Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וואס טוט איר אין קאנטרי?

מיטוואך יוני 29, 2011 10:41 pm

איך עפן דעם אשכול מיט די שאלה, צוליב דעם וואס עס איז ביי מיר דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך פאר ארויס אין קאנטרי. ארויספארן האב איך געזאגט, נישט ממש אזוי... איך פאר אויף איין וואך מיט די גאנצע משפחה.

וויבאלד איך בין א גרינער אין דעם פעלד, איך בין נאך קיינמאל נישט געפארן, איז כדאי צו הערן פונעם עולם עקספיריענס ווי אזוי ארויסצונעמען דאס מאקסימום פון יענע וואך, הנאה האבן דאס מערסטע, זיך אויסריען דאס מערסטע, און נישט מבזבז זיין מיין געלט להבל ולריק.

אצינד איז מיין פראגע פשוטו כמשמעו: וואס טוט מען אין קאנטרי, ווי אזוי פארברענגט מען דעם טאג, וואס דארף פאסירן אז עס זאל נישט נמאס ווערן דער ליידיגע טאג און עס זאל אויסגענוצט ווערן כדבעי.

Advertisement

דאנערשטאג יוני 30, 2011 12:45 am

ליין מיין ארטיקל "א טאטע אין די זומער חדשים"

דאנערשטאג יוני 30, 2011 1:37 am

יעצט געליינט דיין ארטיקל.

דו רעדסט צו אלעס און אלעמען, אבער נישט צו מיין מצב; איך וועל זיין אין קאנטרי "א גאנצע וואך", צוזאמען מיט די משפחה.

וואס טוט מען א גאנצע וואך?

מאנטאג יולי 04, 2011 9:08 am

וואס הייסט וואס? זיץ אין ביהמ"ד און האק שטיקער... א גאנץ יאר קענסטו ליידער כמעט נישט לערנען צוליב דיין פרנסה, נוץ אויס די וואך קודש לה'.
שרייב א תגובה

Advertisement