בלאט 1 פון 1

וועלכע סוכה אונינג נעמט מען?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 29, 2011 2:14 pm
דורך גרויזאמער
עס זענען דא צוויי סארט, איינס די וואס מען ראולט אראפ און ארויף מיט א שטריק אויף אייזענעס.

די צווייטע איז וואס מען דרייט מיט א אייזן, און אזוי ראולט זיך עס אראפ און ארויף. (אזאלכע וואס מען זעהט ביי געשעפטן).

וועלנדיג יעצט מאכן אן אונינג, האב איך אנגערופן איין פאכמאן וואס איז עדווערטייזט אינעם ביזנעס דירעקטארי, זאגט ער מיר אז ער מאכט נאר די צווייטע סארט וואס מען ראולט צוזאם מיט א אייזן, ווייל מענטשן האבן אויפגעהערט צו פארלאנגן די אנדערע סארט, ווייל עס ווערט זייער שנעל חרוב.

פרעג איך אים צו די צווייטע סארט איז טייערער ווי די ערשטע, זאגט ער אז יא.

איז מיין שאלה צום עולם צו עס ליגט אמת דערין.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 29, 2011 2:33 pm
דורך bailout
שטותים, די עולם נעמט בעיקר די וואס איז אן די בענדלעך ווייל ס'איז ביליגער און מער קאמפעקט.

ווען איך האב געמאכט מיינס איז געווען א חילוק פון 800 דאלער. און לאמיר זיך נישט פאפן, די וואס מ'ראלט אן די בענדלעך איז ממש א דזשאוק צו אינסטאלן משא''כ די אנדערע.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 29, 2011 4:18 pm
דורך ווער בין איך?
ווען איך האב געפרעגט איינעם אין מאנסי וואס מאכט די אונינגס די חילוק, האט ער געזאגט אז די וואס די געשעפטן האבן זענען אסאך שוואכער און צוברעכט זיך שנעלער פון ווינטן. פארדעם איזעס נישט רעקאמענדירט פאר אפסטעיט איינוואוינער ווי די פארטשעס זענען מער אפן און אויסגעשטעלט צו שטארקע ווינטן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 1:27 pm
דורך לב טוב
מסכים מיטן ביזנעסמאן, איך ווייס פון עטליכע מענטשן (אין וויליאמסבורג) וואס האבן געקויפט די ביליגע סארט וואס מען דרייט מיטן אייזן און עס האט זיך זייער שנעל צובראכן, אפאר פון די ווינטן, און אנדערע האט זיך די אייזן אראפגעבראכן. דאגעגן די אנדערע האלט זיך גאר שטארק און קען זיך האלטן פאר צענדליגע יארן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 4:11 pm
דורך שוועמל
viewtopic.php?f=25&t=8052&hilit=awning

לדעתי, האט יעדע מעלות און חסרונות, ווענדט זיך צי דיין פארטש איז אפען צו ווינטן, וועלכע שטאק, ווי גרויס, וכו'.
לויט דעם נעם דאס מערסטע געאייגענט.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 01, 2011 12:05 pm
דורך חיים'קע
די וואס די געשעפטן נוצן זענען טאקע געאייגנט נאר פאר די געשעפטן, צו געבן א צודעק פארן זון.

און פון די זעלבע סארט קען מען זעהן ביי די אפפרי פלעצער, אדער נעבן א שווים באסיין, עס איז געמאכט פון א דינערע סחורה, און ס'ספעציעלירט זיך טאקע אין דעם הינזיכט, צו געבן א שאטן זיך אפצורוען, אבער קען נישט דורכטראגן קיין שטארקע ווינטן.

פארוואס אייער פאכמאן -און אסאך אנדערע- רעקעמענדירן דוקה די סארט איז ווייל דאס באשטעלן זיי פארטיגערהייט, און זייער גאנצע ארבעט איז בלויז דאס ארויפלייגן וואס נעמט נישט מער ווי אפאר מינוט.

דערקעגן די אנדערע מיט די אייזענעס איז א לאנגע שווערע ארבעט ציזאמצושטעלן, ס'איז אבער פילפאכיג שטערקער, און האלט זיך אסאך לענגער.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 4:36 pm
דורך שאץ מאץ
איך וואלט געוואלט בעטן אויב איינער האט א גוטע עקספיריענס מיט א אונינג זאל עס מעלדן דא,
דהיינו א גוטע בעל מלאכה, מיט גוטע סערוויס, און גוטע פרייזן, ווייל איך וויל יעצט אויך מאכן איינס און איך ווייס נישט ווי מ'הייבט אן,

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 4:48 pm
דורך יקוםפרקן
אויך אויב איינער קען מסביר זיין פארוואס איז דאס אזא טייערע ארטיקל נאך אלעם איז דאס דאך נישט מער ווי א סוכה-שלאק פון א גוטן מאטריאל.
עס קאסט דאך באלד וויפיל דער גאנצער פארטש וכדו'

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 5:21 pm
דורך נו-גיט
איך האב געארבעט ביי א SIGN COMPANY א שטיק צייט, סיי די RETRACTABLE און סיי די ROLE UP מאכט מען פון די זעלבע FABRIC,

די ROLE UP איז טאקע פעסטער און טייערער, אבער די היינטיגע RETRACTABLE איז זייער שטארק -און פראקטישער-, ווייל מען לייגט BEAMS אין דערמיט, 

ווענט זיך ווי ברייט די AWNING איז, וואס אמאל פלעגט מען עס נישט לייגען.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 7:04 pm
דורך וואדקע
נו-גיט האט געשריבן: אבער די היינטיגע RETRACTABLE איז זייער שטארק -און פראקטישער-, ווייל מען לייגט BEAMS אין דערמיט, 

די זעלבע סטייל בים וואס מ'לייגט ביי די ROLL UP? ס'הייסט אז עס איז א שטיקעל פשרה צווישען די ROLL UP און די RETRACTABLE און די מעלה איז אז עס האט ווייניגער בימס ווי די RETRACTABLE, פארשטיי איך גוט? אז נישט זיי מסביר, טענקס

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 8:39 am
דורך נו-גיט
ניין, בכלל נישט פארשטאנען,

א ROLE UP AWNING זענען די BEAMS כסדר אויפגעמאכט, משא"כ די RETRACTABLE, וויפיל SUPPORTS די זאלסט נאר האבען,

אויב איז די AWNING פארמאכט שטייט דיר גארנישט אין וועג,

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 10:04 am
דורך חיים'קע
אנטשולדיגט כבוד הרב "נו-גיט":
ערקלערט ביטע אייער לעצטע תגובה, באזירט אויף די קשיא וואס "וואדקע" האט געפרעגט.

--

דערנאך וויל איך דיסעגריען אויף די נעכטיגע תגובה אייערע.

די סחורה פון די ריטרעקטעבל/צוזאם-לייג אונינגס זענען א דינערע מאטריאל, געאייגנט צו געבן א שאטן פאר די זון, דערקעגן די סחורה פון די ראל-אפ אונינגס איז א שטערקערע און דיקערע סחורה וואס קען דערטראגן שווערע ווינטן און רעגן.

ווייטער די בימס פון די ראל-אפ אונינגס איז צוזאם געשטעלט פון דיקערע אנדערהאלב אינטש אייזענע שטאנגען, דערקעגן די בימס פון די ריטרעקטעבל אונינגס איז פון דינערע מעטאל, און עס ברויך זיך נאך קענען צוזאם לייגן אינדערמיט, וואס דאס אליין מאכט דאס פולפאכיג שוואכער דורכצוטראגן ווינטן.
---

הרב שאץ; איך ווארט אייך ביים קארנע.. כ'מיין... אינישי!

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 19, 2011 1:38 pm
דורך גרויזאמער
קיין איין סוכה אונינג מאכער - אדווערטייזט אינעם דירעקטארי - איז מער נישט עוועליבל. איינער האט א אהנונג וואו מען קען נאך יעצט האבן איינער וואס זאל מיר ארויפלייגן א ראל אפ אונינג?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 19, 2011 1:55 pm
דורך שנאפס
איך האב איינעם, ער איז אוועילעבעל אסרו חג...

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 25, 2011 8:44 am
דורך ראמני 08
גרויזאמער האט געשריבן:קיין איין סוכה אונינג מאכער - אדווערטייזט אינעם דירעקטארי - איז מער נישט עוועליבל. איינער האט א אהנונג וואו מען קען נאך יעצט האבן איינער וואס זאל מיר ארויפלייגן א ראל אפ אונינג?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 25, 2011 8:50 am
דורך שטארק זיך
ראמני 08 האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:קיין איין סוכה אונינג מאכער - אדווערטייזט אינעם דירעקטארי - איז מער נישט עוועליבל. איינער האט א אהנונג וואו מען קען נאך יעצט האבן איינער וואס זאל מיר ארויפלייגן א ראל אפ אונינג?

Dean awnings פון אפסטעיט, א גא, ער איז אויך נישט עוועילעבל, מען קען אים אבער צומאל משחד זיין...
ניין כ׳אב נישט זיין נאמבער.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 25, 2011 9:01 am
דורך מי יודע
האסט געטרייט טריי סטעיט אונינג?

845 357 5718

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2014 6:07 pm
דורך שוועמל
וועלכע סטענדערט אונינג איז גוט פאר רעגן?
איך זע די אלע Retractable Awning זענען לכתחלה געמאכט פאר די זון-שאטן Sun Shade. למשל:
Sunsetter
Outsunny
Aleko
Castlecreek