Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אפארדעבל דירות אין וויליאמסבורג

דאנערשטאג יולי 07, 2011 1:33 pm

דאנלאוד די פי.די.עף.

האט איינער מער אינפאו? איז עס פאר לאו אינקאם?

Advertisement

דאנערשטאג יולי 07, 2011 1:55 pm

עס איז כדאי אז יעדער איינער זאל אריינשיקן א אפליקעישן. איך מיין אז 50% פון די דירות דארפן אנקומען צו איינוואוינער פון קאמיוניטי באורד 1, דאס הייסט אז אידן פון וויליאמבורג האבן א שטארקע פארצוג. עס איז די זעלבע פראגראם ווי די דירות אויף קוק סט., וואס אלע אידישע אייוואוינער דארט האבן גאר שטארק הנאה.

דאנערשטאג יולי 07, 2011 3:29 pm

ס'טאקע העכסט וויכטיג אז ווער ס'קען זאל אפלייען

דאנערשטאג יולי 07, 2011 6:43 pm

מורא'דיג וויכטיג,

איך בין באקאנט דערמיט,

און ווי אויך אז זיי זוכן זיך ארויסצודרייען (פארוואס נישט? הלכה היא בידוע...), אבער מען קען דארט מאכן א גוטע זאך,

סקען צוברענגען פאר אידן א גוטע צאל דירות, און עפענען די אויגן פאר אנדערע פון אונז וואס האבן דארט שטחים,

מען קען שוין זעהן איין חלק גאס געבויעט און איין חלק אינמיטן בויען,

סדארף צו הייסן אז עס גייען דארט וואוינען אביסל הענדיקעפד, אין איין חלק, וואס דאס מיינט אז די שטאט וועט צושטעלן שיין, אנדערע וועלן דיין פאר גוט געלט, אזא באלאנצירטע פראיעקט, נו אוודאי באלאנגען אידן דארט,

מאכט זיכער עס שיקן פאר ווען איר קענט, וויפיל עס גייט, מיט דעם האט איר א חלק אין "הרחיבי" וואס קען יעצט נאכנישט אליין טון די ארבעט פון פארשפרייטן אט די אינפארמאציע,

יה"ר עס זאל אונז געבן א גוטע שטופ פאראויס צו א נייע מעגליכקייט.

פרייטאג יולי 08, 2011 1:32 am

איז אמת אז קעגן איבער דעם פראיעקט בויט מען א שעלטער פאר היימלאזע?
שרייב א תגובה

Advertisement