עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מאנטאג יוני 27, 2011 3:04 pm
א אינגערמאן, א מוהל, איז וויליג צו צאלן פאר א אינגערמאן, די קאסט פון דינגען א קאר איבערן זומער.
די תנאי איז, אז מען דארף נעמען דעם מוהל פון קאנטרי, אריין און שטאט, (די נאכט פארן ברית) און צוריק אין קאנטרי נאכן ברית.
די הוצאות הדרך פון אריין און ארויס פון קאנטרי צוליב דעם ברית, וועט דער מוהל באצאלן. דהיינו געז און טאללס פאר די וועג.
דורכשניטליך האט די מוהל בערך איין ברית א וואך.
אלע אנדערע צייטן, איז דער אינגערמאן פריי צו טוהן מיט די קאר כל מה שלבו חפץ. ער קען אפילו דרייוון אנדערע פאר געלט. און די געלט באלאנגט פאר דעם אינגערמאן.
ווער עס איז אינטערסירט דערין, זאל זיך ביטע ווענדן אין אישי, און איך וועל געבן יענעם א סעלפאון נומער מיט וועמען זיך צו פארבינדן.
כל הקודם זכה.
Advertisement
מאנטאג יוני 27, 2011 4:23 pm
סתם פאר אינטערעסאנטקייט.
פארוואס זאל זיך לוינען פאר דעם מוהל צו באצאלן א קאר פאר א גאנץ זומער, פאר בלויז -דורכשניטליך- איין ברית א וואך?!
די קאסטן פון די גאזאלין און טאלל איז שוין באלד אזוי סאך וויפיל ער באקומט פונעם ברית.
ס'וואלט זיך ענדערש געלוינט צו נעמען א קאר סערוויס פאר פיל ביליגער.
מאנטאג יוני 27, 2011 4:24 pm
נאך מער איז אינטערסאנט, פארוואס דארף דער מוהל צאלן די קאסטן פון די הוצאות הדרך? נישט גענוג אז ער גיט דעם אינגערמאן א קאר בחנם פאר גאנץ זומער?
מאנטאג יוני 27, 2011 4:43 pm
די וואס קענען אביסל די מוהלים, ווייסן אז זיי לויפן נישט ארום פאר די געלט דערפון
די וואס פארן אריין פון די בערג אין שטאט איינמאל א וואך, האבן רוב מאל א פארלוסט פון געלט (און פארלוסט פון א טאג ארבעט)
זיי טוען עס צוליב די חשיבות המצוה
און עס לוינט זיך אים מסתמא צו באצאלן א רענטל פון 2 חדשים וואס קומט אויס ביליגער ווי א ראונד-טריפ מיט א קאר איינמאל א וואך פון די בערג
מאנטאג יוני 27, 2011 5:23 pm
וואס גייט אייך אן פארוואס דער מוהל טוט עס?
אויב זענט איר אינטערסירט פארבינדט זיך מיט טייפיסט אין אישי, און פרעגטס אים אויס אלע קושיות.
מאנטאג יוני 27, 2011 5:24 pm
קרעמער פון ווייסטו טאקע אזוי גוט?
מאנטאג יוני 27, 2011 5:31 pm
פאטאקי08 האט געשריבן:קרעמער פון ווייסטו טאקע אזוי גוט?
ס'מיינסטע?
ער זיצט א גאנצן טאג און מל'עט אשכולות, נאך ווי ער ווייסט
מאנטאג יוני 27, 2011 5:43 pm
שוין, קרעמער האט שוין א חשבון גוט צו ווערן מיט יענעם דרייווער און כאפן א היטש ווען ס'פעלט זיך אויס...
מאנטאג יוני 27, 2011 6:40 pm
איך האב א ברודער א מוהל (נישט קיין גילוי, ער איז נישט אדווערטייזט אין ביזנעס דירעקטארי)
מאנטאג יוני 27, 2011 9:46 pm
קרעמער האט געשריבן:איך האב א ברודער א מוהל (נישט קיין גילוי, ער איז נישט אדווערטייזט אין ביזנעס דירעקטארי)
געמיינט צי פרעגן פון וואו דו ווייסט וויפיל א קאר קאסט
מאנטאג יוני 27, 2011 10:20 pm
פאטאקי08 האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:איך האב א ברודער א מוהל (נישט קיין גילוי, ער איז נישט אדווערטייזט אין ביזנעס דירעקטארי)
געמיינט צי פרעגן פון וואו דו ווייסט וויפיל א קאר קאסט
טאקע נישט געכאפט. וטעות לעולם חוזר (אבער מיין ברודער בלייבט א מוהל, אויב איר נעמט אים, גייט דורך מיר...)
דינסטאג יוני 28, 2011 3:07 pm
א קאר קאסט בערך 2 אלפים א זומער. (אז מען טרעפט א גוטע פרייז שטייצעך...)
דינסטאג יוני 28, 2011 3:11 pm
קרעמער האט געשריבן:איך האב א ברודער א מוהל (נישט קיין גילוי, ער איז נישט אדווערטייזט אין ביזנעס דירעקטארי)
ס'איז יא גילוי ווייל איך קען א מוהל וואס איז נישט אדווערטייזט אינעם ביזנעס דירעקטארי.
דינסטאג יוני 28, 2011 4:22 pm
אפדעיט :
ווי מען האלט יעצט, האט זיך איינער געמאלדן אין אישי. איך האב געגעבן יענעם דעם נומער וואו זיך צו פארבינדן מיטן מוהל.
---
מען קען נאך שיקן אין אישי. אויב וועט זיך למעשה נישט אויסארבייטן מיט יענעם....
דינסטאג יוני 28, 2011 4:25 pm
איך האב אויך געשיקט (פאר א פרענד'ס מאן'ס חבר) אבער נישט באקומען קיין ריפליי
דינסטאג יוני 28, 2011 11:31 pm
ווינקל האט געשריבן:א קאר קאסט בערך 2 אלפים א זומער. (אז מען טרעפט א גוטע פרייז שטייצעך...)
1400
מיטוואך יוני 29, 2011 6:51 am
+ גאז
פרייטאג יולי 01, 2011 11:54 am
שוטה האט געשריבן:ווינקל האט געשריבן:א קאר קאסט בערך 2 אלפים א זומער. (אז מען טרעפט א גוטע פרייז שטייצעך...)
1400
רב שוטה: געוויס רעדט איר פון א האלבן זומער.
ווארום א קאר פארן זומער איז פיל מער.
רעדנדיג נעכטן מיט א חבר מיינעם, זאגט ער מיך אז נאכן זוכן א לענגערע צייט און ארומדרייען מיט פרייזן, צאלט ער בערך 1150 פאר פיר וואכן.
פרייטאג יולי 01, 2011 12:03 pm
חיים'קע האט געשריבן:שוטה האט געשריבן:ווינקל האט געשריבן:א קאר קאסט בערך 2 אלפים א זומער. (אז מען טרעפט א גוטע פרייז שטייצעך...)
1400
רב שוטה: געוויס רעדט איר פון א האלבן זומער.
ווארום א קאר פארן זומער איז פיל מער.
רעדנדיג נעכטן מיט א חבר מיינעם, זאגט ער מיך אז נאכן זוכן א לענגערע צייט און ארומדרייען מיט פרייזן, צאלט ער בערך 1150 פאר פיר וואכן.
כמעט אזויפיל וויפיל איך האב געצאהלט פאר מיין הונדערט און צעהן טויזנט מייל'יגע אויטא וואס איך פארמאג שוין קרוב צו צוויי יאר און פאהרט נאך ארום ווי א פרישער ישיבה קטנה בחור קע"ה.