עירליין מיילס והמסתעף

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

עירליין מיילס והמסתעף

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג יולי 04, 2011 2:33 am

איך הייב דא אן א אשכול איבער דעם ענין פון עירליין מיילס, און איך בעט דעם עולם מבינים, ווער עס קען די נושא זאל מוחל זיין און צוהעלפן.

יעדע עירליין האט עפעס א פראגראם וועלכע טוט געבן עפעס בענעפיטן פאר די וואס פליען אסאך מיט איר. רוב עירליינס ארבעט עס אזוי, אז פאר יעדע נסיעה באקומט מען בערך אזויפיל מייל ווי די מספר מייל וואס מען איז געפלויגן ביי די נסיעה, און ווען מען זאמעלט זיך אן גענוג מייל, קען מען באקומען א טיקעט בחינם.

איך האב געזאגט רוב עירליינס, ווייל ביי געוויסע אנדערע עירליינס ארבעט עס אביסל אנדערש. למשל ביי דשעט בלו, גייט עס לויט וויפיל דער טיקעט האט געקאסט. מען קען באקומען צווישן איינס און דריי פוינטס (אזוי דאכצעך מיר) פער דאללער וואס מען האט געצאלט פארן טיקעט, געוואנדן אין כמה זאכן. אזוי אויך זענען דא נאך געציילטע עירליינס וועלכע האבן אנדערע מהלכים וויאזוי מען רעכנט דאס, אבער בדרך כלל, ביי רוב עירליינס ארבעט עס לויט מייל.

(עס זענען טאקע דא אזעלכע וואס טענה'ן אז דאס איז נישט קיין ריכטיגע מהלך, ווייל ביי די ביזי רוטס קען קאסטן א טיקעט א סאך ביליגער ווי ביי א רוט וואס איז נישט אזוי ביליג, כאטש עס איז אסאך ווייטער, קומט אויס אז מען באקומט מער מייל פאר א ביליגן טיקעט ווי פאר א טייערן.)

ביז אהער איז נאך אלעס קלאר, אבער פון דא און ווייטער איז דער נושא גאנץ פארפלאנטערט, און דעריבער בעט איך אז ווער עס קען זאל ארויסהעלפן. און איך וועל אנהייבן מיט עטליכע עניינים וואס איך קען אביסל.

קודם ווייס איך, אז אויב מען פליעט אסאך, איז דא מערערע מדריגות וואס מען קען ארויפגיין, וואס יעדע העכערע מדריגה האט מער בענעפיטן.

ביי רוב עירליינס רוקט מען זיך ארויף ביי יעדע פינף און צוואנציג טויזענט מייל. דאס הייסט, אויב פארט מען 25000 מייל אין איין יאר, גייט מען ארויף איין מדריגה, אויב פליעט מען 50000 מייל א יאר, גייט מען שוין ארויף צו די צווייטע מדריגה, אא"וו. די דאזיגע מדריגות ברענגען בענעפיטן, ווי למשל, זיך קענען שנעלער איינטשעקן, באקומען ערשטע רעכטן אויף בעסערע זיצן, בחינם'דיגע אפגרעידס, מער מייל פאר יעדע מייל וואס מען איז געפלויגן, ועוד ועוד (ווער עס ווייסט נאך, און אויך ספעציפיש צו דעם עירליין ווערט געבעטן אריינצופילן)

אויך אפפערן רוב עירליינס א קרעדיט קארטל, וואס מען באקומט מייל פארן מאכן דעם קארטל, און אויך פאר יעדן דאללער וואס מען קויפט איין אויף דעם.

וויפיל מייל מען דארף האבן צו קענען באקומען א טיקעט, איז אנדערש דאמעסטיק אדער אינטערנעשאנעל, און איך האב נישט קיין השגה וויזוי דאס ארבעט און אין וואס עס ווענדט זיך, בעט איך אויך אז ווער עס ווייסט יא, זאל מוחל זיין זיך לאזן הערן.

אויך וויל איך זייער וויסן, אויב איינער ווייסט, נאך וועגן ווי מען קען זיך אנזאמלען מייל, אויסער פליען, אויב מען קען עס דא מעלדן לתועלת הציבור.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג יולי 04, 2011 9:32 pm

נאך א זאך וואס איינער האט מיר היינט געזאגט, אז ווען מען באקומט די לעוועלס פאר האבן אסאך מייל אין א יאר, קען מען שנעל צוקומען צו א רעפרעזענטעטיוו ווען מען רופט דעם עירליין. אויב האט איר שוין אמאל געטרייט צוצוקומען צו א לעבעדיגן מענטש ביי די עירליינס, דארפט איר וויסן ווי שווער דאס איז. עס קען אמאל דויערן צען פופצן מינוט, און אמאל נאךמער. אבער פאר די מיילידש מעמבערס וועלכע באקומען גענוג מיילס קען מען צוקומען זייער שנעל.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע: אין ישיבה

תגובהדורך דוד פיישוט » מאנטאג יולי 04, 2011 9:45 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:אויך וויל איך זייער וויסן, אויב איינער ווייסט, נאך וועגן ווי מען קען זיך אנזאמלען מייל, אויסער פליען, אויב מען קען עס דא מעלדן לתועלת הציבור.

מען שמועסט אז עמביד ענערדזשי צאלט מיילידזש פאר יעדער דאלער וואס מעצאלט אויפן לעקטער ביל

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דינסטאג יולי 05, 2011 12:32 am

סידא אסאך וואס צי שרייבן און די נושא אבער איין זאך וועל איך אנרירן אז כדי ארויף צי גיין א לוועל איז אסאך אסאך מער ווי 25000 מרעד פון בערך 1,000,000 מייל
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג יולי 05, 2011 4:21 am

ר' דשעי קאפ, איך ווייס נישט פון וואסערע לעוועלס דו רעדסט, אבער איך האב די וואך גערעדט מיט צוויי מענטשן וואס פארן אסאך, און זיי האבן מיר ביידע באשטעטיגט אז נאך 25 טויזענט מייל באקומט מען שוין די ערשטע מדריגה, וועלכע געט אביסל בענעפיטן, און ביי 50 אלפים באקומט מען שוין די צווייטע מדריגה, איינער פון די צוויי האט מיר געזאגט אז ער איז שוין דאס יאר געפלויגן פופציג טויזענט מייל מיט דעלטא (אזוי דאכצעך מיר, אפשר האט ער געזאגט יונייטעד, אבער איך מיין אז דעלטא), און ער האט שוין די מדריגה פון גאלד

נאר איך בעט דיך טאקע ר' דשעי, אז דו קענסט זיך אביסל אויס אין דעם ענין, לאז זיך הערן
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דינסטאג יולי 05, 2011 10:14 am

טהור-עיניים האט געשריבן:ר' דשעי קאפ, איך ווייס נישט פון וואסערע לעוועלס דו רעדסט, אבער איך האב די וואך גערעדט מיט צוויי מענטשן וואס פארן אסאך, און זיי האבן מיר ביידע באשטעטיגט אז נאך 25 טויזענט מייל באקומט מען שוין די ערשטע מדריגה, וועלכע געט אביסל בענעפיטן, און ביי 50 אלפים באקומט מען שוין די צווייטע מדריגה, איינער פון די צוויי האט מיר געזאגט אז ער איז שוין דאס יאר געפלויגן פופציג טויזענט מייל מיט דעלטא (אזוי דאכצעך מיר, אפשר האט ער געזאגט יונייטעד, אבער איך מיין אז דעלטא), און ער האט שוין די מדריגה פון גאלד

נאר איך בעט דיך טאקע ר' דשעי, אז דו קענסט זיך אביסל אויס אין דעם ענין, לאז זיך הערן

פרעג אים איבער עפעס א טעות איז דא
אז די ביסט אין די גיסטע פון ליינען קענסטו טרעפן תריצם אויף וואס די חלומסט נאר ביי דענס דיעלס ער שרייבט כסדר פון די זאכן
יאנקעל די פופציגער

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג יולי 11, 2011 10:34 pm

פון טייל קאר-רענטעל'ס קען מען פארדינען אסאך מייל.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג יולי 17, 2011 5:09 am

וויזוי
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

עירליין מיילעדזש

תגובהדורך קארן » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:38 pm

אזוי איך נוץ דעלטא אלץ מיין סטעדי עירליין, וואלט איך געוואלט וויסן אויב עס לוינט זיך אויפצוסיינען ביי זייערע סקיי מיילס, און וויאזוי עס ארבעט, ווער עס קען געבן דיטעילט אינפארמעישאן זאל זיך ביטע לאזן הערן.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 8:33 pm

וואס קען שאדן זיך אויפצוסיינען, איך מיין עס קאסט נישט גארנישט.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 4:07 am

איך האב שוין אמאל געעפנט אשכול איבער עירליין מיילעדש, וואלט איך געראטן מען זאל עס צאמשטעלן און דער עולם זאל זיך לאזן הערן
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:14 pm

טהור-עיניים האט געשריבן:איך האב שוין אמאל געעפנט אשכול איבער עירליין מיילעדש, וואלט איך געראטן מען זאל עס צאמשטעלן און דער עולם זאל זיך לאזן הערן

לינק ביטע?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:18 pm

thefact האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:איך האב שוין אמאל געעפנט אשכול איבער עירליין מיילעדש, וואלט איך געראטן מען זאל עס צאמשטעלן און דער עולם זאל זיך לאזן הערן

לינק ביטע?

viewtopic.php?f=25&t=14355
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

געלינקטער
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 12, 2010 9:08 am

תגובהדורך געלינקטער » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 4:41 pm


אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23729
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 21, 2012 10:38 pm

מיין חבר זוכט צו קויפן 135 טויזענט מייל פון אמעריקאן עירליינס...

ווער האט?

Vichtigmacher@gmail.com
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23729
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2012 3:21 pm

קיינער ליינט נישט דא?

איינער האט מייל צו פארקויפן אדער יא? איך זוך אדער:
67,500
70,000
90,000
112,500
115,000 מייל...

ווער האט? רבותי רופטס ענק אן... מיין אימעיל אקאונט איז טויט!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2012 3:34 pm

דו מוזט נישט דוקא קויפן אמעריקען עירליינס מייל, קענסט קויפן טשעיס אלטימעט ריווארד פוינטס, עס איז טרענפערעבל צו סיי וועלכע עירליין.

וויפיל ביסטו גרייט צו צאלן פאר די מייל?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2012 3:54 pm

כהאב 55000

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23729
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2012 4:49 pm

אה, ענדליך הערט מען שוין...

סאודע, ער זוכט דוקא אמעריקאן מיילס... גוגל, שיק מיך פליז אן אימעיל...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2012 6:02 pm

איך האב איבער 60 אלפים אין טשעיס פוינטס, וויפיל דארף מען האבן צו קענען קויפן א טיקעט קיין ארץ ישראל? און צי דארף מען קויפן דדעם טיקעט דוקא דורך טשעיס וועבסייט אדער מען קען ברענגען די פוינטס צו אנדערע סייטס? אזוי אויך וויל איך וויסן צי מען קען דאס טאן אליין אדער מען דארף גיין צו אן אגענט?

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » פרייטאג נובעמבער 23, 2012 2:11 am

סאדע_באטל האט געשריבן:דו מוזט נישט דוקא קויפן אמעריקען עירליינס מייל, קענסט קויפן טשעיס אלטימעט ריווארד פוינטס, עס איז טרענפערעבל צו סיי וועלכע עירליין.

וויפיל ביסטו גרייט צו צאלן פאר די מייל?

מקען נישט טרענספערן פון טשעיס צי יעדע עירליין און נישט צי אמעריקען.

וויכי יאך האב, וויפול איז ער גרייט צי צאלען?
JKUP50@GMAIL.COM
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
לייבעלע
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:14 am

תגובהדורך לייבעלע » מיטוואך דעצמבער 26, 2012 5:28 pm

געזוכט צו קויפן GM פוינטס.
לייבעלע
- - - - - - - - -
leibeleh @gmail.com

שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

תגובהדורך שמחת החיים » מיטוואך דעצמבער 26, 2012 5:44 pm

דא רעדט מען אויך עפעס דערפון viewtopic.php?f=25&t=10965
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...

אוועטאר
לייבעלע
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:14 am

תגובהדורך לייבעלע » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2012 2:28 pm

געזוכט צו קויפן 100,000 יונייטעד מייל.
לייבעלע
- - - - - - - - -
leibeleh @gmail.com

אוועטאר
לייבעלע
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:14 am

תגובהדורך לייבעלע » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2012 3:15 pm

וואס איז די היינטיגע פרייז פאר יונייטעד?
לייבעלע
- - - - - - - - -
leibeleh @gmail.com


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בשבילי נברא און 13 געסט