Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פון מיין חינוך פערספעקטיוו

זונטאג יולי 03, 2011 11:46 am

א גוטן טאג טייערע חברים וידידים כ"א בשמו הטוב יבורך

צום ערשט וויל איך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין נישט קיין מחנך...!
נישט קיין מחנך און נישט קיין זוהן פון קיין מחנך (און קיין אייניקל אויך נישט), איך בין א פשוט׳ער יונגערמאן פון עטליכע אין די צוואנציגער יאהרן, וועלכע האלט יעצט ביים אנהייב פונעם לאנגן חינוך וועג, און ווי דער אנפאנג פונעם וועג צייגט, איז דער פעלד פון חינוך ווייט נישט קיין גרינגער פעלד, מען דארף נישט צו האבן קיין ספעציעלע שווערע קינדער אז מ׳זאל דארפן צולייגן קאפ צום טאג טעגליכן מהלך החיים לגבי חינוך, עס איז א זאך וועלכע קוקט אויס מחייב צו זיין יעדע טאטע צוגלייך וגם אני בתוכם, עס ווייזט אויס צו זיין אן אחריות׳דיגע פעלד ביז גאר... (ס׳איז לכאורה פארשטענדליך פאר יעדן, עס איז איבריג אפילו מסביר צו זיין)!

און איך וויל אייך קלאר זאגן - איך בין נישט געקומען בעטן הילף, ב"ה איך האלט נאכנישט דארט, די ציהל פונעם אשכול זאל דינען אלס א מיטל אז מיר זאלן נישט דארפן צוקומען אינעם עתיד צו אזא מצב.

נאך א זאך - ווען איך שרייב "איך" מיינט דאס נישט בלויז איך, איך האף אז דער אשכול וועט דינען אלס א בחינה פון ׳זה נהנה וזה נהנה׳ יעדער זאל קענען מרויח זיין דערפון, יעדער זאל פיהלן באקוועם מגיב צו זיין און מיטטיילן פאר אלע חברים את אשר נפשו מבקש, און אזוי ארום וועט קענען ארויסקומען א טובה פארן רבים, (די פארלאנג און אינטערעסע פאר הילף אין חינוך איז אסאך מער וויפיל מען מיינט, עס איז נוגע כמעט יעדן) וכל העוסקים בצרכי ציבור הקב"ה ישלם שכרם.

און צום שליס וויל איך אייך בעטן א שטארקע טובה, אויב כאפט איר מיר ביי א גרייז, ביטע פארשטייט אז איך בין נאר א מענטש וכבר אמר מלך החכמים שגיאות מי יבין כו׳ און ביטע נישט אנפירקלען דעם אשכול מיט קיין פראטעסטירענדע תגובות, אויב האלט איר אנדערש ביטע שיקט מיר א הודעה פרטית און מיר וועלן אלעס פרובירן מסדר צו זיין עצהיו"ט.

בעפאר איך וועל אנהייבן מיט די ערשטע נקודה וועל איך קודם מתפלל זיין א תפילה צום הייליגן באשעפער אז ער זאל אונז פיהרן אויף די ריכטיגע דרכים און ער זאל אונז אריינשיינען שכל און פארשטאנד צו קענען זיין גוטע עלטערן צו אונזערע קינדער און מיר זאלן זוכה זיין צו זיין גליקליכע עלטערן, און די קינדער זאלן אונז געדענקן לטובה כל ימי חייהם, אמן.

אצינד רבותי ווארט מיט געדולד, באלד וועט אי"ה קומען די ערשטע ארטיקל

הצלחה
שלמה זעלבסטשטענדיגער

Advertisement

קאפיטל א׳ - די חינוך וואס מיר האבן באקומען

זונטאג יולי 03, 2011 2:13 pm

די עיקר זאך וואס איך האב געשפירט פאר שטארק וויכטיג אויסצושמועסן איז א ענין וואס איך האב נאך דערווייל נישט באגעגנט אין קיין חינוך שמועסן געהעריג ביז היינט און עס האט אסאך צוזאגן אויף אונזער חינוך וויאזוי זיי ווערן איבערגעגעבן פאר די צאן קדשים, דאס איז די נושא איבער

די חינוך וואס מיר האבן באקומען ווען מיר זענען געווען קינדער

איך ווייס אז עס זענען דא וועמען עס גליסט זיך צוריקצוגיין צו די יונגע יאהרן, ווען מען רעדט פון א שבת טיש ביים טאטן אינדערהיים וועקן זיך אויף ביי זיי אין זכרון אזוילכע זיסע זכרונות, א שבת טיש, געזינגען זמירות אינאיינעם, דער טאטע איז געוועזן אויפגעלייגט, יעדער האט באקומען זיין אטענטשאן אויף אזא געשמאקן און נאטורליכן פארנעם, א פרק לערנען שבת נאכמיטאג, געגעסן מעלוינע אינאיינעם, דער טאטע האט אויפגעשניטן די קרעימעש קעיק, דערציילט שיינע מעשיות וכו׳ וכו׳ כל אחד לפי דרכו - פאר די אלע, מה טוב ומה נעים.

ווידעראום זענען אין פאקט דא זייער זייער אסאך פונעם היימישן עולם וואס ווען מען וועט זיי דערמאנען פון א שבת טיש וכדומה ביי זיי אינדערהיים אלס קינד, וועט דאס זיי דערוועקן ברויזענדע געפיהלן, א בחינה ווי מנשה לוסטיג לייגט אראפ אויפן קליפ... שלום עליכם מלאכי השלום... שרה ברענג אריין די גרעיפ דזשוס (מיטן ניגון)... די אלע וועלכע קומען פון עלטערן וואס זענען נתחנך געווארן דורך מלחמה געליטענע עלטערן האבן זייער שטארק געלאכט זעהנדיג דעם קליפ וויפיל אמת עס איז (ליידער) דא דערין... אני הקטן בין אויך אויפגעוואקסן אין אזא שטוב מיט עלטערן פונעם פאריגן דור וועלכע האבן געהאט זייער אן עקסטרעימען חינוך, באגלייט מיט די נערוועיזע רוח וואס היטלער הרשע האט אריינגעלייגט אין די מלחמה געליטענע וועלכע איז פארבליבן לדורי דורות...

דער פראבלעם איז אז דער פאקט האט שוין מער ווי איינמאל געוויזן אז נישט קיין חילוק ווי שטארק מיר זענען געווען אנגעווייטאגט אויף די עלטערן בשעת מען האט געליטן פון זיי, טוט מען אין פאקט אקוראט ס׳זעלבע צו די אייגענע קינדער, עס איז ממש נישט צום גלייבן וויפיל אני הקטן אליין האב שוין געהערט פון מענטשן וועלכע האבן זיך ממש געשוואוירן אז זיי וועלן נישט זיין צו זייערע קינדער אזיווי די עלטערן זענען געווען צו זיי, און ווען ס׳איז געקומען למעשה האבן זיי זיך געטראפן מיט די זעלבע אויפגעברויזטן פנים פרייטאג צונאכטס שרייענדיג "וואלווי לאז אפ מיילעך, דו כאפסט א פראסק..." מיטן גאנצן ברען!

און נאכאמאל, איך בין נישט געקומען יעצט אפהאלטן א הספד אויף די אלע וועלכע האבן געהאט שוועריגקייטן מיט די עלטערן אין די יונגע יאהרן, איך בין אויך נישט געקומען סתם פארציילן שיינע מעשיות אינטערצוהאלטן דעם ציבור, איך בין געקומען רעדן תכלית, די שאלה וואס עגבערט מיר און נאך הונדערטער עלטערן, יונגע און עלטערע, אלע פרעגן מיר די זעלבע שאלה:

פארוואס פיהר איך זיך אויף צו מיינע קינדער די זעלבע ווי מיין טאטע צו מיר?
איך האב זיך דאך ממש געשוואוירן אז איך וועל זיין בעסער, ס׳איז נישט געווען מעגליך צו טראכטן אנדערש...

וויאזוי קען מען צוברעכן דעם קייט, We gotto break the chain... וויאזוי טוט מען דאס?

די שאלה איז זייער ווייטאגליך, אבער איז דאך א פאקט!

יא יא, זכרנו את הדגה... די כעס, די נערוועיזע כאראקטערס, די אנגעצויגענע פרייטאגס (ווען די שבת פייפער קלונגט מוז מען שרייען, חק ולא יעבור), די בלוט-קאכיגע צוגאנג ווען איך האב בטעות אויסגעגאסן א גלעזל סוידע ביים שבת טיש (אייביג וועצעך ביי דיר גיסן...), די פארנערוונטע ערב פסח טעג... דאס אלעס איז אונז אריין אין די בלוט, דאס האט געהאט א שטארקע השפעה אויף אונז, און דאס וועט בשום אופן נישט מעגליך זיין אויסצומעקן פון אונזער מוח דורכ׳ן עס בלויז מגנה זיין און אויסלאכן, בשום אופן, וויפיל מען האט שוין פרובירט, מען קען זיצן שעות און חוזק מאכן פון די עלטערן ווי פארדרייט זייער צוגאנג צו חינוך איז געווען (איך ווייס נאר וויפיל אני הקטן האב שוין פארברענגט דערויף...) מען איז כסדר ביזי נאכצומאכן פארשידענע נעגאטיווע אויסדרוקן וואס מען פלעגט הערן פון די עלטערן, אבער מען כאפט זיך נישט אז דאס ליגט באגראבן און די טיעפענישן פון אונזער הארץ און עס קומט ארויס פון מאל צומאל, דאס עקזיסטירט נאך אין אונז, אין ענגליש זאגט מען it still remains in there...

יעדער וועט וויסן עדות צו זאגן אויף זיך אליינס וויפיל מאל ער טראכט פארן געבן א פאטש פאר א קינד צו ער גיבט דאס ווייל ער מיינט חינוך צו ער גיבט דאס בלויז מחמת כעס... איך וועל נאכברענגען די מעשה וואס עס איז באקאנט צווישן די מחנכים אז איינמאל איז א קינד געשטאנען און געשמועסט שבת אינדערפרי ווען מ׳האט שוין געהאלטן ביי נשמת, און די טאטע פונעם קינד וועלכע האט געראדע אויך נאך געהאלטן אינמיטן פלוידערן מיט זיינע חברים האט געגעבן א קלאפ דאס קינד אין פלייצע "נו......" מען האלט שוין ביי נשמת און דו שטייסט און שמועסט דא? פרעגט אים דאס קינד צוריק "און דו מעגסט יא?"... דער טאטע - וועלכע איז ווי פארשטענדליך שטארק פארשעהמט געווארן פון די ציפעדיגע פראגע אקעגן זיינע חברים - האט אראפגעלאזט א קלינגעדיגן פראסק פארן קינד אין פנים צולייגענדיג "דו ווייסט כאטש פארוואס איך האב דיר דאס געגעבן?" ענטפערט אים דאס קינד "יא! ווייל דו ווייסט אז איך קען דיר נישט צוריקגעבן..." מורי ורבותי - וויפיל מאל איך טראכט נאר איבער די דאזיגע עפיזאד קומט מיר אלס צו לאכן ווי אמת די מוסר השכל פון די מעשה איז, ווען איך זאל ווען וויסן בשעת׳ן שלאגן מיין קינד אז דאס קינד האט מער כח ווי מיר און ער איז ביכולת מיר צוריקצוגעבן, וואלט איך שוין געטראכט צוויי מאהל צו איך זאל אים שלאגן, ניין?

באמת - קיין איין טאטע וויל נישט אפעציעל שלאגן, יעדע טאטע ווען ער זיצט ביי א חינוך דרשה ווי דער בעל דרשן שרייט אז מען טאר נישט שלאגן מתוך כעס - פיהלט שולדיג, ווער וויל דען וויי טוהן אן אייגן קינד... די פאקט באווייזט אבער דאך אז מען שלאגט, צו ווייל מען איז אפגעמוטשעט נאך א טאג ארבעט און דאס קינד רעגט אויף מיט נארישקייטן און חוצפה׳דיגע ווערטער, צו ווען ס׳איז ערב שבת פארן זמן און דאס קינד האלט נישט ביים וועקיום קלינען, צו ס׳איז ביים שבת טיש ווען דאס קינד וויל נישט מיטזינגען די זמירות צו להכעיס, מען ווערט פארלוירן - יא, קינדער קענען גוט אויפרעגן - און פון געוואוינהייט אויס איז די ערשטע רעאקציע ׳א פראסק׳, פארוואס? ווייל אזוי זענען מיר צוגעוואוינט... דאס איז וואס מיר האבן געזעהן ביי אונזערע עלטערן און מלמדים, נו שלמה פארוואס לערנסטו נישט דארטן, וואס איז דאס געשמועסעכץ... פראסקקקקקק! שלמה דו האסט געלאכט יעצט? קום נאר אהער, האלט די הענט... לויף נישט אוועק, איך גיי נישט שפילן מיט דיר קיין קעטש... פאטשששששששששש! שלמה דו האסט נישט געקענט ביים פארהער, שלמה דו ביסט נישט אויפגעשטאנען פארטאגס, שלמה דו האסט גערעדט אינמיטן דאווענען, און צו אלעם ׳א פראסק... פארוואס? פארוואס נישט...!

הזאת נעמי???
צו מעג מען דען לאזן זיך פיהרן פון די געוואוינהייט?

איך רעד צו מיר אליינס... צו איז דאס אז ווייל איך בין אזוי נתחנך געווארן און ווייל איך ווייס אז מיין קינד קען מיר נישט צוריקגעבן, דארף איך דאס קינד ווייטוהן? געוואלד און געשריגן, א פראסק פאר א קינד אידאך אזא בושה פאר אים, דאס בלייבט דאך איינגעקריצט אין זכרון לעולם דוד... ממילא ווען ער באקומט דאס ווען ער באגייט א שרעקליכע עוולה, איז איין זאך, צו ער שפילצעך מיט א מעסער אדער מיט שוועבלעך, צו ער גייט אויפן גאדער, וכדומה וואס די אלע זאכן זענען טאקע שרעקליך מסוכן, דעמאלטס מוז דאס קינד באקומען א דערמאנונג אזוי אז עס זאל זיך אים נישט פארגלוסטן אזוי שנעל נאכאמאל צו טאהן, אבער ביי סתם פעלער ווי דאס קינד בעהעיווט נישט, איז א פראסק בכלל בכלל נישט אין פלאץ... מען ברויך צו האבן געדולד צו א קינד...

מורי ורבותי, איך מיין דאס איז גענוג פאר היינט
ביטע נעמט אין אכט וואס איך האב געשריבן, און זעהט צו דאס איז נוגע פאר אייך
און נאכאמאל - ביטע האלט אייך נישט צוריק פון מגיב זיין, יעדע תגובה קען ברענגען א חידוש.

כל טוב

זונטאג יולי 03, 2011 3:29 pm

גראדע זענען שוין די זאכן איבערגעקייט געווארן אומצאליגע מאל, אינטערסאנט אז דו האסט עס נאכנישט באגעגענט.

אגב, נישט אלע מלחמה געליטענע זענען געווען אזעלכע שווערע מענטשן,
לעצט פאראכטן דורך איזעי אום זונטאג יולי 03, 2011 4:22 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג יולי 03, 2011 3:44 pm

איזעי האט געשריבן:נישט אלע מלחמה געליטענע זענען געווען אזעלכע שווערע מענטשן

נישט אלע אבער זייער אסאך!

זונטאג יולי 03, 2011 11:15 pm

איך וויל נישט אריין רעדן, איך זעה אז דו האלסט אינדערמיט, סאו ענדיג צו און נאכער וועלן מיר זאגן מיינונגען...

וויפיל איך פארשטיי ביז יעצט קען מען לערנען פשט אין דיין פערפעקטיוו אזוי:
1) די האלסט אז די אלטע עקסטרעמע חינוך איז נישט גוט,
2) אונז זעמיר נישט בעסער סאו לאמיר זיין שטיל,
3) ס'איז יא גוט דער אלטער חינוך והא ראי' מיר טוען אויך די זעלבע זאך,
4) ניין, דער אלטער חינוך איז אזוי שלעכט אז ס'האט עפעקטעט אויף אונז אויך אז אונז זאל מיר באהאלנדען שלעכט די מצבים,

לאמיר ביז דערווייל ווארטן צו דיין סך הכל און העמיר הערן וואס דו זאגסט,

(כד) חושך שבטו שונא בנו ואהבו שחרו מוסר (משלי י"ג)

מאנטאג יולי 04, 2011 1:41 am

רבינו בחיי (שמות פ"א)

הקדמה לפרשת שמות:

ועיקר התוכחת הוא לנער, לפי שאין כלי שכלו שלמים, ועוד שיצר הרע קודם בו ליצר הטוב שלש עשרה שנה, ואין כל מחשבתו והתבוננותו רק בתענוגי העולם והגוף, לפיכך בעודו נער וטבעו רך יצטרך לתוכחת שיהיה לו רסן להנהיגו ולהביאו בשעבוד היצר הטוב, ושיהיה שומע לעצה ולקול מוכיחו ולדברי התורה שכולה תוכחת, שנאמר (שם ו, כג) ודרך חיים תוכחות מוסר, שאם יניחוהו להרגיל טבעו בפועל ובהנהגה כאשר יגיע לזמן שלמות שכלו ילאה להשיב אחור הנהגתו, ואותה הנהגה הטובה היא אם רעה לא תפרד ממנו לעולם, והוא שכתוב (שם כב, ו) חנוך לנער על פי דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנה, כי בימי הזקנה רחוק הוא להחליף טבעו שכבר הורגל בו, על כן ראוי לו בעודו נער שישמור דברי התוכחת, ועם זה יקנה לנפשו תועלת רבה וזכות גדול, והוא שאמר דוד ע"ה (תהלים קיט, ט) במה יזכה נער וגו':
ומפני זה יזהיר שלמה תמיד להוכיח את הנער בשבט מוסר הוא שאמר (משלי כב, טו) אולת קשורה בלב נער שבט מוסר ירחיקנה ממנו, יאמר אפילו כשתהיה האולת דבקה בלב הנער וקשורה שם בשכבר הורגל בה ימים רבים אל תתיאש ותאמר אין לו תקנה, כי מאחר שהוא נער שבט מוסר ירחיקנה ממנו, יוכיחנו מעט מעט ויכנס בלבו התוכחת, כי דיבור המוכיח רך ועם השקידה יעשה רושם בלב הנוכח כאשר תראה בטפת המים שהיא רכה ונוחה ועם השקידה תקוב חור באבן הקשה, ואם נתיאש ממנו ולא השתדל בתוכחתו הנה זה שונאו, והוא שאמר שלמה ע"ה (שם יג, כד) חושך שבטו שונא בנו ואוהבו שחרו מוסר, ואמרו במדרש (שמות רבה א, א) חושך שבטו שונא בנו זה דוד, ואוהבו שחרו מוסר זה יעקב, ללמדך שכל המונע מוסר ממנו לסוף יוצא לתרבות רעה,
ביאור הגר"א על משלי
חושך שבטו שונא בנו מי שמונע את שבטו הראוי להכותו בשבט ומחפה עליו ואינו מייסר אותו בשבטו הוא שונא בנו כי לסוף יצא לתרבות רעה ולכן אמר חושך שבטו כלומר הראוי לו. ואוהבו שחרו מוסר כלומר אבל מי שאוהב את בנו לא שמייסר אותו על הראוי לו אלא שחרו מוסר שדורש עליו פן עשה נדנוד קל ומייסר עליו ע"ז כמ"ש בעל העקידה משל לאשה שרואה במראה כשהיא מתקשטת ומרחצת טנופיה היא בוררת מראה היותר יפה שמראה את כתמיה הדקין לגדולים והיינו מפני שרוצה להסיר אף כתמיה הדקים מאוד בכדי שתהא נראת יותר יפה כן האוהבו יותר דורש יותר על אולתו אשר עשה ומייסר אותו ע"ז בכדי שלא יעשה עוד אף הדבר הקטן ולכן אמרו במסכת מכות אפילו גמיר נמי מצוה קא עביד מר שמכה אותו והיינו שלא יהיה בו נדנוד רע כלל:

מלבי"ם

חושך שבטו שונא בנו - מי שהוא חושך שבטו מגעגועו על בנו, הוא שונא לו, כי עי"כ לא ילמד חכמה, כי בן חכם מוסר אב, וזה סימן שהמייתו על בנו שאינו יכול לראות בצערו הוא אצלו יותר מתועלת בנו, וא"כ אוהב א"ע יותר מבנו ואת בנו שונא, אבל האוהב את בנו שחרו מוסר - מיסרו בכל שחר להיטיבו באחריתו,

מדרש על משלי
חושך שבטו שונא בנו. וכי יש אדם שונא בנו, אלא מתוך שאינו מוכיחו על דברי חכמים ועל דרך ארץ נקרא שונא. אבל מי שמכה את בנו על החכמה ועל התורה הוא נקרא אוהבו, שנאמר, ואוהבו שחרו מוסר. רבי אליעזר אומר, מתוך שהקב"ה אוהב את ישראל מייסרן בעולם הזה בשעבוד מלכיות כדי שתהא להם כפרת עון. לכך נאמר, ואוהבו שחרו מוסר:
לעצט פאראכטן דורך שויתי'ניק אום מאנטאג יולי 04, 2011 5:59 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג יולי 04, 2011 11:45 am

שאץ, בסך הכל האב איך געטענה׳ט אז ווען איך שלאג, קומט עס אדער ווייל אזוי בינעך געוואוינט, אדער ווייל איך ווייס אז דאס קינד קען מיר נישט צוריק טוהן
אן קיין מדריגות, אן קיין פארטעסטן אויף די היינטיגע אדער אמאהליגע חינוך וכדומה... just except my words as is

______

שויתי, א שיינע ארבעט, יישר כחכם
לעצט פאראכטן דורך זעלבסטשטענדיגער אום מאנטאג יולי 04, 2011 12:03 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל בסך הכל.

מאנטאג יולי 04, 2011 11:55 am

איך וועל אויך נישט דא אריינרעדן ווייל איך קום ב"ה נישט פון אזא שטוב, דא איז אבער דא צווישן אונז אנדערע וואס זענען דאס יא דורך, "און פירן זייערע שטיבער על מי מנוחות בס"ד", און כ'וועל זיי טאקע בעטן זיך אנצורופן דא.

(מושי; אויב ווילסט נישט רעדן בניקך, קענסטו מיר עס אריינוווארפן באישון לילה, כוועל עס אויפלייגן בל"נ אנאנים...)

מאנטאג יולי 04, 2011 1:59 pm

יעצט ווינקל אז ס׳איז שוין יא אזוווי דו זאגסט, געב איך דיר טאקע דעם רשות הדיבור, על זה באתי, צו הערן נישט צו זאגן.
איך ווייס אז חינוך איז א נושא וואס יעדער ווייסט און רעדט פון!

מאנטאג יולי 04, 2011 2:11 pm

איינער האט שוין אריינגעווארפן עפעס אין מיין טאלק, וז"ל:

עס איז דא 2 סעיפים אין שלחן ערוך יורה דעה סימן ר"מ סעיף י"ט און סעיף כ'.
יט) אסור לאדם להכביד עולו על בניו ולדקדק בכבודו עמהם, שלא יביאם לידי מכשול, אלא ימחול ויעלים עיניו מהם, שהאב שמחל על כבודו, כבודו מחול.
כ) המכה לבנו גדול, היו מנדין אותו, שהרי עובר על לפני עור לא תתן מכשול (ויקרא יט, יד). ולא מקרי גדול לדבר זה, רק אחר כ"ב שנה או כ"ד שנה (בקונטרס פ"ק דקדושין וב"י ס"ס של"ד)

די ברכי יוסף אויפן פלאץ ברענגט וז"ל: "הריטב"א בחידושיו למ"ק שם כתב, נראין הדברים דלא גדול גדול ממש, אלא הכל לפי טבעו שיש לחוש שיתריס כנגדו בדבור או במעשיו, כי אפילו לא יהא בר מצוה, אין ראוי להביאו לידי מכה או מקלל אביו, ומשום אורחא דמילתא דבגדול שכיח כי הא, נקט גדול".

אין קורצן לויט מיין קוק און מיין פארשטאנד פון עקספיריענס איז, אז דער פאריגער דור זייער אסאך פון אונזערע עלטערן האבן נישט געוואוסט פון די סעיפים און די כללים – פאר פארשידענע סיבות, און מען האט געשלאגן מיטן נאמען אלס "חינוך"
דער גרויסער טעות וואס איז געוועהן, איז אז ווען זיי האבן געשלאגן אויך ווען ער האט געוואלט אז יעצט זאל זיין שטיל, און עס איז נישט געוועהן שטיל, וואס דאס איז לכולי עלמא נישט מותר לויט קיין שום פוסק צו שלאגן, ווייל דאס ליגט נישט אין קיין חינוך. חינוך איז נאר ווען מען טוהט א עבירה און מען וויל אין מחנך זיין וכדומה.
און נאך אזאך וואס אונז זעה מיר קלאר און דאס איז שכל'דיג, אז ווען מען שלאגט ווען מען איז אין כעס איז דאס נישט קיין חינוך, און דאס איז מער ווייניגער געוועהן די פראבלעם פון אסאך פון אונזערע חברים, וואס זייערע עלטערן האבן געשלאגן פאר יעדע קלייניגקייט מיטן נאמען חינוך, און מיט'ן פסוק "חושך שבטו שונא בנו" וואס האט נישט קיין שייכות מיט דעם מיני געשלגעכצער.
איך באשולדיג נישט מיינע עלטערן, זיי האבן מן הסתם געהאט זייער שווערע צייטן, איך ווייס נישט וואס, אבער דאס איז געוועהן די סך הכל.....

אין קורצן, שלאגן איז מותר על פי הלכה נאר ווען מען וויל מחנך זיין, ווייל ער האט באמת געטוהן א עבירה, און אויך נאר ווען מען איז שוין נישט אין כעס.

מאנטאג יולי 04, 2011 2:14 pm

אין די מינוט איז אריינגעקומען נאך;

אזוי בלעטערדיג האב איך געטראפן די זעלבע ווערטער פון ר' ישראל דוד הארפענעס אין א קובץ פרי תמרים סי' רמ"ט.

עוד יוצא מד' שו"ע הרב שם, דאם האב מבקש מהבן לעשות בשבילו דבר שאינו מציווה עליו לשמוע מחמת מצות כיבוד אב, והבן אינו רוצה לעשותו לו אין האב רשאי להכותו בשביל כך. והעולם אין מדקדקין בכך, ומכין בניהם כטוב בעיניהם בכל פעם שהם בכעס או נערווע"ז, ולהנ"ל כל שאינו לטובת הבן או האב עובר על ל"ת דאורייתא.
מיהו אולי אף שהוא לא כיוון לטובת הקטן לחנכו רק לשכך חמתו, מ"מ כיון שיצא מזה תועלת לבנו שירא לעשות דב"ז עוד ולירא ממנו, לא עבר איסור, וצ"ע.
ואף כשהוא לטובת הבן, אם מכה מכה אכזרי או מכות יותר מהצורך, ג"כ עובר, והרבה נכשלין בזה. ועי' רבינו יונה במשלי שם.
מיהו אם בנו הקטן עשה דבר שלא כהוגן והביאו לידי כעס, ולא הי' יכול להתאפק והכהו הכאה מרובה יותר מהצורך, יש מקום לפטור את האב, עפי"ד השבו"י שם בסוף התשובה ודו"ק.

מאנטאג יולי 04, 2011 2:32 pm

זייער יסודות׳דיגע ווערטער איינס ביי איינס

די אינטערעסאנטע זאך איז אז ווי קליין איך בין נאר געווען בינעך שוין אבער געווען א מבין צו דערשמעקן צו דער מחנך שלאגט מיר ווייל עס קומט זיך מיר צו ער שלאגט ווייל ער איז אין כעס
Believe it or not
פארדעם קען מען אסאך מאל זעהן ווי אפילו גאנץ קליינע קינדער קענען ארויסווייזן א געפערליכע ווידערשטאנד ביים כאפן פעטש, דאס קומט צוליב דעם וואס דער קינד פיהלט אז עס קומט אים נישט

מאנטאג יולי 04, 2011 2:41 pm

רב זעלבסשטענדיגער, א קינד טאר אבער נישט רעדן וכדו' וקצרתי אויף א טאטן אויך ווען ער האט אים געשלאגן, וידענא אז דאס איז א שווערע זאך אדורכצופירן אבער מ'ברויך צו נזהר זיין כמבואר בסימן הנ"ל.

מאנטאג יולי 04, 2011 2:47 pm

אגב האט הרב ר' ישראל דוד זייער שיינע ספר עס הייסט חינוך ישראל וואס ער גייט דורך צענדליגער מצוות וואס עס גייט יא אריין אין חינוך אין וואס נישט עס לוינט זיך א בליק צו טוהן דערין

אז מען האט שוין דער פעדער וועל איך צולייגן נאך א סעמפל וואס זייער אסאך פון די אידן האבן געהאט א טעות ווי למשל אז אויב מען האט זיך נישט געשאקעלט גענוג שטארק ביים דאווענען צו נישט אריינגעקוקט אין סידור ווי עס דארף צו זיין צו זיך נישט גענוג געבוקט שטארק ביי מודים. איז געגאנגען א ציפ אונטערן טיש(בעיני ראיתי לא פעם אחת אלא הרבה פעמים)
עס קען זיין אז עס האט זיי געבאדערט דאס אז אנדערע קינדער דאווענען שענער פון זייערע- איז עס געגאנגען אין נאמען פון חינוך- עס קען זיין פשוט אז זיי האבן געמיינט אז דאס איז חינוך -
אבער דאס איז א גרויסן טעות- אין קורצן דאווענען איז א זאך וואס מען דארף האבן הרגש און אז מען האט די ריכטיגע הרגש מען פארשטייט וואס מען דאווענט און מען לייגט צו קאפ קען מען זיך שאקלען וכו'

איך לאז פאר די פראפעשענעלס עס בעסער ארויסצוברענגען מיין צייט ערלויבט מיר נישט עס יעצט באריכות עס מסביר צו זיין

אויב איינער האלט אז איך בין נישט גערעכט זאל מיר ביטע עס לאז וויסן

מאנטאג יולי 04, 2011 2:49 pm

יקותיאל - קענסט נאך קומען אויפזוכן מיינע צייכענעס פון די ציפעס...

מאנטאג יולי 04, 2011 2:51 pm

דאווענען, לערנט זיך א קינד פון ווי אזוי זיין טאטע דאווענט, והמבין יבין.

מאנטאג יולי 04, 2011 2:55 pm

זעלבסטשטענדיגער האט געשריבן:יקותיאל - קענסט נאך קומען אויפזוכן מיינע צייכענעס פון די ציפעס...



איך פארשטיי דיר זייער אבער בעזרת השם מיט אביסל תפלה וועט השי"ת דיר העלפ צו טרעפן די וועג ארויס און וועסט נאך אמאל פארגעסן פון די אלע פראבלעמען און וועסט קענען לעבן א נורמאל לעבן און נישט טראכטן פון עבר.

מאנטאג יולי 04, 2011 2:56 pm

farshlufen האט געשריבן:דאווענען, לערנט זיך א קינד פון ווי אזוי זיין טאטע דאווענט, והמבין יבין.


האסט פשוט שטערקער געמאכט מיינע רייד

מאנטאג יולי 04, 2011 2:59 pm

farshlufen האט געשריבן:דאווענען, לערנט זיך א קינד פון ווי אזוי זיין טאטע דאווענט, והמבין יבין.

האסטעך געליינט די מעשה מיטן קינד וואס האט גערעדט ביי נשמת כו׳

מאנטאג יולי 04, 2011 3:09 pm

farshlufen האט געשריבן:דאווענען, לערנט זיך א קינד פון ווי אזוי זיין טאטע דאווענט, והמבין יבין.

דערמאנסט מיר א מעשה באותו ענין, וואס איך מיין איך קען זאגן ס'איז געווען די אייציגסטע מאל וואס ווען א משגיח האט מיר אפיר געהאלטן און עס האט מיר באמת א ציפ געגעבן, אלץ בחור האט איינע פון מיינע משגיחים מיר געטראפן אמאל שבת ביים דאווענען שטיין און שמועסן און שטיפן די צייט, ער האט מיר אזא ווינק געגעבן "נו?!" און איך האב אים פלעין אויסגעלאכט, ער האט אוועק געוואקט פון דארט, אבער שפעטער אין ישיבה האט ער געזאגט א דרשה ברבים און מיט קולי קולות געשריגן "זיין טאטע שטייט אין פייער'ט נשמת, און ער שטייט אינדרויסן און שמועסט?!" (די איבריגע פארשטייט זיך געדענק איך נישט....), פארשטייט זיך ער האט נישט געזאגט א נאמען......
דאס האט מיר אזא ציפ געטון, אז ער איז גערעכט קוק עס אן וויזוי מיין טאטע שטייט אין דאווענט, און ווי אויף די וועלט האלט איך?

מאנטאג יולי 04, 2011 3:57 pm

עטס האטס א גרויסען טעות די עיקר פראבלעם פון די אלטע דור איז נישט געווען די פעטש! ס'פאנגט זיך נישט אן,זייערע פראבלעם איז געווען דאס ליבשאפט האט געפעילט דאס ווארימקייט פאר דאס קינד האט געפעלט, נאר ביי די פעטש האט עס אויסגעקלאפט! איך מיין אז א קינד מעג אמאל כאפן א פעטשעל אבער ס'מיז קימען צוזאמען מיט ליבשאפט אז דאס קינד ווייסט ביי זיך אין הארטץ אז זיין טאטע האט עים אמת'דיג ליב און נישט סתם ווייל די שטייגער איז אז א טאטע האט ליב א קינד, ממילה מיז ער אזוי פילן! נאר איך רעדט פון א אמת'דיגע ליבשאפט ,דעמאלטס ווען ער כאפט א פעטשיל עפעקט עס נישט זיין סעלף עסטים!!

אז מ'רעדט שוין טראכט איך צו מיר וואס וואלט געווען ווען אונז אלע האב מיר די שכל און פיסק וואס אונז האב מיר היינט דעמאלטס און חדר, און די מלמד האט געהאט א שווערע טאג בקיצור טא מעיק ע שארט סטארי לאנג, דאס קינד כאפט א פראסק! וואלט איך געעפנט מיין מויל! האללוי וואס איז האסט געהאט א שווערע טאג היינט וועגן דעים בין איך שילדיג!! האלט די הענט ביי דיר דיינע קינדער שלאגסטד אויך אזוי!! וכו'

און דעס אז מדריכים אין קעמפ שלאגן איז אזא מין צודרייטע זאך ער האט נישט קיין שום רעכט צו שלאגן!! חינוך אין קאפ אריין

און צום לעצט פארוואס שלאגט נישט די משגיח אין ישיבה?? שרייטס אלע צוזאמען "ווייל ער האט מורא"
לעצט פאראכטן דורך fiena nieas אום מאנטאג יולי 04, 2011 4:31 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג יולי 04, 2011 4:00 pm

יא פיינע נייעס
דו ביסט פיינע נייעס

צו ווייסעך דען נישט אז דער משגיח האט גע׳פחד׳נט פון אונז... אוי איז דאס אמת

מאנטאג יולי 04, 2011 4:23 pm

fiena nieas האט געשריבן:עטס האטס א גרויסען טעות די עיקר פראבלעם פון די אלטע דור איז נישט געווען די פעטש! ס'פאנגט זיך נישט אן,זייערע פראבלעם איז געווען דאס ליבשאפט האט געפעילט דאס ווארימקייט פאר דאס קינד האט געפעלט, נאר ביי די פעטש האט עס אויסגעקלאפט! איך מיין אז א קינד מעג אמאל כאפן א פעטשעל אבער ס'מיז קימען צוזאמען מיט ליבשאפט אז דאס קינד ווייסט ביי זיך אין הארטץ אז זיין טאטע האט עים אמת'דיג ליב און נישט סתם ווייל די שטייגער איז אז א טאטע האט ליב א קינד, ממילה מיז ער אזוי פילן! נאר איך רעדט פון א אמת'דיגע ליבשאפט ,דעמאלטס ווען ער כאפט א פעטשיל עפעקט עס נישט זיין סעלף עסטים!!

אז מ'רעדט שוין טראכט איך צו מיר וואס וואלט געווען ווען אונז אלע האב מיר די שכל און פיסק וואס אונז האב מיר היינט דעמאלטס און חדר, און די מלמד האט געהאט א שווערע טאג בקיצור טא מעיק ע שארט סטארי לאנג, דאס קינד כאפט א פראסק! וואלט איך געעפנט מיין מויל! האללוי וואס איז האסט געהאט א שווערע טאג היינט וועגן דעים בין איך שילדיג!! האלט די הענט ביי דיר דיינע קינדער שלאגסטד אויך אזוי!! וכו'

און דעס אז מדריכים אין קעמפ שלאגן איז אזא מין צודרייטע זאך ער האט נישט קיין שום רעכט צו שלאגן!! חינוך אין קאפ אריין

און צום לעצט פארוואס שלאגט נישט די משגיח אין ישיבה?? שרייטס אלע צוזאמען "ווייל ער האט מורה"

איך האב מורא אז דו האסט נישט גענוג געכאפט

מאנטאג יולי 04, 2011 4:38 pm

קרעמער האט געשריבן:איך האב מורא אז דו האסט נישט גענוג געכאפט

זעהט אויס אז דו האסט יא גענוג געכאפט :lol:

מאנטאג יולי 04, 2011 5:05 pm

זעלבסטשטענדיגער האט געשריבן:א גוטן טאג טייערע חברים וידידים כ"א בשמו הטוב יבורך

צום ערשט וויל איך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין נישט קיין מחנך...!
נישט קיין מחנך און נישט קיין זוהן פון קיין מחנך
שלמה זעלבסטשטענדיגער

לאו דווקא, עיין כאן
זעלבסטשטענדיגער האט געשריבן:פארוואס דארסטו אלץ האבן די סמייטע?
פלעגט מיר מיין טאטע צו פרעגן כסדר...

און - עטס מיינטס טאקע - ער איז געווען א בא בטענה, ער האט געהאט א פוינט...
די שאלה פלעגט מיך אלס עגבערן, צו וואס ברויך איך אייביג דוקא האבן די בעסטע,

ממילא בין איך מסופק אין דעם וואס די שרייבסט ווייטער אויך
שרייב א תגובה

Advertisement