Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך יולי 13, 2011 1:06 pm

יקותיאל ישר כח פאר די מעשה, טרערן מיט התעורות , עס זאל נאר אונהאלטן

Advertisement

מיטוואך יולי 13, 2011 1:17 pm

פעדער האט געשריבן:באציענדיג זיך צו יקתואל. אה! דיינע ווערטער זענען כמים קרים על נפש עיפה. ווי באלזאם אויל אויף א אפענער וואונד!
און דיין שפראך איז דאך ווי גיסנדע פערל ווערטער. פון א געשולטע בעל דרשן !
ניין באמת איך בין מורא'דיג נתפעל, שוין אפגערעדט די מעשה . אבער דער וועג וויאזוי די לייגס'ט עס אראפ! מתוק מדבש!
מאָ...מאָ... זאג מיך כאטשיג א פיקטיווע דוסקריבציע וויאזוי די זעסט אויס , אז דער דמיון זאל בעסער ארבעטן .
א לאנגע בארד האסטו? און ווי פלאצירסטו עס דורכאויס די נאכט אינטער די דאכענע? אדער איבער די דאכענע?
עה...כ'ווערטל בלויז .. דער זינד פון גילו איז אפילו בציור, אין מחשבה.
אגב א ענליכע מעשה ווערט געברענגט עם המשמש של הבעש"ט
ומובא גם מקדמ' בספרי מחנים . ואכן אף צייר תמונה של הפראפעסער עם התפילין על ראשו
וכמו כן מנגנו ר' יו"ט.. א ריזיגן דאנק


איך גיי דיר זאגען דעם אמת איך האב עס גענומען פון די בוך אמונה גארטן ערגעץ אנפאנג פון זיין בוך האט ער עס אזוי באשריבן
ווילסט נאך אלס וויסן וויאזוי איך זעה אויס?

מיטוואך יולי 13, 2011 1:21 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:זאגן א פרעכע ליגנט פאר א קינד ?

בכלל נישט, ס'איז גראדע יא אמת, נאר נישט די גאנצע, און איך מוז נישט אלעס זאגן פארן קינד. אפשר נאך זאגן פונקטליך ווי אזוי צעשניטן?? הש"י. נאכאמאל כ'מוז נישט אלעס זאגן. אויב דער קינד ווערט געוואר וועל איך עס פרובירן ממתיק זיין.

מיטוואך יולי 13, 2011 2:10 pm

דאס איז אמאל זיכער אז מען דארף פארציילן פאר די קינדער קלאר און מיט אלע פרטים, וויאזוי דער קינד האט געבלאנדזשעט, און פארוואס ער האט געבלאנדזשעט, און וויאזוי דער יעניגער האט אים פארנארט.
וואס פונקטליך יענער האט מיט אים געטון, איז שוין א באזונדערע זאך, דאס לאז איך פאר אנדערע צו זאגן וויאזוי צו פארציילן, אבער דער קינד דארף וויסן פון וואס זיך אבאכט צו געבן, ער דארף וויסן און "ציטערן" אז עס זענען דא רשעים מושחתים אכזרים וואס וועלן זיך צוכאפן צו א געלעגנהייט אים צו פארכאפן, "און זיי קוקן נישט אויס ווי קיין באגי מענ'ס".

מיטוואך יולי 13, 2011 3:03 pm

יישר כח יקותיאל, מוראדיג מוראדיג!

מיטוואך יולי 13, 2011 3:31 pm

יקותיאל האט געשריבן:
פעדער האט געשריבן:באציענדיג זיך צו יקתואל. אה! דיינע ווערטער זענען כמים קרים על נפש עיפה. ווי באלזאם אויל אויף א אפענער וואונד!
און דיין שפראך איז דאך ווי גיסנדע פערל ווערטער. פון א געשולטע בעל דרשן !
ניין באמת איך בין מורא'דיג נתפעל, שוין אפגערעדט די מעשה . אבער דער וועג וויאזוי די לייגס'ט עס אראפ! מתוק מדבש!
מאָ...מאָ... זאג מיך כאטשיג א פיקטיווע דוסקריבציע וויאזוי די זעסט אויס , אז דער דמיון זאל בעסער ארבעטן .
א לאנגע בארד האסטו? און ווי פלאצירסטו עס דורכאויס די נאכט אינטער די דאכענע? אדער איבער די דאכענע?
עה...כ'ווערטל בלויז .. דער זינד פון גילו איז אפילו בציור, אין מחשבה.
אגב א ענליכע מעשה ווערט געברענגט עם המשמש של הבעש"ט
ומובא גם מקדמ' בספרי מחנים . ואכן אף צייר תמונה של הפראפעסער עם התפילין על ראשו
וכמו כן מנגנו ר' יו"ט.. א ריזיגן דאנק


איך גיי דיר זאגען דעם אמת איך האב עס גענומען פון די בוך אמונה גארטן ערגעץ אנפאנג פון זיין בוך האט ער עס אזוי באשריבן
ווילסט נאך אלס וויסן וויאזוי איך זעה אויס?

וואס איז ? די מיינסט צו מרמז זיין אז דער גארטן פון אמונה האט דיר געמאכט פאר אן אנדער מענטש?
דאס ווייס איך נישט ! אבער געמאכט פאר א געשמאקע מאריך! דאס יא

PHD Norman Blumenthal: On How to Talk to Your Kids After The

מיטוואך יולי 13, 2011 4:45 pm

http://www.zingmit.com/2011/07/phd-norm ... lk-to.html

Mayor Menashe Miller On Tragic Story Of Leiby Kletzky A'H

http://www.zingmit.com/2011/07/mayor-me ... ry-of.html

מיטוואך יולי 13, 2011 5:23 pm

July 13, 2011 B”H
ADVICE TO PARENTS ON HOW TO
TALK TO THEIR CHILDREN ABOUT THE TERRIBLE TRAGEDY
OF THE MURDER OF LEIBBY – A 9-OLD BOY IN BROOKLYN

Everyone is horrified by the events of the past two days and that a young child walking home could be abducted and murdered. How do we explain this to our children? How do we help them, and for that matter ourselves, make sense of this?

It is important to have an age-appropriate conversation with your children. Children may hear information which often is incomplete and even erroneous. Hearing from you, their parents, the people they trust and love, is the best source for information and reassurance.

1) Prepare for your conversation with your children and have a unified message. Be in the right frame of mind and devote your full attention to this discussion. Are you ready to have this important conversation though you may not have answers to some of the questions?

Begin the conversation by asking your child what he or she heard. Listen quietly until he or she finishes talking. Before you say more, summarize to your child what you heard him or her say. Keep your sentences short and simple.

2) Reassure your child that the world is still a basically safe place. Project a sense of confidence in your ability to take care of your children and help them be safe.

3) Explain in words your child will understand that this was a terrible act committed by a sick person.

4) What are the rules of the home that you may or may not want to change, for example, if your child has permission to go to the store alone or walk to school alone? You may want to make some changes in the short term, discussing this with your son or daughter and asking them their opinions as well. They may not understand that an event that happened in another community should affect their daily routine. Give practical examples in an age-appropriate way.

5) Tell your children and reassure them that it is safe to speak to you and important to share what they are thinking and feeling. Most children actually do want to speak and share information with parents, including adolescents.
Every child, at every age, has questions. Even if they are not asking you questions immediately, go back and check in with them later in the day or over the next few days.

Keep the dialogue going. Don’t make them anxious or scared by asking them questions too often. It is not unusual for a child to move on from a story very quickly. Young children may even go back to their routine while adults continue to talk about it.



July 13, 2011 B”H


6) How can you explain to your child that even when they do everything right, a bad thing could happen? For example, asking directions or help crossing the street from a person “in the community”.

We have long emphasized that “stranger danger” is a very small percentage of the people who hurt our children, that it is mainly people that we know and trust that hurt our children. It is important to talk about this story, but not to overemphasize the particulars of this case because thankfully it occurs in such a very small percentage and we want to be sure our children understand how to respond to the more natural reoccurring life events.

While we are acknowledging the horrors of this story, we also want to talk about the more common challenges that our children face every day.

7) An important lesson that we learn from traumatic events such as 9/11, car accidents, tsunamis, hurricanes, is we tend to create a picture of the worst part of the story, for example, the planes crashing into the World Trade Center. This is natural, but what we want to remember more is the life of the people involved. This is similar to how we are advised to pay a shiva call. We are supposed to talk about the life of the niftar much more than the details of the death.

In this instance, you can also emphasize the extraordinary response by the community and show of support, which provides a positive and reassuring message.

8) When you end your conversation, ask your child to summarize what you spoke about. Don’t push if your child can’t do this, but if he or she can, it is better to hear it in their words and it will give you a good picture of what they understand.

9) Plan a response to “red flags” but don’t overdo it. Your child’s reaction may be innocuous, a young child being scared and getting into your bed at night, bedwetting, or fear of the routine. These can all be normal reactions and with reassurance from you knowing that you are there and supportive, they should return to their normal behavior relatively quickly.

10) Children are strong and resilient and by and large will return to their normal routines. If problems persist, contact your pediatrician or an experienced mental health professional.

OHEL professionals are available to provide support and counseling to any individual and family, as well as visit any school, day camp, overnight camp, summer community or any group that may benefit from such a discussion.
פון אהל.ארג

מיטוואך יולי 13, 2011 7:25 pm

עס האט היינט ארויסגעשפראצט צענדליגער מומחים...

מיטוואך יולי 13, 2011 9:54 pm

איך האב היינט געכאפט א שמועס מיט מיינע קינדער, איך בין געווען נייגעריג צו זען ווי אזוי זיי האבן באקומען אינפארמאציע און וויפיל זיי ווייסן
מיין אינגל האט געוואוסט צו דערציילן בשם א אנדערע אינגל א גרויסע וויכטיג מאכער (נישט פארטוישן מיט וויכי) אז א גוי האט גענומען לייבי ע"ה און אים געוואלט שמד'ן, און ער האט זיך נישט געלאזט, האט ער אים צושניטן אויף שטיקער

שבת יולי 16, 2011 11:10 pm

אויף א געוויסע קעמפ האב איך געהערט אז זיי האבן געזאגט פאר די קינדער אז א 'גוי' האט געהארגעט דאס קינד. לדעתי איז עס א גרויסע טעות דאס זאגן ליגענט פאר קינדער.

זונטאג יולי 17, 2011 12:26 am

לעניית דעתי (נישט די ניק) ווען מען מיינט אז א גוי האט גע'הרג'ט דאס קינד, שטעלט דאס אריין קינדער אין א גרעסערע פאניק, ווייל אידן האבן א חזקת כשרות, ואחד היה ופרסמו הכתוב, משא"כ גוים וואס הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב

זונטאג יולי 17, 2011 9:59 am

די מעשה איז געשטאנען די וואך אין די עונג שבת אויסגאבע אזוי ווי עס איז נוגע צו אונזער געשעעניש לייג איך דאס ארויף אהער
אין ספר ילקוט סיפורים, ווערט געברענגט פון ספר המעשיות פון רבינו נסים גאון פון א מדרש דער פאלגענדער סיפור:
רבי יהושע בן לוי האט אמאל געבעטן פון אויבערשטן ער זאל אים ערקלערן, פארוואס זעט מען צומאל אויף דער וועלט א צדיק ורע לו, א צדיק וואס גייט אים שלעכט, און ווידער פארקערט, א רשע וטוב לו, א רשע וואס ס'גייט אים גוט?
אין א שיינעם טאג האט זיך אנטפלעקט פאר אים אליהו הנביא. האט אים רבי יהושע בן לוי געבעטן רשות אז ער זאל אים לאזן מיטגיין מיט אים און אפשר וועט ער דורך אים קענען פארשטיין די וועגן פון באשעפער. האט אליהו הנביא מסכים געווען אבער מיט איין תנאי, אז אויב ער וועט זען ביי אים אומפארשטענדליכע זאכן זאל ער אים נישט בעטן קיין ערקלערונג דערויף, ווייל אויב ער וועט אים בעטן אן ערקלערונג אויף די מאדנע זאכן וואס ער וועט זען ביי אים, וועט ער זיך מוזן צושיידן פון אים.
רבי יהושע בן לוי האט איינגעשטימט און ביידע האבן זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג. פארנאכטס זענען זיי אנגעקומען צו אן ארימע הייזקע, נעבן די הייזקע האט געפאשעט א קוה. אן אלטער מענטש מיט זיין אלטע ווייב זענען ארויס פון די הייזקע, און געבעטן אז זיי זאלן דארט נעכטיגן. אליהו האט מסכים געווען, די צוויי האבן זיך באמיט, טראץ זייער גרויס ארימקייט, צו מכבד זיין די געסט מיט אלעם וואס זיי האבן געקענט.
איידער זיי האבן פארלאזט די ארימע הייזקע, האט זיך אליהו געשטעלט דאווענען. ווי פארוואונדערט איז רבי יהושע בן לוי געווארן, ווען ער האט געהערט ווי אליהו בעט אין זיין תפילה אז דער באשעפער זאל הרג'ענען די איינציגע קוה וואס די צוויי האבן פארמאגט.
זיי האבן זיך קוים דערווייטערט עטליכע טריט פון הויז, און רבי יהושע בן לוי האט נאך אספעיעט צו הערן דעם וויי געשריי פון די אלטיטשקע: אוי וויי, אונזער איינציגע קוה איז געשטארבן!
רבי יהושע בן לוי האט געדענקט דעם תנאי וואס אליהו האט מיט אים געמאכט, און האט זיך איינגעהאלטן פון בעטן אן ערקלערונג צו זיין מאדנע תפילה.
פון דארט זענען זיי געגאנגען צו א הערליכע הויז פון א גרויסן גביר. זיי האבן געקלאפט אויף די טיר, אבער קיינער האט נישט געעפנט. האט אליהו געזאגט: אפשר האט מען נישט געהערט אונזער קלאפן, לאמיר אריינגיין. זיי זענען אריין אין הויז, און דערזען דעם בעל הבית מיט זיין ווייב זיצן ביי א רייכן טיש, באצירט מיט הערליכע טייערע כלים, און ארום זיי זענען געשטאנען באדינער זיי צו באדינען. ווען דער בעל הבית האט דערזען די צוויי פרעמדע מענטשן אין זיין הויז, האט ער זיי נישט געשענקט קיין אויפמערקזאמקייט. ער האט זיי נישט אנטפאנגען מיט א א ברוכים הבאים און האט זיי נישט פארבעטן צו קומען צום טיש. ער האט זיך מיט כעס אויסגעדרייט צו זיין ווייב און געפרעגט: ווער האט אריינגעלאזט די צוויי קבצנים?! מ'דארף זען אז די טיר זאל זיין גוט פארשפארט.
דער בעל הבית, וועלכער איז געווען א גרויסער קמצן, איז געווען יענעם טאג זייער שטארק גערעגט, ווייל א וואנט אין זיין טייערע הויז איז איינגעפאלן, און די בעלי מלאכה וואס ער האט גערופן צו פארריכטן די וואנט זענען נישט געקומען. ווען די געסט האבן אים געבעטן ער ואל זיי לאזן איבערנעכטיגן אין הויז, האט ער זיי קוים ערלויבט צו בלייבן אויף א באנק אין הויף, און האט זיי נישט געגעבן גארנישט צו עסן און טרינקען.
צומארגנס האט רבי יהושע בן לוי געבעטן אליהו'ן אז זיי זאלן שנעל פארלאזן דאס הויז, ווייל ער האט שוין נישט געקענט אויסהאלטן דאס רשעות פון דעם בעל הבית. אליהו האט מסכים געווען, אבער האט פארגעשלאגן אז מ'זאל דאווענען איידער מ'לאזט זיך ארויס אויפ'ן וועג, ווידער האט רבי יהושע געהערט א מאדנע תפילה. אליהו האט געבעטן אז דאס וואנט וואס איז איינגעפאלן, זאל ווערן צוריק אויפגעבויט דורך א נס פון הימל. און אט האט רבי יהושע דערזען, ווי דער וואנט ווערט טאקע צוריק אויפגעבויט דורך א נס. רבי יהושע פארשטייט נישט פארוואס קומט זיך פאר דעם שלעכטן מענטש אזא נס, ער האלט זיך אבער ווידער איין פון פרעגן, און שווייגט.
זיי לאזן זיך ווידער ארויס אויפ'ן וועג, און קומען אן פארנאכטס צו א גרויסע שטאט. לאמיר גיין אין שוהל - שלאגט פאר אליהו.
זיי גייען אריין אין שוהל, און זעען פאר זיך א גרויסע פרעכטיגע שוהל. עס איז געווען קענטיג, אז די איינוואוינער פון שטאט זענען גאר רייכע מענטשן. יעדער איינער איז געזעסן אויף זיין באשטימטע ארט, און האט אכטונג געגעבן אז קיינער זאל זיך נישט זעצן אויף זיין פלאץ, קיינער פון די מתפללים איז נישט צוגעקומען צו די צוויי געסט, מכבד צו זיין צו זיצן. זיי האבן קוים געטראפן א ווינקל וואו צו זיצן, און פון זייער ווינקל האבן זיי דערהערט ווי איינער זאגט פאר'ן צווייטן: ווידער זענען דא געקומען צוויי שנארערס, ווער וועט זיי געבן צו עסן?
און דער צווייטער האט געענטפערט: מ'דארף זיי נישט איינלאדענען אין שטוב, עס איז גענוג מ'זאל זיי ברענגען אהער אין שוהל אביסל ברויט מיט וואסער. די אנדערע מתפללים האבן אויך נישט באמערקט די צוויי געסט, און יעדער איז זיך געגאנגען זיין וועג. זיי האבן זיך באגנוגענט מיט עטליכע פרוטות וואס זיי האבן געגעבן פאר'ן שמש, אז ער זאל זיי קויפן אביסעל ברויט.
די צוויי זענען געבליבן בלית ברירה נעכטיגן אין שוהל, און צופרי האבן זיי נאכ'ן דאווענען שחרית, זיך געזעגענט פון די מתפללים. אליהו האט זיי געבענטשט: יהי רצון אז איר זאלט אלע זיין פירער און חשוב.
ווידער האט זיך רבי יהושע געוואונדערט, פארוואס קומט זיך פאך אזעלכע שלעכטע מענטשן אז אליהו זאל זיי בענטשן. אבער ער האט געדענקט דעם תנאי, זיך פארביסן די ליפן און נישט געפרעגט קיין קשיות.
פארנאכטס זענען זיי ווידער אנגעקומען אין א שטאט, וואו זיי האבן באקומען גרויסארטיגע קבלת פנים. מ'האט זיי איינקוואטירט אין א הערליך הויז און מ'האט זיי געברענגט די שענסטע און בעסטע מאכלים. זיי האבן זיך אויך צוגעזעצט נעבן זיי, און זיי פרובירט משמח צו זיין מיט וואס זיי האבן געקענט. פאר'ן געזעגענען זיך, האט זיי אליהו געבענטשט: יהי רצון אז איר זאלט האבן איין פירער.
ווידער האט רבי יהושע נישט פארשטאנען אליהו הנביא'ס מאדנע ברכה, עס האט אים אויסגעזען אז די שלעכטע מענטשן פון דו פריערדיגע שטאט האבן באקומען א פיל בעסערע ברכה ווי די פיינע מענטשן. ער האט זיך שוין נישט געקענט מער איינהאלטן, און ארויסגייענדיג פון שטאט האט ער געבעטן פון אליהו אז ער זאל אים ערקלערן זיין מאדנע אויפפירונג. איך קען מער נישט צוקוקן אזא מאדנע אויפפירונג, פאר די שלעכטע מענטשן גיסטו ברכות אוז פאר די גוטע - קללות, איז א יושר, איך וויל באקומען אן ערקלערונג אויף אלעם.
האט אים אליהו הנביא געזאגט: וויבאלד דו האסט נישט איינגעהאלטן דעם תנאי וואס איך האב מיט דיר געמאכט, וועלן מיר זיך מוזן צעשיידן, אבער איידער מיר וועלן זיך צעשיידן, וועל איך דיר ערקלערן אלעס וואס דו האסט געזען: איך האב געוואוסט אז ס'איז נגזר געווארן אויף די אלטע ארימע פרוי אז זי זאל שטארבן, האב איך געבעטן אז זייעך קוה זאל זיין א כפרה פאך איר, און זי זאל בלייבן לעבן. ריכטיג, אז דאס שטארבן פון זייער איינציגע קוה האט זיי פארשאפט פיל צער,
אבער זאג דו אליין, וואלט ער נישט מוותר געווען מיט'ן גאנצן הארץ אויף זיין קוה כדי צו ראטעווען זיין ווייב? זיין ווייב מיט איר אריכות ימים וועט אים ברענגען פיל מער נוצן ווי די קוה;
דער קארגער גביר האט נישט געוואוסט אז אונטער די וואנט וואס איז איינגעפאלן ליגט באגראבן א גרויסער אוצר, און אויב ער וואלט דאס אליין אויפגעבויט וואלט ער געטראפן דעם אוצר, האב איך געבעטן אז די וואנט זאל ווערן אליין אויפגעבויט, אז ער זאל נישט טרעפן דעם אוצר. צו דערצו וועט די וואנט בקרוב ווידער איינפאלן, און דאן וועט דער גביר שוין האבן אנדערע דאגות, און נישט קענען אינזינען האבן דעם וואנט;
די שלעכטע מענטשן פון די ערשטע שטאט האב איך געבענטשט אז אלע זאלן זיין פירער, ווייל דורך דעם וועלן זיי זיך שטענדיג קריגן, יעדער פון זיי וועט וועלן זיין א פירער. ווידער די גוטע מענטשן פון די אנדערע שטאט האב איך געבענטשט אז זיי זאלן האבן נאר איין פירער, ממילא וועלן זיי לעבן בשלום ובאחדות.
די מעשה איז א מוסר השכל פאר אונז, אז נישט אלעס וואס מיר זעען אויף דער וועלט אלס גוטס, איז טאקע גוט, און אזוי אויך פארקערט, נישט אלעס וואס קוקט אויס צו זיין שלעכט איז טאקע שלעכט. צומאל דורך א שלעכטע זאך ווערט מען ניצול פון פיל א גרעסערן אומגליק, און ווידער א זאך וואס קוקט אויס פאר אונז ווי גוט, שטערט דעם מענטש פון באקומען א פיל גרעסערע טובה.

זונטאג יולי 17, 2011 10:26 am

יקותיאל האט געשריבן:[
איך גיי דיר זאגען דעם אמת איך האב עס גענומען פון די בוך אמונה גארטן ערגעץ אנפאנג פון זיין בוך האט ער עס אזוי באשריבן
ווילסט נאך אלס וויסן וויאזוי איך זעה אויס?


די מעשה במקורה קומט פון א ארטיקעל פון הרה"ח ר' יו"ט ערליך ז"ל, מיט זיין גאלדענע פענע האט ער עס באשריבן זייער דראמאטיש און באריכות, כנראה איז עס א אייגענע פארשטעלונג וואס ער האט געשריבן מחזק צו זיין אידן, אינעם קהלות אפטיילונג אין דער איד פון די וואך איז עס געדריקט, ס'איז נאך שענער אראפגעלייגט ווי אין גן האמונה.

זונטאג יולי 17, 2011 10:34 am

דעפרעסט האט געשריבן:
יקותיאל האט געשריבן:[
איך גיי דיר זאגען דעם אמת איך האב עס גענומען פון די בוך אמונה גארטן ערגעץ אנפאנג פון זיין בוך האט ער עס אזוי באשריבן
ווילסט נאך אלס וויסן וויאזוי איך זעה אויס?


די מעשה במקורה קומט פון א ארטיקעל פון הרה"ח ר' יו"ט ערליך ז"ל, מיט זיין גאלדענע פענע האט ער עס באשריבן זייער דראמאטיש און באריכות, כנראה איז עס א אייגענע פארשטעלונג וואס ער האט געשריבן מחזק צו זיין אידן, אינעם קהלות אפטיילונג אין דער איד פון די וואך איז עס געדריקט, ס'איז נאך שענער אראפגעלייגט ווי אין גן האמונה.


איך לייג ארויף דו מעשה אויך, די שאלה איז נאר וואו איז די עכטע מקור פון די מעשה יום טוב ערליך אדער כתבי ר' חיים וויטאל?

זונטאג יולי 17, 2011 10:37 am

איינוועגס לייג איך שוין צו די אנדערע ארטיקל וואס איז געשטאנען דערנעבן די בריוו פון ר' יונתן אייבשיטץ
שרייב א תגובה

Advertisement