Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וואס זאל איך זאגן מיין 6 יעריג יונגל וועגן "לייבי"

מיטוואך יולי 13, 2011 6:37 am

ציון במר תבכה. ווער קען בכלל טראכטן, דאס אומגלויבליכע און שרעקעדיגע מציאות איז נאכנישט פארדייעט ביי אונז אליין, אבער אלץ א טאטע פון קינדער האט מען אן אחריות אפילו אין די שווערסטע צייטן, ע"כ נפשי בשאלתי, וואס זאג איך מיין 6 יעריג יונגל וואס גייט באלד אויפשטיין און פרעגן אויב מ'האט שוין געטראפן "לייבי".

מיין יונגל, איז ב"ה זייער א קלוגע און טראכט אריין אין יעדע זאך זייער טיעף. ער איז נעכטן געזעצן אויפן קאויטש און ערליך געזאגט תהלים קאפיטל א' - ה', אז מ'זאל שוין טרעפן "לייבי".

Advertisement

מיטוואך יולי 13, 2011 6:41 am

איך וואלט געראטן אלע עלטערן וואס האבן דעם פראגע צו הערן דעם נעכטיגן אינטערוויו אויף קול מבשר מיט א עסקן פון חי לייפליין וואס איז מסביר וויאזוי צו האנדלן און מסביר זיין פאר קינדער אזאלכע מצבים.

3, 1 פון די מעינ מעניו

מיטוואך יולי 13, 2011 6:43 am

אויב איינער קען אזוי גוט זיין, און אראפברענגען דא די עיקרי הדברים, וואלט געווען א תועלת

מיטוואך יולי 13, 2011 6:51 am

אז ער איז געגאנגען אליין, און ער האט זיך געשעמט צו פרעגן מענטשן, און ער איז געווארן אויסגעטריקנט ווייל ער האט נישט געטרינקען... וכו'.

מיטוואך יולי 13, 2011 6:52 am

זאגן א פרעכע ליגנט פאר א קינד ?

מיטוואך יולי 13, 2011 6:54 am

מען כאפט נישט, קינדער האבן אנדערע דאגות ווען זיי הערן שרעקליכע מעשיות. למשל זייער דאגה ביי א פייער איז צו "די אויגן איז אויך פארברענט געווארן, אדער די האר".

דער נעכטיגע אינטערוויו אויף ק"מ לייגט זייער גוט אראפ אז מען מוז נישט פארענטפערן קשיות. שמעו ותחי נפשכם.

מיטוואך יולי 13, 2011 6:56 am

לענ"ד זאל מען צום ערשט זיין פעסט ביי זיך אליין, נישט מען זאל ווייזן פארן קינד א פארלוירנקייט ווייל דאס וועט איהם אויך מאכן פארלוירן. דאן זאל דיין ערשטע רעאקציע זיין 'זיין גרויסע טאטע אין הימל האט איהם געטראפן און איהם צוריק גענומען אהיים'. דאן גיי ווייטער אין זיי איהם מסביר אז לייבי האט מען געטראפן נישט לעבעדיג און ער איז זיכער געווען א גרויסע צדיק וואס דער אייבישטער האט איהם זייער ליב געהאט און יעצט איז ער שוין אין גן עדן ווי ער לערנט תורה מיט די הייליגע באשעפער. און אונז גלייב אז וואס די באשעפער טוט איז גוט.

צום סוף קענסטו זיי זאגן אז זיי זאלן ערליך זאגן א קאפיטל תהילים און בעטן דעם באשעפער אז מער זאל עס נישט געשען און עס זאל נאר זיין גוט פאר אלע אידן. נאכן תהלים זאגן, זאג זיי אז זיי האבן זייער ערליך געזאגט און ס'איז זיכער אז מער גייט עס נישט געשען. דאס וועט זיי בארואיגן אויף ווייטער.

פארשטייט זיך אליין אז דעטאלן אז מען האט איהם געהרגט זאל מען נישט פארציילן, און אויב פרעגן זיי וויאזוי, זאל מען זאגן אז מען ווייסט נישט. אויב וועלן זיי יא געוואר ווערן איז סייווי נישטא וואס צוטוהן.
לעצט פאראכטן דורך קעיזנאוו רד. אום מיטוואך יולי 13, 2011 7:01 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך יולי 13, 2011 6:58 am

קול מבשר האט יעצט צופרי ארויפגעלייגט א פרישע אינטערוויו לכבוד דעם היינטיגן גאר שווערע בשורה, וואס געבט גענויע אנווייזונגען וואס צו זאגן פאר קינדער.

3,1 פון די מעינמעניו

מיטוואך יולי 13, 2011 7:07 am

איך האף אז די אלע מנהלים און ראשי מדריכים אין די קעמפס זאלן נעמען אנווייזונגען וויאזוי צו באהאנדלן די נייעס מיט קינדער וואס האבן נעכטן זיכער מיטגעלעבט און געזאגט תהלים

איך יעצט גערעדט אויפן טעלעפאן מיטן מנהל פונעם קעמפ וואו מיין זון ני"ו געפינט זיך, האט ער מיר געזאגט אז ער האט שוין אליין גערעדט צו איינעם פון חי לייפליין, ער האט אויך אינעם קעמפ א אינגל א ברודער פונעם פארלוירענעם בחור וואס דאס מאכט נאך שווערער צו הערן די ביטערער נייעס פון ב.פ.

אוי רבש"ע האב שוין רחמנות אויף אונז!!

מיטוואך יולי 13, 2011 7:19 am

כנעכטן גערעדט צו מיין זון אין קעמפ ער האט פון גארנישט געוויסט, זעהט אויס מהאט נאכנישט גארנישט דערציילט

כ׳דערמאן זיך די קאשמארן פון אלס קינד ווען א איד איז פארלוין געווארן און געפונען געווארן חדשים שפעטער זייער נישט בטעמ׳ט געווען מילד גערעדט. (הר״ר סנדר ליפא לאבין הי״ד)

מיטוואך יולי 13, 2011 8:00 am

יעצט טראכט אז די אלע באווארענונגען וועלן גארנישט העלפן אויב די קינדער קענען אליין אנרופן קול מבשר און הערן וואס זיי ווילן, איך שטעל מיך שוין פאר וויאזוי עס וועט היינט אויסזעהן די פרישטאג'ס מיטאג'ס און הפסקות אין די בחורים און אינגלעך קעמפס, פרובירט אפילו נישט אריינצורופן צו אייערע קינדער,

כשאני לעצמי האב איך געבעטן פון א קרוב וואס געפינט זיך אינעם קעמפ וואו מיין זון געפינט זיך, ער זאל נעמען פון איהם זיין קאלינג קארטל פאר א טאג צוויי עס זאל איהם נישט האבן קיין רייץ צו רופן, (כאטש אז אגאנץ יאר ביי מיר רופט מען אויך נישט קיין קול מבשר, האב איך אבער מורא אז הערנדיג שמועסן דערפון און אנדערע קינדער רעדן, זאל איהם נישט אנכאפן קיין רייץ אויך אליין צו הערן).

איך וואלט פארגעשלאגן אז דער קול מבשר זאל זיך איינהאלטן און נישט אריינגיין אין קיין פרטים נאר מעלדן טרוקן אז דאס קינד איז שוין נישט בין החיים און מען קען נישט באהאנדלן די פרטים אין פאבליק, דאס קען האבן אן אחריות אויף צענדליגער תינוקות של רבן און בחורי חמד שיחיו פון מיטהאלטן די אומגעוואונטשענע שרעקליכע פרטים פון די פאסירונג (און אוודאי שעות ביטול תורה).

מיטוואך יולי 13, 2011 8:29 am

מצד שני, אפשר אז מיר לעבן אין אזא צודרייטע וועלט, אפשר דארפן קינדער יא וויסן אביסל (אפשר נישט "אלע" דעטאלן) ווי שטארק מ'דארף אכטונג געבן, איך זאג דאס בדרך אפשר, איך וועל אי"ה פאלגן וואס די ערליכע רבנים שליט"א [וואס דער אייבערשטער האט געוויזן פאר אדם הקדמון ושתלן בכל דור ודור (יא אונזער דור אויך)] וועלן אונז אנווייזן, און אפילו לעיני בשר קען זיך דאכטן אז זיי דארפן טוהן מער אין דעם ענין. אבער זיכער נישט אז כלל ישראל'ס ווארט זאגער זאל זיין איינער וואס...

מיטוואך יולי 13, 2011 9:08 am

אודה ה' מאוד בפי בתוך רבים אהללנו

השגחה פרטית

אין ליכט פין דעם שוידערליכן געשעניש, די חסדי השם שיינט פין אלע ווינקלען

איין טאג בעפאר די נייעס מיט הילד לייבי קלעצקי ז'ל האט זיך אנגעהויבן האב איך אריינגעוואנדערט אין א אשכול דא אויף איי-וועלט וואס הייסט 'צו דערציילן ביים שבת טיש.' געמיטלעך אפגעליינט א מוראדיגע מעשה (ישר כח יקותיאל פאר די זיכו הרבים)
וואס ווערט געברענגט אין כתבי ר' חיים וויטאל

דאס האט מיר געגעבן א אנדערן בליק אויף דעם גאנצן אינצידענט, האט פיל פיל מער פארלייכטערט דעם צידוק הדין

צו דערציילן ביים שבת טיש

עס וואלט כדי געווען אריבער צי ברענגען די מעשה אהער

מיטוואך יולי 13, 2011 9:19 am

בס"ד

מענטשן פארגעסן אז די וועלט איז נישט דער עיקר, אז דער מענטש קומט דא ערפילן א שליחות. דערפון שטאמען אלע קושיות. אבער ווען מען וואלט געדענקט אז עס איז דא א עולם הבא, און דער מענטש קומט אויף די וועלט בלויז צו מתקן זיין, וואלטן נתבטל געווארן אלע קשיות.



דער גלויבן אין עולם הבא איז דער גרונד פון די ריכטיגע אמונה. פיל לעבנס רעטענישן באקומען גאר אן אנדער זין, ווען מען פארשטייט אז דער עקזיסטענץ פון א מענטש אין די וועלט איז בלויז א טייל פון א גאנצער מהלך, וואס פאנגט זיך אן אסאך איידער זיין געבוירן, און דארף נאך ווייטער פארזעצן פיל נאך זיין טויט.
נעמט'ס אראפ אפאר מינוט אין ליינט די מעשה נורא עס וועט אייך געבן א אנדערע בליק אין לעבן
אין כתבי הרב חיים ויטאל זצ"ל, ווערט געברענגט א מעשה וואס ער האט געהערט פון זיין רבי דער אריז"ל, וועלכע קאנקרעטיזירט עס אין א קלארן אופן:
אין איינע פון די הייליגע אידישע קהילות איז געשען א צופאל וואם האט אויפגשוידערט די גאנצע שטאט און ערוועקט שווערע קושיות איבער די וועגן פון השי"ת - ביי גרויס און קליין.
א יונגע פרוי, א טאכטער צו איינע פון די חשוב'ע משפחות אין שטאט, האט חתונה געהאט צו א סוחר א ירא שמים, רודף צדקה וחסד, פן די צענטער-זיילן אין די קהילה.
די ערשטע יארן האט זיך געפירט דער לעבן פון פארפאלק רואיג און שיין, און זיי האבן געבוירן עטליכע זין און טעכטער. די פרוי האט זיך געפירט מיט גרויס צניעות, זיך שטארק אפגעגעבן מיט ערציען אירע קינדער, געזאגט תהילים און געטון חסד מיט ארעמעלייט. דער מאן איז ארויסגעפארן האנדלען איבערן לאנד, און צוגאב צו קביעת עתים לתורה. זיינע צדקה טאטן זענען פארשפרייט געוועהן איבער עטליכע שטעטעלעך ארום, און טויזענטער ארימעלייט האבן גענאסן פון זיין ברייטע האנט.
פלוצלונג, האט אן אומגליק געטראפן די שטאט. אוואו? דווקא אין די הויז פון דעם באשיידענעם פאר! די שטוב פון וואו עס איז ארויס בלויז צדקה וחסד! פונקט זיי האט פאסירט א שוידערליכער אומגליק! זייער דריי יעריג קינד איז אומגעקומען מיט א מיתה משונה דורך א גוי א שיכור גוי רחמנא ליצלן די גאנצע שטאט איז אויפציטערט געווארן פון דעם שרעקליכן פאל. טויזנטער מענטשן צווישן זיי חשוב'ע רבנים זענען געקומען דורך די 'שבעה' טעג טרייסטן די פארווייטאגטע עלטערן. פיל האבן געפרעגט צו זיך, ווייניגער האבן עס אויסגעדריקט הויך: איז דאס דער שכר פון דעם באשיידענעם פארפאלק אזיף זייערע פיל גוטע מעשים? פארוואס האט זיי השי"ת עס געמאכט? און פארוואס דורך אזא מיתה משונה? אויך טענות און פארדרוס אויף די וועגן פון השי"ת האט זיך אריינגעכאפט אין די הערצער פון א טייל איינוואוינער, וועלכע האבן אפגעשוואכט און צעטומלט זייער אמונה און זיי דערווייטערט פון דרך התורה.
דער פארפאלק האבן רעאגירט אויף דעם פאל מיט אמונה און הכנעה, און אנגענומען די גזירה מיט ליבשאפט. זיי האבן ווייטער פארגעזעצט זייער לעבן ווי פריער, אבער עס איז נישט אדורך פיל צייט, און ווידער האט זיי געטראפן אן אומגליק: א קלאנג איז אריבער אין שטאט: דער סוחר - דער באשיידענער צדיק איז קראנק געווארן, און די דאקטוירים פארזאגן אים פון לעבן. גלייך האבן זיך פארזאמלט אין די שולן מניינים פון תפילות. דער סוחר איז געווען באליבט ביי אלעמען, און פיל האבן נהנה געווען פון זיין ברייטע האנט. נאך מער, ער איז געווען איינער פון די ראשי הקהילה וועלכער האט אנגעפירט פיל אנשטאלטן פון תורה, צדקה וחסד. דעריבער, זענען די תפילות ארויסגעקומען פון טיפסטן הארץ און די געשרייען האבן געשפאלטן הימלען.
די שולן זענען נאך פולער געווארן און דער שטורעם האט זיך פארשטארקט, ווען מען האט זיך דערוואוסט אז די דאקטוירים גיבן אים נישט מער פון א וואך לעבן... דער רב פון שטאט, וואס איז געווען א צדיק און למדן האט דאן גע'פסק'נט: "אזוינס וועט נישט פאסירן! עס וועט נישט געשען קיין שלעכטס פארן צדיק!"
ווי גרויס איז געווען וייער אנטוישונג, און ווי שרעקליך איז געווען דער ווייטאג און בראך פון די שטאטסלייט ווען נאך אפאר טעג איז דער יונגער סוחר געשטארבן. אך טוב וחסד האט ער געטון זיין גאנצן לעבן. ארום פינף און דרייסיג יאר איז ער אלט געוען ביים שטארבן און די יונגע אלמנה, וועלכע האט פארלוירן איר מוט און איר לעבנס קוואל האט נישט געוואוסט ווי צו אנטהאלטן איר געוואלדיגער טרויער.
אלע האבן באקלאגט די גרויסע אבידה, און פיל קושיות האבן אנגעפילט די הערצער: פארוואס איז אוועקגענומען געווארן פון די וועלט דער גוטער מאן, דער צדיק? פארוואס האבן נישט געהאלפן די פיל תפילות? און ווי איז מעגליך אז דער רב פון שטאט האט באפוילן ער זאל לעבן, און דאך איז ער געשטארבן?
צוויי יאר זענען אדורכגעגאנגען פון זיין פטירה. ערב שבת. דער געהייראטער זון פון די אלמנה איז געקומען איר אנוואונטשן א 'גוט שבת. די יונגע אלמנה פרובירט שמייכלען, אבער נישט ווילנדיג רייסן זיך ארויס די טרערן פון אירע אויגן .
"מאמע" - טענה'ט צו איר דער זון - "עס זענען שוין אדורך גאנצע צוויי יאר! גענוג שוין מיט די טרערן! חז"ל האבן באשטימט וויפל צייט מען מעג טרויערן. און ווער עס ציט זיך מיט זיין צער צופיל - גייט זיין טרויער אן ווייטער! מיר זענען דאך מאמינים בני מאמינים, און וואס ווייסן מיר איבער הימלישע חשבונות? וואס השי"ת טוט איז געוויס לטובה! דו ברענגסט אונו אלעמען צו פיל צער, און אויך פאר די נשמה פון דעם טאטן ברענגסטו צער. געוויס באגערט ער זאלסט פארזעצן ווייטער דיין לעבן. שוין זייט עטליכע מאנאט האט מען דיר פארגעשלאגן אן אויסגעצייכנטער שידוך, און דו האלסט זיך אפ. טייערע מאמע! דו מוזט דיר שטארקן אין אמונה, וואס דאס מיינט זיין צופרידן מיט דיין טייל, און פארזעצן ווייטער!".
די יונגע אלמנה האט טיף איינגעאטעמט. גענוג! האט זי באשלאסן. גענוג מיטן טרויער. גענוג מיט די כפירה! צו בין איך דען מער דערבארעמדיג ווי דער באשעפער? השי"ת טוט אלעס לטובה פון יעצט וועל איך מיר מחזק זיין מיט שמחה! אזוי האט די אלמנה פארגענומען זיך. און ווירקליך יענעם שבת נאכט איז זי געווען פרייליך און שמייכלדיג. אירע יונגע זין האבן אפגעאטעמט.
ענדליך ווייזט שוין די מאמע ארויס אן אמת'ע שמחה, אן טרערן וואס גלאנצן אין די אויגן. די מאמע קערט זיך אום צו זיך. זי שטארקט און מוטיגט ווייטער. זיי האבן שוין אויסגעווארט אויף דעם ענדערונג ווי לופט צום אטעמען; נאך איין אזא שבת פון טרויער און טרערן וואלט זי שוין איינגעבראכן גייסטיש.
יענע נאכט, צום ערשטן מאל נאך צוויי יאר, האט זיך די אלמנה געלייגט שלאפן מיט א לייכטע הארץ. צום ערשטן מאל נאך פיל צייט איז זי איינגעשלאפן מיט א שמייכל אויף אירע ליפן. צום ערשטן מאל נאך פיל נעכט איו זי געלעגן רואיג אן זיך דרייען אויפן בעט, אן צו דערמאנען זיך אין איר געשטארבענעם מאן. א זאך וואס איז אויסגעריסן געווען פון איר הארץ, א זאך וואס האט געפעלט אין איר נשמה, האט זיך אומגעקערט צו איר - די אמונה!
און אט חלום'ט זי. אין חלום שטייט זי אין א פראכטיגן גארטן, העל באלויכטן. א ריח גן עדן איז אנגעקומען צו איר, און זי האט פארשטאנען אז זי געפינט זיך אין עולם העליון. צווישן די בוימער אין גארטן האט זי באמערקט אן אלטן מאן מיט אן הדרת פנים, וועלכער שטראלט און לייכט. ער איז צוגעגאנגען צו איר און איר געפרעגט, צו וויל זי באגעגענען איר מאן וואס איז געשטארבן. זי האט צוגעשאקלט מיט איר קאפ, און ער האט איר געפירט צו א גרויסן זאל פול מיט צדיקים וועלכע זיצן און הערן א שיעור תורה פון א יונגן רב. צום ענדע פון שיעור גייט צו צו איר דער יונגער, און אט זעט זי אז עס איז נישט קיין צווייטער נאר איר מאן
"מיין טייערער מאן!" האט זי אויסגערופן גערירט. "פארוואס האסטו מיר אפגעלאזט יונגערהייט? און ווי קומסטו צו אויסלערנען תורה אין גן עדן? ביזט דאך נישט געווען א תלמיד חכם, וויאזוי האסטו דערגרייכט דערצו?.
דער מאן האט זיך צושמייכלט און איר געזאגט: "זיי וויסן, אז איך בין ביים פריערדיגן גלגול געווען א געוואלדיגער גאון, נאר איך האב נישט חתונה געהאט. און ווען איך בין ארויף צו מיין ארט אין גן עדן האט מען גע'טענה'ט קעגן מיר, אז איך קען נישט זיצן אין גן עדן איידער איך וועל מקיים זיין די ערשטע מצווה וואס שטייט אין די תורה - "פרו ורבו". דעריבער, בין איך מגולגל געווארן כדי צו חתונה האבן, ברענגען קינדער אויף די וועלט, ערציען בדרך התורה און מפרנס זיין. און אזוי ווי איך האב חתונה געהאט מיט דיר און מיר האבן געברענגט קינדער אויף די וועלט, ממילא דערמיט וואס איך האב מקיים געווען די מצוה, און ערפילט מיין תיקון איז שוין נישט געבליבן קיין סיבה צו בלייבן אין עולם השפל, און איך בין נפטר געווארן. יעצט געניס איך פון דעם שכר פון מיינון מעשים טובים, און פון די תורה וואס איך האב געלערנט.
"אזוי פיל תפילות האט מען פארלייגט איבער דיר, דער רב פון שטאט האט גוזר געווען זאלסט נישט שטארבן, פארוואם האט דאס אלעס נישט געהאלפן?" האט זי געפרעגט.
האט ער איר געענטפערט: "אלע תפילות וואס איר האט געדאוונט – זענען, אנגענומען געווארן. טייל האבן מיר ארויסגעהאלפן אין דעם פלאץ וואו איך געפין זיך טייל האט מען געניצט כדי צו העלפן כלל ישראל און ראטעווען פון גזירות. אבער, וויבאלד איך האב מער קיין פליכט נישט געהאט אויפצוטון אין די וועלט איז נישט געבליבן קיין מעגליכקייט איך זאלט דארט בלייבן, און דעריבער האט אויך נישט געהאלפן די גזירה פון דעם רב. אבער דו, וואס דו האסט נאך וואס צו טון אויף די וועלט - חתונה האבן מיט א צווייטן זיווג, ברענגען נאך קינדער, און אויך אויפהאדעווען ווייטער אונזערע קינדער - דו האסט נישט געענדיגט דיין אויפגאבע און דו דארפסט דיר מחזק זיין און פארזעצן ווייטער ערפילן דיין שליחות".
"און פארוואס איז געשטארבן אונזער קליין קינד?"
האט ער איר געענטפערט: "אונזער קינד איז געווען א הויכע נשמה פון א הייליגן צדיק. אין פריערדיגן גלגול איז ער פארכאפט געווארן פון זיין וויגל דורך גויים, און זיך געשפייזט דורך א פרעמדע פרוי. דערנאך איז ער אויסגעלייזט געווארן דורך אידן און אויפגעוואקסן אלץ געהויבענער צדיק. ווען ער איז נפטר געווארן האט מען אים געוואלט ארויפברענגען צו א הויכן פלאץ אין גן עדן, אבער די צייט וואס ער האט זיך געשפייזט דורך א גוי האט געלאזט א פלעק אויף זיין לויטערע נשמה. דעריבער, האט מען אים אראפגעברענגט אויף די וועלט, ער זאל זיך שפייזן פון א כשר'ע פרוי, און דו ביזט אויסגעוועלט געווארן צו דעם זכות צוליב דיין צניעות און צדקות".
"אבער פארוואס האט ער געדארפט שטארבן אין אזא שוידערליכע וועג?" האט זי אויסגעשריגן דערמאנענדיג זיך אין דעם שרעקליכן אויסזען פון איר קינד אין די הענט פון דעם שיכור.
האט ער איר געזאגט: "אונזער טייער קינד האט געדארפט שטארבן אזוי צו אזוי, וויבאלד ער האט געענדיגט ויין שליחות אויף די וועלט. נאר אין די צייט, ווען ער האט געהאלטן ביים שטארבן, איז געהאנגען איבער אונזער שטאט א שרעקליכע גזירה פון שמד און פארניכטונג, וואס איז נגזר געווארן צוליב פארזינדיגן זיך בין אדם לחבירו צווישן די שטאסטלייט. און וויבאלד אלענפאלס איז געקומען זיין צייט צו נפטר ווערן, האט זיין נשמה איינגעשטימט צו שטארבן דורך א מיתה משונה כדי צו מכפר זיין אויף די גאנצע שטאט און ראטעווען פיל קינדער און ערוואקסענע פון מיתות משונות און יסורים. און דאס איז זיכער א גרויסע זכות פאר אזא טייערע נשמה, וואס דורך דעם איז אויפגעשטיגן אין אזא הויכן ארט אין גן עדן, וואו קיין באשעפעניש איז נישט ערלויבט אים צו זען, אויסער איך -זיין טאטע. און אויך דו, ווען עס וועט קומען די צייט וועסטו האבן די זכיה צו זיין מיט אים צוזאמען צוליב'ן פיין וואס דו האסט געליטן".
דערנאך האט ער צוגעלייגט: "זיי וויסן נאר נאכדעם וואס דו האסט זיך מחזק געווען מיט שמחה, האט מען מיד ערלויבט זיך צו אנטפלעקן פאר דיר. דורך די גאנצע צייט וואס דו ביזט געווען בצער, האט געהערשט איבער דיר א גרויסער קטרוג, אז דו האסט שיעור נישט פארלוירן נאך א קינד! און אלע מיינע בקשות זיך צו באווייזן פאר דיר זענען נישט געענטפערט געווארן".
ער האט אביסל געשוויגן, און דאן צוגעגעבן מיט א ווייכן טאן: "איך האב שוין געענדיגט מיין תיקון, אבער דו האסט נאך פיל אויפצוטון אין לעבן. גיי האב חתונה מיט דעם וואס מען האט דיר אנגעטראגן און זעץ פאר דיין לעבן בשמחה. א שאד אויף די טייערע צייט, זעץ פאר ווייטער מיט דיין תיקון... גיי... לעב וואויל..,
ער איז פארשוואונדן פון אירע אויגן און זי האט זיך ערוועקט פון איר שלאף. די וועלט האט איר יעצט אויסגעזען ניי און שיין. יעצט האט זי געוואוסט וואס זי האט צו טון. און דער עיקר האט זי איינגעזען, אז אלע קשיות וואס זי און די שטאטלייט האבן געפרעגט, זענען געווען איבעריג און באדייטלאז. אז די תורה האט באשטימט אז השי"ת איז א צדיק וישר איז עס דער אמת און מען טאר נישט אפעלירן דערויף. נישט אלעמאל קען מען באקומען ענטפערס דורך א חלום, און די איינציגע עצה איו זיך צו שטארקן באמונה פשוטה אז אלעס איז מיטן אנפירונג פון באשעפער, און אלעס וואס ער טוט - איז פאר די אייביגע טובה פון יעדן איינעם. ווען יעדער וועט זיך פרייען מיט זיין טייל, וואס דאס איז דער אויסדרוק פון די אמונה אין די השגחה פון באשעפער אויף אים, אז ער, גלויבט אז אלעס איז מיט די אנפירונג פון בורא פאר זיין טובה, נאר דאן וועט ער קענען וויסן זיין וועג און תפקיד אין לעבן.
א מענטש ווייסט נישט, וואס איז ער געקומען מתקן זיין און ערגענצן אין די וועלט - ער ווייסט נישט ווען וועט ער ערפילן זיין תיקון - און ער ווייסט נישט וויאזוי ער וועט אוועקגענומען ווערן פון דער וועלט.

מיטוואך יולי 13, 2011 9:20 am

יישר כח פארן ברענגן

מיטוואך יולי 13, 2011 9:21 am

חלפתא האט געשריבן:אויב איינער קען אזוי גוט זיין, און אראפברענגען דא די עיקרי הדברים, וואלט געווען א תועלת

וואס זאל איך זאגן פאר מיין זוהן ? זייער א הארבע פראגע. וואס קען מען איהם טאקע זאגן .
און איך רעד נישט דייקא וויאזוי איהם צו פארשטיין געבן וואס און פארוואס אט דאס האט פאסירט . מיין כוונה איז צו אים געבן א אלגעמיינע בכלליות'דיגע הסבר, הלמאי די זאכן קענען בכלל פאסירן צום אידיש פאלק. וואס שטייט ווייט פון פארברעכנס, און קרימינאלע געשעפטן .

איהם צו פארשטיין געבן, פון ווי עס נעמען זיך אזעלכע אקטן, און וואס וועט אפהאלטן עס זאל זיך ח"ו נישט איבערחזר'ן אין דער צוקונפט
מיין ענטפער דערצו איז דאס, וואס אונזערע עלטערן האבן נישט עספיעט צו אנווארענען זייערע קינדער, בעפאר מען האט זיי געפירט אין די גאז קאמערן נעבעך.

ווען דאן האט מען שוין נישט געדארפט זיך זארגן איבער וואספארא אופן צו שילדערן די קינדער די מיתות משונוות, זיי זאלן חס ושלום נישט טראומאטייזט ווערן.
נאר בלויז געבן אונסטרוקציעס עס צו פארמיידן אין די שפעטערדיגע יארן, איז שוין נישט מעגליך געווען . פארוואס? אדער צוליב ווייל די קינדער זענען אויך געוועהן מיט זיי. אדער ווייל נעבעך זיי אליין זענען נאך קינדער געוועהן .

יא רבותי, ס'קומט אמאהל א צייט וואס די גוים מעלדן נישט איין פריער, פאר אונז, וואס זיי ווילן טוהן .
די ברענעדיגע ענטפער איז: מיר מאכן זיך צו באקוועם אין דעם גלות . מיר פארגעסן ווי מיר זענען. מיר זאגן פארן טאטן אויבן. פאוואליע! אייל דיך נישט אין ערגעץ . עס איז אונז גאנץ אנגענעם דא . גענוי ווי דער בן מלך האט געשריבן צו זיין פאטער, פונדערווייטן.
באשעפער! זאגן מיר: מיר האבן געלט, פאלאצן, קארן, אייגענע ממלכות, אין אפילו יעדן בענעפיט וואס דער גוי שטעלט צו ניצן מיר גיט אויס
.. א שיינעם דאנק דערפאר. כ'האף, אז דער עולם שכולו טוב וואס מיר האבן אוועקגעסעבט ביי דיר, איז עטוואס ענליך צו דאס היזיג'ס.
און וואס זאגט דער גוי דערויף: קוק אהער דער איד האט זיך באקוועם געמאכט מיט מיין עולם הזה. נישט אזוי איז געווען דער אפמאך .
עולם הזה, פאר מיך, און עולם הבא פאר דיך, אזוי האט געלויטעט די אגרימענט?.
ובכן, וועל איך דיר אביסל דערמאנען וויאזוי ריכטיג גלות שפירט. זאלסט זיך אביסל דערמאנען די טעם מרור בפיו.
פאר איך גיי ווייטער .
נישט טראכטן אז דאס איז דאך געווען א איד, אלזא וואס איז די יעלות דיינע? פארהאק דיין פיסק אין שווייג!.

ניין מיין טייערע נשמה! לא כן הגברים. נישט אזוי איז דער ערוואקסענער געדאנקענסגאנג!. א ערנסטער מענטש מאכט א קורצע טאטאלער סך הכול. כל שמתרחש בעולם, מיינט מען אונז. על אחת כמה ווען עס פאסירט בתוכינו און בן בנו של ק"ו. ווען עס איז אדורך א אונזעריגער

וען ער שלאגט, שלאגט ער מיט דאס אייגנס. און די בושה אקעגן די אומות איז דאן אסאך גרעסער. געבענדיג שטאף פאר זיי, זאגענדיג אז די אידן זענען חלילה די זעלבע רוצחים!. מיר זענען שוין ליידער אָפ טָו דעיט!. פארגעשריטן פונקט ווי עשו!. מהרסיך ומחרביך ממך יצאו. איז דא אויך געזאגט געווארן!.
זיי טוען צוברעכן די טראסט און די חשיבות וואס דער גוי האט צום איד וואס דארף אפיציעל זיין א מוסטער פון באשיידנקייט און ישרות. עהרליכקייט און פערברעכנלאז!.

ליידער די פאקט ווערט שוין לעיטלי א אפטע ערשיינונג. און ווידער, נישט קיין דֶעם נפקא מינה ווער דער רוצח איז געווען, און נישט קיין וויסטען העק, וואס די מאטיוון זענען געווען. עס איז א בלויזע מעסידזש פון אויבן . רבותי נישט אומזיסט שיק איך אויף אייך אומגליקן וואס זענען פון גויאישן סטייל. ווייל אָנפארטשענענטלי האט עטס זיך אנגעהויבן פירן ווי זיי אין געוויסע הינזיכטן!. אדער עכ"פ נישט טראגן אויף זיך דעם עול הגלות, ווי עס באדארף צו זיין. אלזא שיק איך ענק א קליינע ווייטאגליכע דערמאנונג.

וואס טראכט איר שפירט די גוי ווען ער זעהט דעם איד ברום המעלה. ווי ער איז אזוי מצליח. ער קוקט ווי דער איד.
פירט אזא שיינע אויטא!
בויעט זיך א הערליכע פאלאץ!
ארבעט ארויף זיין ביזנעס אויף אזא שנעלוואוקסענע ראטע!
רייסט זיך אויף אין יעדע געלעגנהייט ! רעבישע שמחות. און פייערונגען.!
ניצט אויס יעדע בענעפיט וואס איז נאר פארהאן מיט אלע ראפינירטע שווינדלערייען אויף א שמוץ ארינטער!
האט נישט קיין שום רעספעקט פאר איהם. אויף'ן גאס. ביים דרייוון. אין געשעפט ביים באצאלן. קאָם אָיך בין דאך בעלהבית דא אביסל כבוד
רייסט זיך ארום ביי די באהערדע אויף יעדע זאך.!
און פורבירט אין אלגעמיין איבעראל ארויסצוהייבן דעם קאפ!

איי וועסטו פרעגן דער גוי ווען ער וויל ווען. און ער ניצט נישט אויס זיין געלט פאר אזויפיהל תאוות, דראגס, און סתם פארוויילונגען. און האט א אמביציע, אין ציהל אין לעבן וואלט ער אויך מצליח געווען?! דאס איז קיין טענה נישט! . ווייל נאך אלעמען זעמער אונז אין גלות. מיר זענען אין עשו'ס טערטאריע. און צוליב דעם ברויכן מיר זיך פארשטעקן אין די מייזן לעכער ווען אימער מעגליך.
און נישט ארויסרופן זיין אויפברויז מיט אונזער סוקסעס.
די ווייסט דאך אז הוא על חרבו תחיה. ער וועט דאס אבסאלוט נישט טאלערירן .
וועסטו נישט האבן גענוג געלט אויף זיך צו באדן דערין די מיט דיינע אייניקלעך עד סוף כל הדורות!.
פארוואס איז נישט גענוג פאר מענטשן צו פירן זיך ווי פארשידענע ערליכע אידן וואס איך קען . ארבעטן די ערשטע פאר יאר. פארדינען גענוג אויף אפצו'חתונה'ען די קינדער בהרחבה און זיך קויפן א באשיידענע הייזקע און א איינפאכע דראשקע צו ארומרייזן .
און דערנאך זיך אריינזעצן אין כולל. און זאגן ביי טשארלי פאר די בערזע. גענוג מיט די געבארגטע עולם הזה. אצינד מיט די צדה לדרך צום גארדען אָף פֹּיס. אנברייטן זיך עטוואס פאר דאס בעפארשטייענדע נצחיות.
זיי וויסן אז אין גרמניה האט מען דאס געזאגט פארן קריג. "די אידן קאנטראלירן די וועלט, דאמינירן די פאליטיק. אפעקטירן די אינטערנאציאנאלע לענדער פארבינדונגען.! איז וואס ? זיי צורקולירן די געלטער בלויז ציווישן זיך בכל מקומות שהם נישט לאזענדיג פאר אונז א ביסן . און די נעא נאצי גרופעס פרעדיגן דאס נאך היינט !
און עס איז נישט געווען קיין הוילע פאנטאזיעס . ניטאמהל טיילע שקרים . די אידן האבן דאן פאקטיש געהאט די מטבע, טאלאנט, מאכט, און שטעלעס, אבער זיי האבן אויפגעריסן די אויגן פון די גוים. און מיט נאך אביסל טשעריס אָן טאָפ.
רבותי חלילה נישט אויסמישן, שומרים איז נישט קיין פראבלעם , ניין, קיינמאל געווען, א מענטש מעג זיך פארטיידיגן אויף א רוצח אין א צייט וואס ער ווייסט נישט וואס זיינע שריטן וועלן זיין. און שטאטישע הילף איז צו הינטערשטעליג דערמיט . און צוגאב אז בלי זה. זענען אידן א ציענדע פעלד פאר פארברעכער
די פראבלעם איז אונזער אלגעמיינער ציווילער לעבן. במחשבה ובמעשה . גייסטיש און פאקטישע פירונגען.
והעיקר. נישט אזוי הויך פראפאגאנדירן צו יעדער געלעגנהייט אז מיר זענען דא. מיר האבן א גלייכע טייל אין דיין עולם הזה. וד"ל

די פינטעלעך שטרעכלען קאמעס לאז איך פאר א צווייטן צו מאכן. ווייל איך פלאץ דערפון. אפשר האט איינער א עצה וויאזוי דאס צוטוהן מיט א בליצשנעלענדע פלינקייט אהן אראפנעמען די אויגן פון דעם טריפה'נען פענסטער. און אהן אזוי מיאוס אביוזן די קנעפלען דערנעבן אדער אוועקקראכן פון אזויפיהל בעקספעיסן.? (כ'רעד בעיקר פון די נקודות, פראגעצייכן, עקספלענעישן מארק ( אייגענטליך האט איר עפעס א אידישע ווארט דערפאר?).
און צום שלוס איין זאך . לעבט מיט א לאך . כמיין נישט יעצט זיין צוקוועטשט. אדער צווועטשט. נאר אביסל שטראף רייד פון אמאהל אויפגעפעטשט.

מיטוואך יולי 13, 2011 9:24 am

אגב מיין ידיד ר' יעקב דוד קלאר שליט"א נוצט די מעשה זייער אסאך מאל

מיטוואך יולי 13, 2011 9:31 am

בןהרחמן האט געשריבן:כשאני לעצמי האב איך געבעטן פון א קרוב וואס געפינט זיך אינעם קעמפ וואו מיין זון געפינט זיך, ער זאל נעמען פון איהם זיין קאלינג קארטל פאר א טאג צוויי עס זאל איהם נישט האבן קיין רייץ צו רופן, (כאטש אז אגאנץ יאר ביי מיר רופט מען אויך נישט קיין קול מבשר, האב איך אבער מורא אז הערנדיג שמועסן דערפון און אנדערע קינדער רעדן, זאל איהם נישט אנכאפן קיין רייץ אויך אליין צו הערן).

פארדעם איז דא צובאקומען די קאלינג קארד וואס בלאקט אלע האטליינס, וואלסט עס געמעגט קויפן פאר דיין זון

מיטוואך יולי 13, 2011 9:46 am

באציענדיג זיך צו יקתואל. אה! דיינע ווערטער זענען כמים קרים על נפש עיפה. ווי באלזאם אויל אויף א אפענער וואונד!
און דיין שפראך איז דאך ווי גיסנדע פערל ווערטער. פון א געשולטע בעל דרשן !
ניין באמת איך בין מורא'דיג נתפעל, שוין אפגערעדט די מעשה . אבער דער וועג וויאזוי די לייגס'ט עס אראפ! מתוק מדבש!
מאָ...מאָ... זאג מיך כאטשיג א פיקטיווע דוסקריבציע וויאזוי די זעסט אויס , אז דער דמיון זאל בעסער ארבעטן .
א לאנגע בארד האסטו? און ווי פלאצירסטו עס דורכאויס די נאכט אינטער די דאכענע? אדער איבער די דאכענע?
עה...כ'ווערטל בלויז .. דער זינד פון גילו איז אפילו בציור, אין מחשבה.
אגב א ענליכע מעשה ווערט געברענגט עם המשמש של הבעש"ט
ומובא גם מקדמ' בספרי מחנים . ואכן אף צייר תמונה של הפראפעסער עם התפילין על ראשו
וכמו כן מנגנו ר' יו"ט.. א ריזיגן דאנק

מיטוואך יולי 13, 2011 9:57 am

http://www.vosizneias.com/87360/2011/07/13/brooklyn-ny-explaining-the-inexplicable-to-your-children/

מיטוואך יולי 13, 2011 10:12 am

וואס דארף דאס צו באדייטן?

מיטוואך יולי 13, 2011 10:16 am

‎​‎​Chai lifeline : 8457381100. 3-1-- 495# to hear R Yakov D klar what and how to say to the kids. There will be a conf call 11 Dr. Blumenthal & Y. Horowitz will speak about guidance how to speak to children to help process this tragedy Please forward this email to all relevant parties. PLEASE MUTE YOUR PHONE. There will be no questions. (209) 647-1600 access code 236682

מיטוואך יולי 13, 2011 10:54 am

http://www.yideotube.com/#888

וואס מיינט די מעשה פאר אונז?

מיטוואך יולי 13, 2011 10:57 am

איך האב מורא צו שרייבן, אבער היות ס'איז נישט אייגנס, אולא שקילנא הרמן ורשותא, און קיינער זאל עס נישט נעמען פערזענליך ח"ו

דער ירושלימע'ר מגיד ר' שלום שוואדראן האט אמאל געפרעגט א קשיא, מען זעט די תורה דערציילט ביי עוג ויבא הפליט, ער איז געקומען דערציילן פאר אברהם אבינו אז מען האט צוגענומען לוט, זאגט רש"י אז ער האט געהאט א אינטערעסע ווייל ער האט געוואלט חתונה האבן מיט שרה אמינו.
איז לכאורה שווער א מורא'דיגע קשיא, וואס דארף אונז די תורה דערציילן וואס דער גוי האט אינזין געהאט, וואס גייט דאס אונז אן.
האט ער פארענטפערט מיט א מעשה, א טוריסט איז אמאל ארומגעפארן איבער די וועלט, און ער איז אנגעקומען צו א גרויסע יונווירזיטעט ווי מען לערנט זיך אויף גופים פון מענטשן צו פארשטיין די חכמת הרפואה, זעט ער ווי מען ברענגט א גוף פון א טויטן מענטש פון איינע פון די דריטע וועלט לענדער, וואס דער מענטש האט זיך פארקויפט זיין גוף אז נאך זיין טויט זאל מען קענען שטודירן אויף אים.
זעט ער ווי מען פאקט ארויף די גוף און מען הייבט אן צו שניידן די פוס, דער פראפעסאר נעמט ארויס א אדער פון די פוס און ער הייבט אן צו געבן א גאנצע שיעור וואס דער אדער באדייט פאר די פוס, און וואס מען קען אלץ טון דורכדעם.
ווען ער פארענדיגט די שיעור - וואס האט זיך פארצויגן פאר איבער א שעה - זאגט דער פראפעסאר:
אויב האט איר פארשטאנען דעם שיעור, וועט איר קענען היילן זייער אסאך מענטשן איבער די וועלט!
דער טוריסט שטייט דארט אין די זייט, און פרעגט מיט וואונדער?
ווי אזוי קען מען היילן מענטשן אויף די וועלט, בפרט און אונזערע פארגעשריטענע לענדער, ווען מען פארשטייט א אדער פון א מענטש פון עפעס א דריטע וועלט לאנד?
האבן אלע סטודענטן זיך גענומען לאכן פון אים.
איינער האט גענומען די מי און אים מסביר געווען, זיי וויסן, אויב דער מענטש האט די אדער אין די פוס, מיינט דאס אז 99 פראצענט מענטשן אין די וועלט האבן דעם זעלבן אדער אין די פוס אויפן זעלבן פלאץ, ממילא אויב פארשטייט מען די אדער פון די מענטש וועט מען קענען היילן אסאך מענטשן.
האט ר' שלום אויסגעפירט, די תורה וויל אונז לערנען, מיר זען עס קומט א מענטש, און ס'גייט אים נישט אן אז אברהם אבינו גייט גע'הרג'ט ווערן, אלעס פאר זיינע אייגענע אינטערעסן, זיי וויסן ער איז א בשר ודם פונקט ווי דיר, אויב האט ער אזוינע שרעקליכע נטיות לרע, מיינט אז אז יעדער מענטש אויף די וועלט - ובכללם דו אליין -האבן אזעלכע מדות רעות, ס'איז אפשר טיף באגראבן, אבער ס'ליגט דארט, און דו דארפסט זען צו ארבעטן אויף דיר.
און דאס איז וואס די משנה זאגט, איזהו חכם הלומד מכל אדם, דער חכם לערנט פון יעדער מענטש, ער זעט א מענטש טוט עפעס נישט ריכטיג לערנט אראפ דערפון, איך האב אויך דעם זעלבן אדער, און איך דארף ארבעטן דערויף.

ולענינינו, דאס לאז איך יעדן אליין אויספירן....

רבותי! מיר דארפן זיך נעמען אין די הענט אריין!!!

מיטוואך יולי 13, 2011 12:52 pm

דער בעש"ט הק' האט שוין געזאגט אז ווען איינער זעט ביי א צווייטן אן עולה איז דאס א סימן אז ביי אים איז אויך דא עפעס א בחינה פון דעם עבירה.
שרייב א תגובה

Advertisement