Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

הילף צובאקומען א פראגראם זיך אויס לערנען די אידישע קי בארד

זונטאג יוני 26, 2011 11:15 am

הילף צו ווייס איינער ווי צובאקומען א פראגראם זיך אויס צו לערנען די אידישע קי בארד
א דאנק פון פאראויס

Advertisement

זונטאג יוני 26, 2011 11:28 am

זעה דא:
זיך לערנען טייפן

זונטאג יוני 26, 2011 11:31 am

אויב מיינסטו א פראגראם זיך אויסצולערנען טייפן אידיש, קענסטו דאס אומזיסט דאונלאודען פון זיי
עס איז נישט ארגינעל געמאכט פאר אידיש אבער עס ארבעט פאר דעם אויך.

זונטאג יוני 26, 2011 1:14 pm

how do i make the program should teach the Hebrew font's ? with the rapid program

זונטאג יוני 26, 2011 3:01 pm

זעצער הבחור:
וואספארא פון די דאונלאודס דארט ברויכמער אראפלאדענען?

זונטאג יוני 26, 2011 6:02 pm

א גרויסן שכח
קודם פאר "יהי' כן" פאר'ן צו צייכענען דאס איז האב איך טאקע געדארפט
און גרויסען שכח פאר "לאז געמאכט" פאר'ן ברענגען די מלמד פראגראם איך האב און גאנצען פארגעסען דערפון איך איך האב דאס גענוצט פאר יארען צוריק

זונטאג יוני 26, 2011 9:36 pm

אין קורצע ווערטער וועל איך ענטפערן פאר "נישט קיין פראבלעם" און פאר "צולייגער".

ווי עס שיינט לויפט די קיבארד פון רעפיד טייפינג לויט וואסערע קיבארדס עס איז אינסטאלד אין די קאמפיוטער, אויב האסטו נאכנישט אינסטאלד היברו, אינסטאל עס קודם ביי קאנטראל פענעל וכו', און ווען דו עפענסט אויף רעפיד טייפ קוק אויף די רעכטע זייט אונטער די סקרין (נישט די בילד פון די קיבארד) שטייט דארט EN קליק אויף דעם און שטעל דאס אן אויף היברו.

און צו צולייגער, איך נעם טאקע די שולד אויף מיך אז האב סותם געווען און עס נישט קלאר מסביר געווען, אבער כל זמן שהנר דולק יכולין לתקן, עס איז זייער פשוט, דאונלאוד פון זיי זייער "אייגענע פראגראם" מיט נאמען רעפיד טייפינג עס דארף זיך צו געפונען אויבן די ערשטע אויף די רעכטע זייט.

טייפט'ס און האט'ס הנאה, און דער עיקר איז טיילט'ס מיט אייערע געדאנקען מיט אנדערע, וויאזוי זאגט נאר יענער (נו!... נו!... דערמאן דיך שוין!) איך בין נישט נאר א ליינער נאר אויך א שרייבער...

זונטאג יוני 26, 2011 9:41 pm

why is not going by me ? the dote from english is not going to hebrew

זונטאג יוני 26, 2011 10:10 pm

פרובירט די לינק

http://www.zigzagworld.com/HKTutor/

ארבעט מיט JAVA

מאנטאג יוני 27, 2011 6:33 am

נישט קיין פראבלעם
עס זעהט אויס אז עס טאקע נישט קיין פראבלעם מ'דארף נאר אנשטעלן אז דו זאלסט האבן א היברו קיבארד אין קאפמיוטער
גיי צו קאנטראל פענעל און קליק אויף לענגוויטש, עפען אויף קיבארד ענד לענגוויטש'ס, און קליק אויף טשעינזש קיבארד, קליק אויף עדד און לייג צו היברו.

אין זייער העלפ מענועל שרייבן זיי אזוי

Rapid Typing Main Feature

It works on all keyboards of the world and supports all languages (except some Chinese dialects), but this will be addressed in the following version.

How Does This Work?

The Rapid Typing program automatically generates a "virtual keyboard" and the main lesson courses work in direct function to the current (selected) system language, in real time. So, if the user switches the system language, he or she will also have the course and statistics in this language also.
שרייב א תגובה

Advertisement