עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
זונטאג יולי 03, 2011 2:19 pm
א בעיבי וואס וויינט סתם, ער האט שוין געגעסן, א.א.וו. און נאר אויב מען הייבט אים אויף ווערט ער רואיג. ער האט לכאור' נישט קיין אנדערע סיבה ווי אז עס איז אים באקוועם אויף די הענט. ווייל אויב עפעס פעלט אים באמת איז פארוואס אויף די הענט ווערט ער יא רואיג?
איז די שאלה צו עס איז נישט קיין איבריגע פינוק (אוי עיברית) פארפיעסטשען???
מען קען אים דאך נישט האלטן א גאנצן טאג???
איז וואס זאל מען יא טון? די צומי שפייט ער אויס! די קאפ לעכערט ער! די דעקע שטויסט ער אראפ! נו, איז גיי זשע אים מחנך, ער הערט דיר גארנישט, ער טוט זיך ס'זייניגע, איצטער איז זיין צייט, ער שרייט ווי גרויס די וועלט איז, אמער, מ'קען דאך אזוי נישט אנגיין מיטן טאג.
האט עמיצער אן עצה?
Advertisement
זונטאג יולי 03, 2011 4:19 pm
עס איז א ברייט באקאנטער פראבלעם וואס אן א שיעור אידן מוטשען זיך דערמיט, אני הקטן האב אויך מיטגעמאכט ביטער שווער מיט מיינע קינדער ווען זיי זענען געווען אין דעםעלטער (יעצט אויפן מאמענט האב איך נישט קיין בעיבי אונטער 10 חדשים).
עס האט א נאמען דאכט זיך מיר קאליק אדער אנדערע צונעמען...
נקוט כלל זה בידך, א קליין קינד וויינט נישט סתם אזוי, א קינד וויינט ווייל עפעס דרוקט אים-איר, אויב דו ווייסט נישט וואס, איז נישט קיין ראי' אז עס איז גארנישט.
אויב דיין דאקטאר (דער קינדער דאקטאר) קען דיר גארנישט זאגן, דאן קען זיין אז עס האט צוטון מיט א געוויסע עסן, אדער טרינקען.
עס קען זיין אנדערע זאכן וואס קענען בארוהיגן דעם קינד, צ.ב. א געוויסע סארט בענקל, אפשר וועלן אנדערע קענען ארויסהעלפן מיט מער אינפארמאציע.
זונטאג יולי 03, 2011 9:30 pm
גערעכט! א קונד וויינט ווען עפעס קוועטשט.
אבער אסאך מאל איז דער עפעס פשוט, ער פילט זיך נישט secure נאר ווען מען האלט אים.
ווען מ'הייבט אים אויף און מ'קוועטשט די בויך באראיגט ער זיך, מיינט דאס געווענליך בויך וויי.
אבער אויב בארואיגט ער זיך סתם אין די האנט, מיינט דאס געספוילט.
א קונד טאר מען נישט האלטען סתם אזוי, אז יא ווערט ער בעל הבית - דאס הייבט זיך אן אלס newborn - אז נישט וועסטו אים מוזן אויפהייבען 3 ביינאכט ביז ער שלאפט צוריק איין. פשוט ווייל ער איז געספוילט.
זונטאג יולי 03, 2011 9:43 pm
בעט דעם דאקטער אונטערצוזיכן צו דאס קינד האט נישט דזשי איי ריפלאק'ס, אויב וויינט עס מער נאכ'ן עסן קען דאס זיין א שטארקע סיבה.
מאנטאג יולי 04, 2011 12:59 am
Alien האט געשריבן:גערעכט! א קונד וויינט ווען עפעס קוועטשט.
נו, איז דארף מען אים אויפהייבן? אדער מ'גייט אים איצטער ספויעלן???
אבער אסאך מאל איז דער עפעס פשוט, ער פילט זיך נישט secure נאר ווען מען האלט אים.
און דאס איז שוין יא א סיבה אים אויפצוהייבן?
ווען מ'הייבט אים אויף און מ'קוועטשט די בויך באראיגט ער זיך, מיינט דאס געווענליך בויך וויי.
אבער אויב בארואיגט ער זיך סתם אין די האנט, מיינט דאס געספוילט.
א קונד טאר מען נישט האלטען סתם אזוי, אז יא ווערט ער בעל הבית - דאס הייבט זיך אן אלס newborn - אז נישט וועסטו אים מוזן אויפהייבען 3 ביינאכט ביז ער שלאפט צוריק איין. פשוט ווייל ער איז געספוילט.
ייש"כ אלע מגיבים, אבער עס איז נאך אלס נישט קלאר... מ'רעדט נישט פון א קאליק קינד ב"ה.
מאנטאג יולי 04, 2011 1:23 am
שמעתי מהרב חיים טווערסקי שליט"א, ששמע מזקנו, בשם הרה"ק ר' אהרן מטשערנאבעל זצ"ל, שלא סבל אז מען זאל לאזען א קינד וויינען, ואמר הה"ק, שבזה מעוררים רחמים למעלה, שלא יניחו להתינוק (כלל ישראל שבוכה על קינדירישע זאכן לפעמים) לבכות.
בקב הישר כתוב שע"י הבכי' נעשה התינוק חכם.
מאנטאג יולי 04, 2011 7:17 am
והוא פלאי האט געשריבן:שמעתי מהרב חיים טווערסקי שליט"א, ששמע מזקנו, בשם הרה"ק ר' אהרן מטשערנאבעל זצ"ל, שלא סבל אז מען זאל לאזען א קינד וויינען, ואמר הה"ק, שבזה מעוררים רחמים למעלה, שלא יניחו להתינוק (כלל ישראל שבוכה על קינדירישע זאכן לפעמים) לבכות.
בקב הישר כתוב שע"י הבכי' נעשה התינוק חכם.
בקב הישר?
כבר כתוב בחובת הלבבות
מאנטאג יולי 04, 2011 8:28 am
פרוביר געבן דאס קינד פארן עסן, DIGESTIVE ENZYMS.
ס'האט שוין געהאלפן פלאות. איך וואלט געראטן צו נעמען פון א קוואליטי ברענד א שטייגער SHAKLEE וכדו'.
מאנטאג יולי 04, 2011 9:48 am
וואס מיינט קאליק?
מאנטאג יולי 04, 2011 12:15 pm
דער קוטשער האט געשריבן:וואס מיינט קאליק?
http://en.wikipedia.org/wiki/Baby_colic
מאנטאג יולי 04, 2011 12:33 pm
bailout האט געשריבן:פרוביר געבן דאס קינד פארן עסן, DIGESTIVE ENZYMS.
ס'האט שוין געהאלפן פלאות. איך וואלט געראטן צו נעמען פון א קוואליטי ברענד א שטייגער SHAKLEE וכדו'.
מען האט נישט חרטה פון שטיצען עמך בית ישראל
מאנטאג יולי 04, 2011 5:02 pm
א קליין קינד האט נאכנישט די שכל זיך צו ספוילן, און מען וועט גארנישט אויפטון אז מען וועט עס נישט אויפהייבן, עס וועט ווייטער וויינען (עס וועט זיך נישט אויסלערנען אז מען הייבט ממילא נישט אויף), דאס קינד דארף זיין לכה"פ זעקס זיבן חדשים אז דאס זאל שוין זיין אן אישו. קלענער פון דעם, וויינט דאס קינד פאר א סיבה, און נישט אייביג קען מען וויסן די סיבה, און עס איז דא פארשידענע עצות צו בארוהיגן (איך ווייס נישט אלע עצות...)
דינסטאג יולי 05, 2011 12:53 am
און אז דאס קינד וויינט און ווען מהייבט אים אויף איז אלעס אקעי איז דאס נישט געספיולט ( ביי איין יעריגע קינד)????גיב מי עי ברעיק
דינסטאג יולי 05, 2011 1:14 am
רעב יאנקל עס איז נישט פארשטענדליך אייער תגובה, יא געספויעלט אדער נישט?
דינסטאג יולי 05, 2011 9:16 am
איך מיין אז סאיז יא געספוילט אוון דאס קינד וויל נאר אז די זאלסט אים האלטן
דינסטאג יולי 05, 2011 11:13 am
מיין באבע זאל לעבן דערציילט שטענדיג אז אלס קינד האט זי אסאך געוויינט, איר טאטע ז"ל וואס פלעגט אסאך פארן צום מונקאטשער רב ז"ל האט מזכיר געווען אז זיין בעבי וויינט זייער אסאך, האט מונקאטשער רב אים בארואיגט אז נישט געזארגט זי וועט אי"ה זיין א קלוג קינד , וכנ"ל מחובת הלבבות, זי רעדט נאך עד היום מיט שטאלץ וואסערע הבטחה זי האט באקומען פונעם צדיק..
דינסטאג יולי 05, 2011 12:23 pm
jkup50 האט געשריבן:און אז דאס קינד וויינט און ווען מהייבט אים אויף איז אלעס אקעי איז דאס נישט געספיולט ( ביי איין יעריגע קינד)????גיב מי עי ברעיק
איך האב קלאר געשריבן אז איך רעד נישט פון קיין איין יעריג קינד, נאר פון אונטער זעקס זיבן חדשים.