בלאט 3 פון 8

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 17, 2013 11:03 am
דורך 1חכם
פ' לך לך האט געשריבן:ווייסט איינער ווער THE MILE BANK איז? איך דארף דאס דרינגענד וויסן


איך קען אים פרזענדליך

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 18, 2013 5:05 am
דורך כותב
איך האב ארום 45,000 avios
אויף בריטיש אירוועיס, גילטיג אויך פאר אמעריקען עירליינס ועוד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 21, 2013 2:59 pm
דורך יוחנן
i have 89,000 delta sky miles.. you can send me offer in private or here . thanks

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 03, 2013 6:11 pm
דורך שיכור
איך האב ba פוינטס
אויב וויל איך בוקען א טיעקעט פון זייער פארטנער אמעריקען עירליין
איז דא נאך א וועג צו בוקען אויסער קאלן ba דיירעקט?

אנליין אויף ba.com די גראדע וועגן גייט עס נישט
און ווען איך קעלן אמעריקען עירליינס זאגן זיי אז מיז קאלן ba

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 26, 2013 1:13 pm
דורך יהושע
מיין חבר זוכט צו קויפן 5000 gm פאונטס, אויב האט איר, אדער ווייסט איר פון איינעם וואס האט און וויל עס פארקויפן, ביטע לאט מיר וויסן.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 21, 2014 7:47 pm
דורך מוטשע נישט
איך זיך צו קויפן 120K ווירזשין פוינטס, האט איינער?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 21, 2014 8:34 pm
דורך מילכיגער
איך זוך 30000 יונייטעד פוינטס. למצוה גדולה יחשב

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 21, 2014 10:54 pm
דורך יוחנן
מילכיגער האט געשריבן:איך זוך 30000 יונייטעד פוינטס. למצוה גדולה יחשב

how much ae you willing to pay ??

פארקויפן קרעדיט קארד מיילעזש פאונטס

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2014 8:58 am
דורך זיי געזונט
ווי קען מען פארקויפן פאר א גוטע פרייז מייל'ס פון קרעדיט קארד

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2014 9:17 am
דורך מר. גרין
אלס א מומחה און די געביט טוה איך מציע זיין נישט צו פארקויפן און די איצטיגע סעזאון קיין שום טשעס,יונאייטעד וכו' פוינטס נאר פאר די נארמאלע און אנגענומענע פרייז וואס לויפט צווישן 1.5-1.8 די סיבה איז ווייל די לעצטע שטיק צייט זענען די אפקויפערס אראפ מיט די רעיטס אן קיין שום רעכט.
די הויפט סיבה איז וויבאלד זיי זענען אנגעפילט מיט מיילס זייט די טשעיס סקאנדאל וואו יעדער איז געלאפן פארקויפן די מיילס.
למעשה ניצן זיי אויס דעם ציבור אויף א פארנעם וואו קיינמאל בעפאר, און די אייינציגסטע וועג וואו אזוי מוועט דאס קענען אויספיייטן איז דורך נישט פארקויפן קיין מיילס, נאר פאר די רעגולער פרייז.

געהעריג שקר

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2014 9:47 am
דורך moneyMINDED
איך וואס איך טי אסאך אין די ביזנעס זאג אז סאיז שקר ,זייט פעביארי 1 האט ינייטעד געטוישט אז יעדע טיקעט דארף צווישן 20 אין 50 פראצענט מער פער טיקעט ,דאס מיינט אז א 2 וועי האט געקאסט ביז יעצט 120 טויזענט קיין ארץ ישראל קאסט יעצט 160 טויזענט אין פאר יעדע פאוינט דארף מען בייצאלן פאר אייך וואס פארקויפן עס פאר אונז ,אין די פרייז פאר וועם מ'פארקויפט די טיקעט האט זיך נישט געהויבן , טוואמאטיש איז די פרייז געפאלען ,אין פאר ווער ס'ווייסט ניצט מען רובא דרובא טשעיס אריין צו טרענספערען צו ינייטעד

אין בכלל מיינען מענטשן ווען זיי האבן דעס ביסל פאויטס ווי זיי האבן עפעס א קאמאדעטי פון גאלד ,למעשה דער אקקונט האלדער מעג עס לעגאל נישט פארקויפן ,אין די אקקאונט קען אסאך מאל ווערן אפגעשפארט מיט די טיקעט אינווייניג שוין נאכן בייצאלן פאר אייך אקקאונט האלדערס אין די שאדן פאלט אויף אונז טרעוועל עיזשענטס .
ווער עס וויל פארקויפן אדער קויפן פאוינטס אין מייח אדער טיקעטס קען מיך קאנטאקטאן אין אישי

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 26, 2014 11:05 am
דורך לייבעלע
געזוכט 3,000 GM points

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 9:55 am
דורך ליסקא
איך האב 120 טויזנט אמעריקען עקספרעס גאלד פוינטס, וויפיל איז עס ווערט ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2014 10:42 am
דורך מאנ-יימער
בערך אכצן מאות.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 2:45 pm
דורך לייבעלע
געזוכט Lufthansa פוינטס.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 02, 2014 1:26 pm
דורך בן יועזר
איך האב 260,000 amex points

אין קרוב צי 100K SPG

קאנטאנט מיר אין אישי

פארקויפן פוינטס און עירליין מיילעזש

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2014 12:36 pm
דורך signout
די ביזנעס פין פוינטס אין מיילעזש איז שטארק געשטיגן לעצטנס, עס וואלט געווען כדאי דער עולם זאל אויסשמיעסן דא וויפיל איז די מערסטע וואס מען קען באקומען ביי וועם, אין וויאזוי קען איך וויסן אויב איך קען געטרויען יענעם אז נאכען ארויסנעמן די פוניטס וועט ער האלטן ווארט אין מיך שיקן וואס מען האט אפגעמאכט

קרעדיט קארד פוינטס - מייליש

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2014 4:37 pm
דורך ישתבח שמו
ווי אזוי טרענספערט מען מייליש צווישען א פאר קרעדיט קארד און מאכען איין גרויסע אקאנט ?

וועלכע מייליש איז די בעסטע?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 1:03 pm
דורך אורייתא
איך וואלט געוואלט וויסען אויב עס איז א שאלה פון ריבות אויב איינער ניצט מיין קרעדיט קארט און איך פארדין פוינטס.
אויב איז שוין דא אזא אשכול ביטע לונקען אהין.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 1:10 pm
דורך מטל
אורייתא האט געשריבן:איך וואלט געוואלט וויסען אויב עס איז א שאלה פון ריבות אויב איינער ניצט מיין קרעדיט קארט און איך פארדין פוינטס.
אויב איז שוין דא אזא אשכול ביטע לונקען אהין.

קיין שום שאלה סאיז מותר וכן אני נוהג

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 1:51 pm
דורך הצלחה רבה
How can I trust someone giving access to my banks before he gives me the money he can just let me hanh...

טשעיס UR פאונטס

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 14, 2014 12:52 am
דורך שמחת החיים
ווייסט איינער וויפיל איז די מערסטע וואס איך קען קריגן פאר טשעיס Ultimate Rewards פאונטס? איך זוך צו פארקויפן בערך מאה אלפים.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 20, 2014 11:20 am
דורך בערקא
וואס איז די פרייז פאר 120,000 אמעריקען עירליינס מייל?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 1:52 pm
דורך בערקא
נישטא דא קיינער וואס טוט אין מיילס???!!!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 27, 2014 7:11 pm
דורך ווישוואש
הממ.. אמעריקען עירליינס איז נישט קיין גאנגבארע סחורה לעצטנס, (מסתמא וועגן סיטיבענק'ס לעצטיגע 100k אפער) יעדער איינער האט וועיטינג ליסטס, דיין בעסטע אפשען איז צו געוואר ווערן פון איינער וואס דארף פליען און פארקויף אים דירעקט די מיילס, אדער מאך אים א טיקעט פאר ביליגער ווי מארקעט פרייז, (זומער האסטו בעסערע שאנסן, ווייל טיקעטס זענען בדר''כ טייערער דעמאלס)