאך וואס תמוז- אלול איז דא א ספעשל גרויסע דעמענד, איז דאס געווען א גיטע סימן.
מאנטאג יולי 07, 2014 10:05 pm
איך טראכט יעצט אז 5 52 איז 5 מאל בן ביי א בן שטייט אז זכר זה בא וככר בידו אז ווען א זון ווערט געבוירן ברענגט ער מיט די פרנסה, זעהט אויס א פון הימל ווייזט מען אז די גייסט מאכען כאטש פינעף מאל דאס געלט וואס די ברויכסט,
בן (52)חמש(5) למקרא אז די\דיין זון וועלן לערנען פלייסיג,
נאך עטליכע גוטע פסרונות פאלן מיר יעצט ביי אזוי שרייבענדיג אבער איך האב נישט קיין געדולד צי שרייבן מער, זאלן אלע גוטע פסרונות מקוים ווערן.
כל טוב א גוטע נאכט